[phpBB Debug] PHP Warning: in file [ROOT]/includes/bbcode.php on line 130: preg_replace(): Compilation failed: subpattern name expected at offset 46
[phpBB Debug] PHP Warning: in file [ROOT]/includes/functions.php on line 4149: Cannot modify header information - headers already sent by (output started at [ROOT]/includes/functions.php:3027)

קאווע שטיבל • ווער איז יצחק שטערן? - בלאט 2
בלאט 2 פון 4

יצחק שטערן

נשלח: מיטוואך יאנואר 08, 2020 11:40 pm
דורך קול קורא
האט איינער זיין היים נאמבער אדער סעל נאמבער ווי איך קען אנקומען צו אים?

נשלח: מיטוואך יאנואר 08, 2020 11:54 pm
דורך קורקלענד
אונטער חכם האט געשריבן:
קורקלענד האט געשריבן:איינער ווייסט פארוואס ער האט זיך אריבערגעצויגן פון לאנדאן אהער?
אפיציעל צו ווערן מנהל אין ישיבה קטנה, אומאפיציעל הייסט עס אז מען האט אים אהערגעברענגט צו ארבעטן פאר די פארטיי.

האט איינער נאך אומאפיציעלע סיבות?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 09, 2020 12:36 am
דורך אישתישבי
קול קורא האט געשריבן:האט איינער זיין היים נאמבער אדער סעל נאמבער ווי איך קען אנקומען צו אים?

אויף וואס ווילסטו ער זאל דיר ערלעדיגן א קול קורא?

נשלח: מוצ"ש יאנואר 11, 2020 7:25 pm
דורך [NAMELESS]
אונטער חכם האט געשריבן:
קורקלענד האט געשריבן:איינער ווייסט פארוואס ער האט זיך אריבערגעצויגן פון לאנדאן אהער?
אפיציעל צו ווערן מנהל אין ישיבה קטנה, אומאפיציעל הייסט עס אז מען האט אים אהערגעברענגט צו ארבעטן פאר די פארטיי.

ער איז געקומען קיין אמעריקא נאכען ווערן ארויסגעווארפען פון ת''ת וואס איז פארשטייט זיך געווען פאר איהם א גרויס בזיון.
זייענדיג אין לאנדאן האט ער געפענט א ישיבה קטנה פאר די גוטע בחור'לעך און א באזונדערע ישב''ק פאר די שוואכערע חברה מאכענדיג א דייטשע סעלעקציע צווישען 13 יעריגע תינוקת(!), רעדענדיג נאך היינט מיט די תלמידים פון דעמאלטס שפירט זיך נאך די אומגעהויערע וויייטאג וואס ליגט זיי אין הארץ ווערענדיג אפגעסטעמפעלט אלץ 2' קלאס א זעלטענע געפיללאזע שריט צו באגיין!.

נשלח: מוצ"ש יאנואר 11, 2020 8:36 pm
דורך אישתישבי
שטימט דא מיט רח"ד כ"ץ שיטה אז עס דא קראנקע וואס מעגען גיין צו ר' שמואל, און געזונטע וואס דארפען וויסן אז עס איז אסור.

נשלח: זונטאג יאנואר 12, 2020 2:16 am
דורך בן ישי
איינער ווייסט וויפל ער רעכנט פאר א מער ערענסטע קול קורא דהיינו נישט נאר פון די סאטמארע דיינים? און ווי אויך צו ער קען ערלעדיגן פון די ליטווישע חדר אויך (נישט ר' מלכיאל קאטלער נאר די וואס גייען בכלל נישט מיט סאטמאר)?

נשלח: זונטאג יאנואר 12, 2020 4:06 am
דורך בן ישי
.

נשלח: זונטאג יאנואר 12, 2020 9:25 pm
דורך [NAMELESS]
בן ישי האט געשריבן:איינער ווייסט וויפל ער רעכנט פאר א מער ערענסטע קול קורא דהיינו נישט נאר פון די סאטמארע דיינים? און ווי אויך צו ער קען ערלעדיגן פון די ליטווישע חדר אויך (נישט ר' מלכיאל קאטלער נאר די וואס גייען בכלל נישט מיט סאטמאר)?

לכוארה נישט ער ארבייט דאך מיט היימישע טעראר וואס רעדט אינגאנצען נישט צו רבנים פון די ברייטערע גאס [השווה;אפרים שטרן (ברודער); סקולענער רבי'ס יונגסטער'ס זון שמואל מרדכי (ערשטע קאזין)].

נשלח: מאנטאג יאנואר 13, 2020 3:16 pm
דורך פארווע חסיד
איך הער אז לאנדאן איז באקאנט אלץ מער תמימותדיג ראדיקאלע פלאץ טא פארוואס קומט ער אהער ? אדער גאר דארט איז שוין אן עולם התיקון?

נשלח: מוצ"ש פעברואר 01, 2020 10:23 pm
דורך [NAMELESS]
איינער קען אפשר געבו א קלארע ביאגראפיע אויף דעם מענטש?!

נשלח: זונטאג פעברואר 02, 2020 6:13 pm
דורך אישתישבי
זעהט אויס אז עס איז נישטא מיט וואס אנצופילן אפאר שורות וועגן אים. א פלעינע פארביטערטע סאטמערע וואס אויף פרנסה איז ער געהייערט צו שטיפען די סאטמארער אגענדע אפילו עס איז אויף דער חשבון פין אידיש בלוט.

זאל דער אויבערשטער אים באצאלן, און זיך מרחם זיין אויף אים, ער זאל נישט קענען אויספירן די בייזוויליגע סאטמארע רשעות, ובית צדיקים יעמוד לעולם.

נשלח: זונטאג פעברואר 02, 2020 7:58 pm
דורך שבת אחים
אויב איינער קען טאקע ערלעדיגן ביי ר׳ יצחק שטערן א קול קורא קעגן מיר וועל איך אים זייער עפרישיעטען.

סאיז נישט שווער אים איבערצורעדן ווייז אים מיינע תגובות דא אין קאווע שטיבל ער וועט גלייך שפרינגן דערויף.

ווי אויך ווערט געזוכט ״מעטשערס״ זאלן מעטשן אלע נדבות.

מיט די געלט גייט מען בויען א ״סאציאליסטישע שול״ אינמיטן בארא פארק און וויפל ס׳בלייבט איבער וועט מען געבן פאר בערני סענדארס קאמפיין.

ייש״כ למפרע. תזכה למצות...

נשלח: זונטאג פעברואר 02, 2020 10:15 pm
דורך אישתישבי
א סאציאליסט מיט א תאוות הממון? נעה. א פאלשע סאציאליסט.

נשלח: מאנטאג פעברואר 03, 2020 12:32 am
דורך תנחום
ער מאכט חתונה דעי וואך, עריז ביזי יעצט.

נשלח: מיטוואך פעברואר 05, 2020 8:41 pm
דורך [NAMELESS]
ווי אלט איז ער?
בעצם איז ער א פריינטליכע מענטש?

נשלח: מיטוואך מערץ 17, 2021 12:14 pm
דורך קאנטראווערסול
הער איך אז ער ארבעט אויף א קול קורא אנטקעגען דעם קונטרס "מה טובו אוהליך"

נשלח: מיטוואך מערץ 17, 2021 12:39 pm
דורך [NAMELESS]
פון וועהם קומט דעי קונטרס, און וואס שטייט דארט ראנג

נשלח: מיטוואך מערץ 17, 2021 2:05 pm
דורך nespresso
קאנטראווערסול האט געשריבן:הער איך אז ער ארבעט אויף א קול קורא אנטקעגען דעם קונטרס "מה טובו אוהליך"

דעס שרייבט הרב מה טובו אין זיין email

היות אונז טוען נישט עדווערטייזן דעם ספר, ביטע זייט מודיע פאר סיי וועמען איר האלט אז זיי וועלן האבן דערפון א תועלת. מען קען דאס קויפן אויף עמעזאן דורכן זוכן פאר "מה טובו",

USA: https://www.amazon.com/dp/1673737560

CA: https://www.amazon.ca/dp/1673737560

UK: https://www.amazon.co.uk/dp/1673737560

אדער ביי די פאלגענדע לאקאציעס:

בארא פארק - אייכלערס, ביגלאייזן , מבחר און Judaica Corner | וומבס"ג - (מאורות, בית הספר און וויינשטאק'ס) דערווייל ארויס עפ"י בקשת יצחק שטערן | מאנסי - מרכז און בית הספרים | בלומינגבורג - יפה | מאנטריאל - פרדס | אנטווערפען - מרכז | לאנדאן - בראונ'ס און מסורה | קרית טאהש - ממלכת

נשלח: מיטוואך מערץ 17, 2021 5:13 pm
דורך תרמב
איך האלט אינמיטן לייענען דעם ספר מה טובו, ס’איז זייער צו די זאך און באלערנד, אלעס קומט מיט מקורות, באהאנדלט זייער איידל האקעלע ענינים וואס דארפן אויסגעשמועסט ווערן, די קול קורא מאכערס האבן א פראבלעם מיט די תורה ס’איז פול מיט צופיל שמוץ פאר זיי, זיי קענען גיין צום בארג סיני צוריקגעבן די תורה אפשר וועט מען זיי געבן א נייע, אפשר די קוראן צו וואס.

נשלח: מיטוואך מערץ 17, 2021 6:11 pm
דורך רביה''ק זי''ע
כ'גלייב נישט אז מיט'ן קוראן וואלטן זיי יא צופרידן געווען, אפשר מיט'ן ברית החדשה אדער די Tripitaka. :lol: :lol: :lol:

נשלח: מיטוואך מערץ 17, 2021 11:15 pm
דורך שמעקעדיג
קאנטראווערסול האט געשריבן:הער איך אז ער ארבעט אויף א קול קורא אנטקעגען דעם קונטרס "מה טובו אוהליך"

איז ער פאררוקט ל"ע?
דאס איז לכאורה די בעסטע ספר אין אידיש אין די ענינים, אלעס ע"פ תורה מיט מקורות, און (אומאפיציעלע) הסכמות פון מערערע רבנים!

נשלח: מיטוואך מערץ 17, 2021 11:33 pm
דורך [NAMELESS]
שמעקעדיג האט געשריבן:
קאנטראווערסול האט געשריבן:הער איך אז ער ארבעט אויף א קול קורא אנטקעגען דעם קונטרס "מה טובו אוהליך"

איז ער פאררוקט ל"ע?
דאס איז לכאורה די בעסטע ספר אין אידיש אין די ענינים, אלעס ע"פ תורה מיט מקורות, און (אומאפיציעלע) הסכמות פון מערערע רבנים!

ל"ע.

נשלח: דינסטאג יוני 01, 2021 1:20 pm
דורך קאנטראווערסול