איך ווייס נישט וויאזוי די איסורים ארבעטן (כאטש מ׳דארף נישט זיין קיין ראקעט סייענטיסט זיך פארצושטעלן) און ווער האט עס אנגעדרייט. איך ווייס אויך נישט צו עס איז באמת ״אסור״ צו נישט (איך גלייב אז נישט באט הא קעירז?...) אזויפיל אבער ווייס איך יא אויב ס׳איז דא שאלה אין חושן משפט רופט מען די אנדערע זייט, א שאלה אין איסור והיתר קומט נישט אריין קיין אנדערע זייט; עס איז אדער אסור אדער מותר.ליב צו וויסן האט געשריבן:טראכטכמוני האט געשריבן:No to Allליב צו וויסן האט געשריבן:ווייסט איינער וויאזוי די איסורים ארבעטן?
פאדערט זיך א מושב בית דין דערפאר? פרובירט מען צו הערן די אנדערע זייט ?
אויב נישט, איז דאס נישט מגלה פנים בתורה שלא כהלכה ?
אז א רב חתמ'ט אן איסור זאגט ער דערמיט אז על פי תורה איז דאס אסור, און אז עס איז נישטא קיין געהעריגע בירור להלכה פארוואס דאס זאל זיין אסור, איז עס לכאורה אינעם כלל פון מגלה פנים.
יעצט, ווען מ׳וואלט באשמיצט די בעלי קידשטאטשקע פארן ארויסגעבן אזא ״מכשול״ גייט עס אפשר אריין אין בין אדם לחבירו / חושן משפט וואס מ׳דארף זיי אראפרופען, אבער ביז אהין קען זיך יעדע דיין פסק׳נען כפי ראות עיניו ודעת תורתו. נאר אויב א דיין פסק׳ט אז ס׳איז אסור ווען נאכן עס דורכטוהן קומט אויס אז ס׳איז מותר דאן קען עס אריינגיין אין א פראבלעם פון מגלה פנים שלא כהלכה, אבער ביז אהין הנח להם וכו׳.