בלאט 2 פון 3
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 2:12 pm
דורך קאך_לעפל
גדליה האט געשריבן:איך האמיך איינגעהאלטען פון רעדען ביז יעצט משום כבוד אלקים הסתר דבר. אבער אז סווערט א חילול השם מוז איך מיך אנרופען.
ליהוי ידיע אז איך האב מיטגעהאלטען די שיסעריי און כהאב קלאר געזעהן רב לעבעל דארטען.
איין זאך איז נישט ריכטיג. ברוב ענוותנתו זאגט די מקובל אז ער איז ארויסגלאפן באצייטענס. שקר.
די רעוואלווער האט געשאסן אין זיין הארץ אריין. רב לעבעל איז אראפגעפאלן א טויטער.. כפארשטיי נישט פארוואס מבאהאלט עס.
השם יקום דמו.
הער פרעזידענט, אייער טאלאנט פון פארוואנדלט ווערן צו א אומזעבארע באשעפעניש, קען אייך זיין זייער נוצבאר אלס פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן. איר וועט קענען זיין איבעראל און קיינער וועט אייך נישט זען. אייערע שפיאנזש מעגליכקייט וועט ווארשיינליך ברעכן יעדע רעקארד. אריינגערעכנט דער רעקראד פון זשעימס באנד זעלבסט.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 3:49 pm
דורך לך לך
דעיס האט לכאורה איינער אונטערגעשטעלט איהם צוצופיקסן
ער גייט נישט קומען מער אזוי שנעל דא
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 6:12 pm
דורך חיים יואל
איינער קען ברענגן א photo פונם מדובר ר' יונה לבל?
Re: מקובל ר' יונה לבל: איך בין ניצול געווארן פון דזשערסי סיט
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 9:50 pm
דורך טראכטכמוני
אפשר איז ער באמת דער יעניגער וואס מ׳זעט ארויסלויפן פון געשעפט און לאקס איז גאר א מקוגל? [emoji848]
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 10:39 pm
דורך קורקלענד
אבטולמוס האט געשריבן:לך לך האט געשריבן:ער גייט נישט קומען מער אזוי שנעל דא
ער'ט פיין קומען, און כ'זע נישט פארוואס ער זאל נישט מצליח זיין ביי דעם 90% פון היימישן כלל ישראל וואס שטיצט אט דעם פרעזידענט:
חכם איינער, דעיס איז א בילד פון וואשינגטאן פאוסט, וואשינגטאן פאוסט איז פעיק ניוז.....
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 11:55 pm
דורך שלמה המלך
לך לך האט געשריבן:דעיס האט לכאורה איינער אונטערגעשטעלט איהם צוצופיקסן
ער גייט נישט קומען מער אזוי שנעל דא
אהה דעיס מאכט שוין סענס אז איינער האט אים געוולט צופיקסען!
מ'דארף זיין גאר א גרויסע בהמה צי מאכען אזא מעשה (ערב) 2020
צי ער איז א מקובל אדער א מקוגל זאל יעדער זאגען און טראכטען וואס ער וויל - אבער ער זעט נישט אויס צו זיין אזא בהמה ווער עס קען אים
קען זיין אז איינער איז זאט פון אים און קען באשטיין ער זאל בלייבן אין אשדוד האט ער אים ציגעפיקסט!
מאכט שוין אביסל מער סענס דעי סטארי דא...
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 18, 2019 12:15 am
דורך מפיל קינד
חיים יואל האט געשריבן:איינער קען ברענגן א photo פונם מדובר ר' יונה לבל?
פונעם בילד קוקט אויס אז ער איז למעשה יא געשאסן געווארן...
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 18, 2019 12:19 am
דורך שלמה המלך
מפיל קינד האט געשריבן:חיים יואל האט געשריבן:איינער קען ברענגן א photo פונם מדובר ר' יונה לבל?
פונעם בילד קוקט אויס אז ער איז למעשה יא געשאסן געווארן...
די צוויי בילדער זענען פון BEFORE AND AFTER
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 18, 2019 8:42 am
דורך מפיל קינד
נאך א צייטונג אין אשדוד האט אריינגעכאפט אן עקסקלוסיוו אינטערוויו מיט'ן בעל הנס אליינס.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 18, 2019 9:31 am
דורך קורקלענד
שלמה המלך האט געשריבן:לך לך האט געשריבן:דעיס האט לכאורה איינער אונטערגעשטעלט איהם צוצופיקסן
ער גייט נישט קומען מער אזוי שנעל דא
אהה דעיס מאכט שוין סענס אז איינער האט אים געוולט צופיקסען!
מ'דארף זיין גאר א גרויסע בהמה צי מאכען אזא מעשה (ערב) 2020
צי ער איז א מקובל אדער א מקוגל זאל יעדער זאגען און טראכטען וואס ער וויל - אבער ער זעט נישט אויס צו זיין אזא בהמה ווער עס קען אים
קען זיין אז איינער איז זאט פון אים און קען באשטיין ער זאל בלייבן אין אשדוד האט ער אים ציגעפיקסט!
מאכט שוין אביסל מער סענס דעי סטארי דא...
זיין קומען אהער די לעצטע מאר יאר איז שוין די צווייטע מאל וואס ער איז נתגלה געווארן. מיט יארן צוריק האט ער פראבירט צו קומען אהער, און נאך וואס ער האט אנגעמאכט אסאך צרות פאר איינעם, האט מען איהם פארטריבן מיט א ווארענונג אז ער זאל קיינמאל נישט קומען אהער מער פראווען מקובלות. איז ער צוריק אריין אין באהעלטעניש פאר צען פופצן יאר, און דערנאך איז ער נאכאמאל נתגלה געווארן...
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 18, 2019 10:09 am
דורך כוכב
קורקלענד האט געשריבן:שלמה המלך האט געשריבן:לך לך האט געשריבן:דעיס האט לכאורה איינער אונטערגעשטעלט איהם צוצופיקסן
ער גייט נישט קומען מער אזוי שנעל דא
אהה דעיס מאכט שוין סענס אז איינער האט אים געוולט צופיקסען!
מ'דארף זיין גאר א גרויסע בהמה צי מאכען אזא מעשה (ערב) 2020
צי ער איז א מקובל אדער א מקוגל זאל יעדער זאגען און טראכטען וואס ער וויל - אבער ער זעט נישט אויס צו זיין אזא בהמה ווער עס קען אים
קען זיין אז איינער איז זאט פון אים און קען באשטיין ער זאל בלייבן אין אשדוד האט ער אים ציגעפיקסט!
מאכט שוין אביסל מער סענס דעי סטארי דא...
זיין קומען אהער די לעצטע מאר יאר איז שוין די צווייטע מאל וואס ער איז נתגלה געווארן. מיט יארן צוריק האט ער פראבירט צו קומען אהער, און נאך וואס ער האט אנגעמאכט אסאך צרות פאר איינעם, האט מען איהם פארטריבן מיט א ווארענונג אז ער זאל קיינמאל נישט קומען אהער מער פראווען מקובלות. איז ער צוריק אריין אין באהעלטעניש פאר צען פופצן יאר, און דערנאך איז ער נאכאמאל נתגלה געווארן...
ער אדווערטייזט כסדר אויף קול מבשר.
Re: מקובל ר' יונה לבל: איך בין ניצול געווארן פון דזשערסי סיט
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 18, 2019 11:41 am
דורך טראכטכמוני
קורקלענד האט געשריבן:זיין קומען אהער די לעצטע מאר יאר איז שוין די צווייטע מאל וואס ער איז נתגלה געווארן. מיט יארן צוריק האט ער פראבירט צו קומען אהער, און נאך וואס ער האט אנגעמאכט אסאך צרות פאר איינעם, האט מען איהם פארטריבן מיט א ווארענונג אז ער זאל קיינמאל נישט קומען אהער מער פראווען מקובלות. איז ער צוריק אריין אין באהעלטעניש פאר צען פופצן יאר, און דערנאך איז ער נאכאמאל נתגלה געווארן...
וואסארא מין צרות רעדט מען וואס ער האט כלומר׳שט אנגעזייט?
ווער איז דער ״מען״ וואס האט אים פארטריבן?
וויאזוי האט מען אים פארטריבן?
וואו האט ער זיך ״אוסבאהאלטן״?
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 18, 2019 3:41 pm
דורך אישתישבי
טראכטכמוני האט געשריבן:אפשר איז ער באמת דער יעניגער וואס מ׳זעט ארויסלויפן פון געשעפט און לאקס איז גאר א מקוגל? [emoji848]
דאס קען נישט זיין, ווייל דאן וואלט לאקס גערעדט צו די צייטונג אין ארץ-ישראל.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2019 12:18 pm
דורך הדסים
ליידער האב איך נישט קיין אמונה אין אזעלכע פארשוינען, איך גלייב אבער יא אין דער מענטשהייט. פראביר איך צו פארשטיין וואס האט ער געטראכט? און איך זע נישט קיין שום פערספעקטיוו וואס זאל דאס מאכן פארשטענדליך. (דאס אז איך זע נישט, מיינט נישט אז עס איז נישט דא, איך זאג נאר לפי ראות עיני).
מוז איך אנעמען אז די אמת איז איינס פון די צוויי (אדער ענדליך צו דעם).
לך לך האט געשריבן:דעיס האט לכאורה איינער אונטערגעשטעלט איהם צוצופיקסן.
שלמה המלך האט געשריבן:אנלעסס ער האט עס נישט געזאגט - נאר פשוט ער האט פארציילט איינעם די מעשה מיט לאקס - און יענער האט פארשטאנען אז עס איז געוועהן מיט אים וכדו' וכדו' ווי מעשה'ס פארן.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2019 2:10 pm
דורך אישתישבי
און דער דריטער אפציע אז ער האט נישט געוויסט אז עס וועט געדריקט ווערען, און אז עס וועט געזעהן ווערען אויף קאווע שטיבל.
דער אטענשאן פין פארציילן אזא מעשה האט אים געברענגט צו זאגן ליגענט. און ליגענט איז זייער פארשטענדליך, און רוב, אויב נישט אלע, מענטשן זאגן ליגענט יעדן טאג.
Re: מקובל ר' יונה לבל: איך בין ניצול געווארן פון דזשערסי סיט
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2019 3:07 pm
דורך טראכטכמוני
אישתישבי האט געשריבן:טראכטכמוני האט געשריבן:אפשר איז ער באמת דער יעניגער וואס מ׳זעט ארויסלויפן פון געשעפט און לאקס איז גאר א מקוגל? [emoji848]
דאס קען נישט זיין, ווייל דאן וואלט לאקס גערעדט צו די צייטונג אין ארץ-ישראל.
כ׳האב נישט געזאגט ער׳ז א ירושלים׳ער קוגל... געמיינט האב איך אן אמיריקאנער קוגל (וואס באקט גראדע לאקשן), און דא האט ער דאך גערעדט צו די מידיא.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2019 10:27 pm
דורך berlbalaguleh
אנאנים האט געשריבן:אין א אינטערוויו מיט א צייטונג אין א''י זאגט ר' יונה לבל (באקאנט ווי א מקובל וואס איז בקי אין חכמת היד והפרצף) אז ער איז געוועהן אין די גראסערי אין דזשערסי סיטי און איז געראטעוועט געווארען!!
אינטערסאנט אז זיין מעשה איז זייער ענדליך צו די מעשה פון לאקס
רבותיי: איך בין ב"ה ניצול געווארן פון 3 פלעצער. 1( פון די קרוינהייטס ראיאטס אין יאר '91 למספרם. ווייל א טאג פאר די ראיאטס האבן אויסגעבראכן ביניך געווען אין קרוינהייטס... 2) פון די ווארלד טרעיד סענטער. ווייל בערך אין יענע טעג פון סעפטעמבער 11 האביך געפלאנט צו גיין צו א גאווערנמענט אפיס וואס איז געווען אין די ווארלד טרעיד סענטער.. 3( דזשערזי סיטי. ווייל איך האב אזויפיהל געהערט וועגן דעם אידישן ישוב אין דזשערזי סיטי אז איך האב געטראכט צו גיין באזוכן דארט. און סטאפן אין די היימישע גראסערי צו קויפן א סענדוויטש מיט א דרינק. נאר איך האב געהאט מזל. ווייל בערך אום 2:30 נאכמיטאג דארף איך דרייוון מיין באס. ממילא האביך געטראכט צו גיין אן אנדערס מאל...!
איך האב ערגעץ געליינט אז דער גרויסער מקוגל הרב יונה לעבל שליט"א איז געווען א שטיקל קרוב משפחה מיט'ן הייליגן ליסקער צדיק זכותו יגון עלינו. וואס די אנטיסעמיטן האבן אויסגעטראכט א בילבול אויף איהם. (ואכמ"ל) און ער איז נעבעך געגאנגען אומ-שולדיגערהייט זיצן אין תפיסה
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2019 10:49 pm
דורך הדסים
אישתישבי האט געשריבן:און דער דריטער אפציע אז ער האט נישט געוויסט אז עס וועט געדריקט ווערען, און אז עס וועט געזעהן ווערען אויף קאווע שטיבל.
דער אטענשאן פין פארציילן אזא מעשה האט אים געברענגט צו זאגן ליגענט. און ליגענט איז זייער פארשטענדליך, און רוב, אויב נישט אלע, מענטשן זאגן ליגענט יעדן טאג.
עגרי, ליגענט איז זייער פארשטענדליך. א שיינע דריטע אפציע.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 25, 2019 1:53 pm
דורך יעקב מענטש
הדסים האט געשריבן:אישתישבי האט געשריבן:און דער דריטער אפציע אז ער האט נישט געוויסט אז עס וועט געדריקט ווערען, און אז עס וועט געזעהן ווערען אויף קאווע שטיבל.
דער אטענשאן פין פארציילן אזא מעשה האט אים געברענגט צו זאגן ליגענט. און ליגענט איז זייער פארשטענדליך, און רוב, אויב נישט אלע, מענטשן זאגן ליגענט יעדן טאג.
עגרי, ליגענט איז זייער פארשטענדליך. א שיינע דריטע אפציע.
שוואכע אפציע
מילתא דעבידי לגלויי לא משקרא אינשי
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 25, 2019 5:53 pm
דורך רביה''ק זי''ע
יעקב מענטש האט געשריבן:מילתא דעבידי לגלויי לא משקרא אינשי
על כגון דא נאמר "נשתנו הטבעים"...
נשלח: זונטאג דעצעמבער 29, 2019 1:13 am
דורך [NAMELESS]
ברעיקינג!!!!
א ספעציעלע באריכט צו קאווע שטיבל אז הגה''צ ר' יונה לעבל איז געראטעוועט געווארן מיט ניסי ניסים פון די שטעכעריי אין פארשעי. ער איז פונקט געווען אין שטוב פון פארשעיר רב שליט''א, און דער רוצח האט אים געוואלט שטעכן, אבער ער האט באוויזן אים ארויסצושטיפן און זיך ראטעוון און דורך דעם געראטעוועט נאך אסאך אידן.
היינט זונטיג אינדערפרי אין א''י האט ער שוין געבענטשט גומל אויף די גרויסע ניסים.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 29, 2019 4:55 am
דורך שושן פורים
חתם סופר האט געשריבן:ברעיקינג!!!!
א ספעציעלע באריכט צו קאווע שטיבל אז הגה''צ ר' יונה לעבל איז געראטעוועט געווארן מיט ניסי ניסים פון די שטעכעריי אין פארשעי. ער איז פונקט געווען אין שטוב פון פארשעיר רב שליט''א, און דער רוצח האט אים געוואלט שטעכן, אבער ער האט באוויזן אים ארויסצושטיפן און זיך ראטעוון און דורך דעם געראטעוועט נאך אסאך אידן.
היינט זונטיג אינדערפרי אין א''י האט ער שוין געבענטשט גומל אויף די גרויסע ניסים.
די קאווער אפ הייבט זיך אן.
ווי אלע פאליציי פארשונגען צייגן איז הרב לעבל געווען דער טעראריסט וואס האט דערשטאכן די אידן ביים פארשעי'ע רבי'ן אין שטוב.
ביי די ערשטע אויספארשונג האט ער זיך געבראכן און מודה געווען אז דאס איז געווען א נקמה אקציע וויבאלד די עולם האט נישט געוואלט גלויבן זיין דזשערסי סיטי געשיכטע.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 29, 2019 11:52 am
דורך אישתישבי
הרב לעבל איז שווארץ?