בלאט 2 פון 2
נשלח: מאנטאג פעברואר 03, 2020 1:58 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך האף אז איך האב גענוג קרעדיט ביי ענק אז איך האב זיך נישט פארלאזט אויף די ליצנות
נשלח: מאנטאג פעברואר 03, 2020 5:14 pm
דורך כוכב
א ריזיגן דאנק פאר אלע משתתפים און אלע וואס האבן געגעבן גוטע ווערטער אין אישי צו מחזק זיין דעם נאבעלן קאמפיין. ב"ה מיר האבן געמאכט א קידוש ה' און אריינגעברענגט איבער פינף אלפים און איבער 60 נדבנים.
אשרינו מה טוב חלקינו.
Re: קאווע שטיבל מיטגלידער: לאמיר טון צו דער זאך!
נשלח: מאנטאג פעברואר 03, 2020 7:21 pm
דורך אונטער חכם
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך האף אז איך האב גענוג קרעדיט ביי ענק אז איך האב זיך נישט פארלאזט אויף די ליצנות
אקעי, אבער זיי אביסל מסביר.
חותמים וואס האבן געהאט גילטי פילינגס צו וואס?
נשלח: מאנטאג פעברואר 03, 2020 7:32 pm
דורך הקטן
שבת אחים האט געשריבן:הקטן האט געשריבן:זאגט מיר היינט איינע פין די חותמים, די ק"ש פעדש האט אים ווינדיקעטעט, ער פילט יעצט בעסער מיט זיך
איך ווייס נישט וואס ער האט געמיינט
ווינדיקעטעט פון וואס?
פון האלטן אנדערש פון דיר?
איך ווייס נישט פינקט וואס ער האט געמיינט
עפעס האט געזאגט שבת אחים, גא-פיגער (דשאסט קידינג)
נשלח: מאנטאג פעברואר 03, 2020 7:34 pm
דורך הקטן
המלוכה והממשלה האט געשריבן:הקטן האט געשריבן:זאגט מיר היינט איינע פין די חותמים, די ק"ש פעדש האט אים ווינדיקעטעט, ער פילט יעצט בעסער מיט זיך
איך ווייס נישט וואס ער האט געמיינט
די ביסט מסתמא די איינציגסטע ק''ש מיטגלידער וואס ער קען פערזענדליך. וואס האט ער אקעגן דיר ?
איך האב נישט געניצט די טיעם פעדש פאר מיין נדבה
Re: קאווע שטיבל מיטגלידער: לאמיר טון צו דער זאך!
נשלח: דינסטאג פעברואר 04, 2020 12:30 am
דורך אונטער חכם
הקטן האט געשריבן:המלוכה והממשלה האט געשריבן:הקטן האט געשריבן:זאגט מיר היינט איינע פין די חותמים, די ק"ש פעדש האט אים ווינדיקעטעט, ער פילט יעצט בעסער מיט זיך
איך ווייס נישט וואס ער האט געמיינט
די ביסט מסתמא די איינציגסטע ק''ש מיטגלידער וואס ער קען פערזענדליך. וואס האט ער אקעגן דיר ?
איך האב נישט געניצט די טיעם פעדש פאר מיין נדבה
האסט בכלל געגעבן? דו לץ
קאווע שטיבל מיטגלידער: לאמיר טון צו דער זאך!
נשלח: מיטוואך פעברואר 05, 2020 11:23 am
דורך טראכטכמוני
הקטן האט געשריבן: זאגט מיר היינט איינע פין די חותמים, די ק"ש פעדש האט אים ווינדיקעטעט, ער פילט יעצט בעסער מיט זיך
איך ווייס נישט וואס ער האט געמיינט
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
ובפרט ביודעי ובמכירי קאמינא, אז פון די חותמים זעלבסט איז געקומען געלט פאר די קאמפיין
איך פראביר זיך מצייר צו זיין אויף יעדע איינע פון די חותמים ווי אזוי דאס איז צוגעגאנגען:
ער זעצט זיך ביינאכט ביים קאפיוטער נאכדעם וואס ער האט געכאפט א שוואכע מינוט, טייפט ער שנעל אריין דעם טשערידי לינק. ער מאכט זיכער צו דריקן די קנעפלעך זייער לייכט אזוי ארום אז קיינער זאל זיך ח״ו נישט אויפוועקן עם כאפן ביי די מעשה.
מיט הארץ-קלאפעניש סקרוילט ער העפטיג דורך אלע טיעמס זיכענדיג ווי צו לייגן זיין נדבה. ווען ער זוימט אביסל ווייל ער קען נישט דעצידירן ווי עס צו לייגן, הייבט עם אן דאס הארץ קלאפן נאך א ביסל שטערקער אזש ער האט שוין מורא די בני בית וועלן זיך אויפוועקן פון דעם אליין, גייט ער ווייטער מיט אמפעט לאמיר שוין ענדיגן פטור אן עסק. עס ווערט נאר שווערער ווייל זיינע פינגערס ציטערן שוין יעצט אביסל אפשר וועט איינער זיך געבן א וועק אויף און אים כאפן רויט-האנטיג ביי דעם אתה נותן יד לפושעים.
אזוי גייט ער אן א מינוט צוויי וואס זיינע אנגעצויגענע נערוון מאכט עס פילן ווי א גוטע 10 מינוט, ביז פלוצלינג דערזעט זיך פון די זייט פון זיין אויג א ״קאווע שטיבל״ פעידש, ער מאכט א האסטיגן שארט-סטאפ. וואס? איז דאס אמת? קען דאס זיין? ער לייגט צו זיין פאדערשטע פינגער צום דיקן ברידזש פון זיינע ברילן און שטופט עס אביסל אריין נענטער צו זיין פנים, האט ער געזען ריכטיג? און אט קלארט זיך אויס די סקרין און עס אנפלעקט זיך פאר אין במלוא הדרה, און יא עס איז דא אויך שטיצע פון ק״ש.
א שוידער לויפט עם דורך די ביינער ווען זיין גאנצע גוף ברעכט אויס אין א שווייס, אוי וויי! שרייט ער שיעור נישט אויס, ווי ווייט האט ער זיך דערקייקלט? ער זיצט אזוי פארלוירן במחשבה פאר נישט מער ווי א האלבע מינוט ווען אט פילט ווי א וואלט פון עלעקטריזיטעט לויפט עם דורך, ער בייגט זיך שנעל אראפ און מיט שוויצעדיגע הענט גיבט ער א שלעפ ארויס דעם ווייער פונעם וואנט. אט אט שפירט ער א ווארעמקייט נעמט שטייטליך ארום זיין גוף, אההה.. ער פילט יעצט ווי א שטיין איז עם אראפגעשליידערט געווארן פון הארץ, אההה... לאזט ער ארויס א הייסע הויכיגע אטעם.
מיט אן ענערגיע וואס ער האט שוין נישט געשפירט זייט דעם כינוס כלל ישראל שפרינגט ער ארויס פון בענקל אין טיפי-טאו׳אירט שטילערהייט צירוק אריין אין בעט פאר זיין ווייב וועט כאפן מה זה ועל מה זה...
צומארגנ׳ס שפאצירט ער אריין אין ביהמ״דאין גייט צו צום ק״ש. באגעגנט ער דארט א @ליטוואק פארטיעפט אין א שמועס מיט א @קטן, דרייט זיך איינער אויס צונעם פרעגנדיג פארוואס ער זעט עפעס אויס היינט זייער צעשטרויבלט, מה יום מיומים?, ענטפערט ער ״איר האט א מינוט? הערט׳ס גוט אויס, מעשה שהי כך הי׳...״
ולא עלתה בידי....
נשלח: מיטוואך פעברואר 05, 2020 11:29 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
עס פאלט דיר נישט ביי אז נישט אלע ניקס זענען אזוי אנאנים ווי דיינס? אדער אפשר קען איך דיין נאמען אויך? (דזשאסט קידדינג, איך קען קיינעם'ס נאמען וואס מיר האבען נישט געהאט קיין דירעקטע קאנטאקט וועגען דעם. איך האב קיינעם'ס נאמען נישט אויסגעגראבען). עכ"פ, דיין אימעדזשינעישען איז טאקע נישט גענוג צו קענען כאפען וויאזוי, אבער דאס קען זיין פאר דיר א מוסר השכל, אז אפילו זאכען וואס דו קענסט נישט פארשטעלן, פאסירן צומאל.
נשלח: מיטוואך פעברואר 05, 2020 11:44 am
דורך הקטן
טראכטכמוני האט געשריבן:הקטן האט געשריבן: זאגט מיר היינט איינע פין די חותמים, די ק"ש פעדש האט אים ווינדיקעטעט, ער פילט יעצט בעסער מיט זיך
איך ווייס נישט וואס ער האט געמיינט
צומארגנ׳ס שפאצירט ער אריין אין ביהמ״ד, גייט צו צום ק״ש אין טרעפט דארט א @ליטוואק פארטיעפט אין א שמועס מיט א @קטן, גייט ער צו און פרעגט טאמער האבן זיי א מינוט ווייל ער האט צו פארציילן עפעס גאר אינטערעסאנט...
דער חותם וואס איך רעדט האט נישט קיין קאמפיאטער בכלל און פארשטייט נישט גענוי וואס איז דאס א פארעם
ער האט סך הכול געהערט וואס ער האט געהערט. נישט געוויסט פינקט וואו אזוי ק"ש הייסט בכלל
זעט אויס ער איז נישט דער איינציגער וואס האט דאס אזוי אויפגענימען
איך בין גאנץ גיט מיט אים, און איך האב מיט אים א שפראך, איך האב אים געהאט פארגעווארפען פארוואס ער האט געחתמעט, אויף דעם ארויף איז ער ציגעקימען צי מיר
ער האט געוויסט צי זאגן אז טייל פין די נותנים דארט זענען כופרים און טייל אויך מחללי שבת בפרהסיא, און אנדערע דארט, אויף דעם טרייפענעם אינטערנעט, קיקען זיך אן וואו די אויפגעקלערטע אליטע און אינטער דעם פאן זענען זיי געקימען ר' שמילן צי הילף
(איך האב אים נישט פארציילט אז איך האב דארט אויך א ניק)
Re: קאווע שטיבל מיטגלידער: לאמיר טון צו דער זאך!
נשלח: מיטוואך פעברואר 05, 2020 12:09 pm
דורך טראכטכמוני
@ליטוואק @הקטן דאס זענען אייערע איינציגסטע טענות? כ׳בין סורפרייזט עט׳ס האט׳ס נישט דיספוטעוועט דעם פאקט אז איר שמועסט אייך דורך יעדער צופרי אין קאווע שטיבל, הייסט לכאו׳ זענטס עטץ מסכים צו דעם. ממש ניבא ולא ידע מה ניבא.
נו שוין, מ׳קען שוין יעצט זאגן סיאיז based on a true story.
נשלח: מיטוואך פעברואר 05, 2020 12:36 pm
דורך הקטן
טראכטכמוני האט געשריבן:@ליטוואק @הקטן דאס זענען אייערע איינציגסטע טענות?
נו שוין, מ׳קען שוין יעצט זאגן סיאיז based on a true story.
טענות?!?
מסכים צי וואס?!?
קים אריין מער קלאר
ווער האט געהאט טענות, איך האב פארציילט וואס איך האב געהרט פין איינע פין די חותמים
Re: קאווע שטיבל מיטגלידער: לאמיר טון צו דער זאך!
נשלח: מיטוואך פעברואר 05, 2020 1:09 pm
דורך טראכטכמוני
@הקטן לעבן, איך פארשטיי דיר אינגאנצן. אפטמאל ווען מ׳איז פיזיש און עמציאנעל אינוואלווד אין אן ענין מיינט מען אז יעדער מיינט אראפצורייסן, נאכדערצו ווען מ׳איז אינטער סטרעס ס׳זאל זיין א הצלחה. כ׳מיין ס׳איז איבעריג צו זאגן, אבער אזוי עס הערשט ביי דיר א אומקלארקייט וועל איך זאגן ברחל בתך, כ׳האב גארנישט געמיינט נישט אנטקעגן די קאמפיין און נישט אנטקעגן דיר, נישט מיט דעם מעשה און נישט מיט די טענות, אדרבה ס׳קומט זיך דיר מ׳זאל דיך קאממענדן פארן זיך אריינלייגן און ארבעטן אזוי שווער פארן מערכה.
אבער יעצט אז די קאמפיין איז דורך בהצלחה גיי נעם דיר א הייסן שויער און קענסט זיך בארוהיגן, דידן נצח!
נשלח: מאנטאג מערץ 30, 2020 9:17 pm
דורך יאסל ראקאווער
די מצב ביי הגאון רבי מרדכי בן חוה שליט"א איז גאר ביטער רח"ל!
תורה הקדושה, התחנני בבקשה, לפני מלך אל רם ונישא
אפשר קען הרב ניימאן שרייבען א מחילה בריוועל פאר די גאון. רבונו של עולם.
נשלח: דינסטאג מערץ 31, 2020 12:38 am
דורך cictim
נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2020 8:09 pm
דורך יין שרף
MONSEY: Rav Moshe Green, the rosh yeshiva of Yeshiva D'Monsey, is in critical condition. Please daven for Moshe ben Slava.