בלאט 2 פון 7

נשלח: דינסטאג יאנואר 08, 2013 10:19 pm
דורך ניו יארק
אז מען רעדט שוין, אויב ווילט איר וויסען פון ווי ר' הערשל שרייבער קומט, קוקט נאר אויף זיין וועבסייט וועסטו זעהן אז ניטאמאל ענגליש האט ער געקענט. גאנץ אונטען זעה אז די ליגעל קארפארעטשיען נאמען איז:  B & H Foto & Electronics Corp

און יעצט האט ער א ביזנעס וואס איך מיין אז מען קען עס באצייכענען אלס די גרעסטע חרידישע ביזנעס. (קיין עין הרע)

נשלח: דינסטאג יאנואר 08, 2013 11:31 pm
דורך געפילטע פיש
מוז אזוי זיין, קוקט אויס די באלעבאטעם פון די וועבסייטס האבן אויך געלערענט אין די זעלבע חדר.
foto.com
fotosource.com
איינער זאל זיי א טובה טוהן און אויפמערקזאם מאכן אויף זייער ספעלינג מיסטעיק.

נשלח: דינסטאג יאנואר 08, 2013 11:45 pm
דורך משה געציל
געפילטע פיש האט געשריבן:מוז אזוי זיין, קוקט אויס די באלעבאטעם פון די וועבסייטס האבן אויך געלערענט אין די זעלבע חדר.
foto.com
fotosource.com
איינער זאל זיי א טובה טוהן און אויפמערקזאם מאכן אויף זייער ספעלינג מיסטעיק.

די דאמעין photo איז שוין ווארשיינליך געווען פארכאפט, בבחינת 1877Karsforkids

נשלח: מיטוואך יאנואר 09, 2013 12:22 am
דורך Starbucks
ראשעקאל האט געשריבן:נישט ממש פאזיטיוו אויף אידישקייט, אבער אזא פעסטע ארטיקעל וואס לויבט אויס B&H איבער בעסט ביי ברענגט אומדירעקט ארויס אז חסידישע אידן האבן נישט זייער לעבן ווי א צוריקהאלט צו מצליח זיין

וואס בעסטביי קען זיך לערנען פון בי ענד עיטש


דער חילוק צווישן בעסט ביי און B&H איז אז ביי בעסט ביי ארבעטן בעיקר יונגאטשעס קוים פון היי סקול ארויס, און וואס קען מען שוין פארלאנגען פון אזוינע חברה, ביי B&H אן די אדער הענד ארבייטן אידן פול פון זיי בעלי כשרון, געזעסענע בעלי משפחה, וואס צוליב זייער שוואכע עדוקעישן קענען זיי קיין בעסערע דזאב נישט באקריגן. די זעלבע יונגעלייט אין אן אנדער געזעלשאפט וואלט רוהיג געקענט ארבייטן אויף וואל סטריט צו אין סיי וואספארא וואלקן קראצער אין מאנהעטן.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 10, 2013 1:06 am
דורך בדחן
אפגזען צו ביסט יא גערעכט אדער נישט, עס איז נישט די אשכול דאס פלאטץ זיך מעמיק צו זיין דערין,
קומט דיר א מעדאל פינעם מרה שחורה פאר האבן סוקסעס צו טרעפן און אזא פאזעטיווע ארטיקעל עפעס גאר שטארק נעגאטיוו, און עס גאר פראבירן צו מאכען די נקודה פון די ארטיקעל.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 10, 2013 7:51 pm
דורך שמעקעדיג
סטארבאקס, די חילוק איז בלויז אין די טרעינינג, און אין די געטריישאפט פון ארבייטער.

דעיוויד ברוקס אין נ"י טיימס איבערן ארטאדאקסישן ציבור

נשלח: פרייטאג מערץ 08, 2013 12:07 pm
דורך בן תמליון
אן אפ-עד קאלום אנאליז איבערן ארטאדאקסישן ציבור באזירט אויף זיין באזוך אין "פאמאגראנעט". זיין אנאליז איז פאזעטיוו ער ברענגט ארויס ווי דער ציבור וואקסט און אונזער לעבן חאטש ארומגענומען מיט מאדערענע טעכנאלעגיע איז אלעס באזירט אויף תורה געזעצן. זיין אויספיר:

Mostly, I notice how incredibly self-confident they are. Once dismissed as relics, they now feel that they are the future.

אידיש: מערסטנס באמערק איך ווי שטארק זעלבסט זיכער זיי זענען. אמאל געווען אוועקגעמאכט ווי פארצייטישע פארבלייבענישן, פילן זיי יעצט אז זיי זענען דער עתיד.

http://www.nytimes.com/2013/03/08/opini ... l?hp&_r=1&

נשלח: פרייטאג מערץ 08, 2013 12:10 pm
דורך זר זהב
אינטערעסאנט. שכח. איך האב נישט געוויסט אז ער שרייבט עפעס אנדערש ווי וועלטליכע פאליטיק.

נשלח: פרייטאג מערץ 08, 2013 12:25 pm
דורך בן תמליון
זר זהב האט געשריבן:אינטערעסאנט. שכח. איך האב נישט געוויסט אז ער שרייבט עפעס אנדערש ווי וועלטליכע פאליטיק.


יא אינטערסאנט. איך בין נייגעריק וויאזוי דער ארטיקל איז צושטאנד געקומען, ווער איז דער סאלאווייטשיק זיין באגלייטער? אגב די הונדערטער קאמעענטס איז אינפארמרטיוו וואס מען מעג שטודירן אויב וויל מען באמת פארשטיין געם דרויסענדיקע בליק אויף אונז און ווי מען דארף פאררעכטן. איך גלייב נישט אז געשטטעטנער און שפילמאן זענען די ריכטיקע קאנדידאטן פאר דעם דאזיקן צוועק.

נשלח: פרייטאג מערץ 08, 2013 12:27 pm
דורך זר זהב
די ערשטע חלק זעהט אויס מער ווי אן אדווערטייזמענט. ס'מעגליך אז פאמאגרענעט האט אים אינווייטעד

נשלח: פרייטאג מערץ 08, 2013 1:34 pm
דורך יידל
בן תמליון האט געשריבן:אן אפ-עד קאלום אנאליז איבערן ארטאדאקסישן ציבור באזירט אויף זיין באזוך אין "פאמאגראנעט". זיין אנאליז איז פאזעטיוו ער ברענגט ארויס ווי דער ציבור וואקסט און אונזער לעבן חאטש ארומגענומען מיט מאדערענע טעכנאלעגיע איז אלעס באזירט אויף תורה געזעצן. זיין אויספיר:

Mostly, I notice how incredibly self-confident they are. Once dismissed as relics, they now feel that they are the future.

אידיש: מערסטנס באמערק איך ווי שטארק זעלבסט זיכער זיי זענען. אמאל געווען אוועקגעמאכט ווי פארצייטישע פארבלייבענישן, פילן זיי יעצט אז זיי זענען דער עתיד.

http://www.nytimes.com/2013/03/08/opini ... l?hp&_r=1&

א שרייבערין אין פארווערטס פארגינט נישט דאס ביסעלע שבח
http://blogs.forward.com/forward-thinki ... -orthodox/

נשלח: פרייטאג מערץ 08, 2013 1:35 pm
דורך יידל
בן תמליון האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:אינטערעסאנט. שכח. איך האב נישט געוויסט אז ער שרייבט עפעס אנדערש ווי וועלטליכע פאליטיק.


יא אינטערסאנט. איך בין נייגעריק וויאזוי דער ארטיקל איז צושטאנד געקומען, ווער איז דער סאלאווייטשיק זיין באגלייטער?

הרב מאיר סאלאווייטשיק, א שטערן אין די וועלט פון מאדערן ארטאדאקסי

נשלח: פרייטאג מערץ 08, 2013 1:50 pm
דורך יואליש
בן תמליון האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:אינטערעסאנט. שכח. איך האב נישט געוויסט אז ער שרייבט עפעס אנדערש ווי וועלטליכע פאליטיק.


יא אינטערסאנט. איך בין נייגעריק וויאזוי דער ארטיקל איז צושטאנד געקומען, ווער איז דער סאלאווייטשיק זיין באגלייטער? אגב די הונדערטער קאמעענטס איז אינפארמרטיוו וואס מען מעג שטודירן אויב וויל מען באמת פארשטיין געם דרויסענדיקע בליק אויף אונז און ווי מען דארף פאררעכטן. איך גלייב נישט אז געשטטעטנער און שפילמאן זענען די ריכטיקע קאנדידאטן פאר דעם דאזיקן צוועק.


בקיצור נמרץ: א סוסקסעספולע פי אר קאמפעין קען נאר געשעהן אויב די פי אר קאנסולטענט האלטן פאר די אויגן דריי באזונדערע קאטאגריעס פון אויפירונג און נעמן א באזונדערע שטעלונג און לייזונג פאר איטליכער:

1) אמת'ע הערליכע אספעקטן פון אונזער געמיינדע, למשל מיטגעפיל און פאמיליע און חסד און קריימלאז, צופרידענהייט פון קינדער און ערוואקסענע כו'. דאס פארדינט ווי מער קאווערעדש ווייל ס'איז אמת און ס'אינספירירט יעדען בר נש.
2) אומפארשטענליכע אויפירונג וואס א דרויסענדיגער מחמת חסרון ידיעה לערענט אפ נעגעטיוו, אבער באמת איז עס פאזיטיוו אדער נוטראל, א שטייגער ווי ווינטער'דיגע קליידער אים זומער, נישט טראגן קיין זייגער אים שבת, סעגרעגירטע פארזאמלונגן און שמחות. דאס פאדערט אן אויפקלערונגס, סיי די סיבות דערצו און סיי אז רוב מענטשן האבן בכלל נישט קיין פראבלעם דערמיט, אדרבה, דער עולם וויל גארנישט אנדערש.
3) באמת נעגאטיווע ערשיינונגן (ווען מ'באניצט זיך מיט צוואנג צו אינפאסירן אויפירונג, די לעכערליכע אדער אומעקזעסטירענדע עדיוקעשאן וואס מ'גיט, הויכע רעגירונג'ס צדקה קאסע באנוצער, אראגאנץ צו וויסענשאפט ווען ס'שמעקט נישט, איגנאראנץ לגבי די פסיכילאגיע ארום מאלעסטעשאן, בלינדע פארטיידיגונס פון אנגעבליכע קרימינאלן כו'). דאס קען נישט פארטיידיגט ווערן און דאס בעסטע פי אר מיטל איז אייגענטליך אריינצוקוקן אין זיך זעלבט און צולייגן מחשבה ווי מ'קען זיך באמת פארבעסערן.

מ'קען נישט נעמען אן עדיטוד ווי מ'סעלאברירט מידיא קאווערעדש פון קאטאגאריע 1, מ'אטאקירט (אנשטאט מסביר זיין) די מאטיווען אונטער 2, און מ'שרייט קאזק הנגזל און אנטעסעמיטיזם אויף קאטאקאריע 3. אין פאקט, אטאקירן מאטיוון פון מידיא איז לעכערליך (פאר ווער ס'קען די ביזנעס) און גיט די פנים פון איינער וואס איז אויף די דיפענסיוו און זיכט צו פארדרייען די שמועס (זיכער ברויך מען האלטן א אויג אויף מידיא בייעס, ס'זענען דא ריזיגע ארגאנאזאציעס, פארטיי'ישע און אומפארטי'אישע, וועלכע טוהן אט דאס. אבער דאס קען נישט ווערן די סטראטעגיע ווען מ'ווערט געכאפט אין א סקאנדאל. יעדע מידיא קאנסומער קען דורכזעהן די ספין.) אויך קען מען נישט דיקטירן וועלכע אספעקטן פון אונזער לעבן די מידיא זאל באהאנדלן. פונקט ווי אלע סעקטארן פון געזעלשאפט, זענען מיר אויסגעשטעלט צו שבח, קריטיק און סתם נוטראלע באהאנדלונגן.

און צום לעצט, יעדע פי אר סטראטעגיע וואס רעכענט זיך אויף "פארטיידיגן" קאטאגאריע 3, און זיין נאיוו און האפן אז מ'קען דאס ספינען פאזיטיוולי דורך יעדעס מאל מאכן א קאשע פון קאטאגאריע 1 מיט קאטגארי 3 (ער איז נישט שולדיג אין די קריים ווייל מיר האבן א חסד ארגענאזאציע און ער פלעגט גיין צו אבות ובנים מיט די קינדער) און ניצן קאטאגארי 2 צו צייגן אז די מידיא כאפט זיך אבי אן און אונז (ביי זיי איז א שטריימעל און זימער אויך פאני, זיי הייבן אונז נישט אן צו פארשטיין) - וועט זיין א דורכפאל. אונזערע ווארטזאגער וועלן פארלירן קרעדעביליטי אזוי ווי דער איראקער אינפארמאציע מיניסטער אפי אויף קאטאגאריע 2.

נשלח: פרייטאג מערץ 08, 2013 2:16 pm
דורך שמעקעדיג
WOW יואליש, קלאר אפגעטיילט, מיט א שכל הישר, ווי שטענדיג.

נשלח: פרייטאג מערץ 08, 2013 4:06 pm
דורך חשבון
הערליך שיין יואלי

נשלח: פרייטאג מערץ 15, 2013 1:17 am
דורך יאיר
אן ארטיקל איז ערשינען אין דער פארווערד, אונטער'ן שרייענדן קעפל "ס'איז דא אידישקייט אויסער ארטאדאקסיע, ברוקס!" וואו די שרייבערין, jordana horn, קריטיקירט ברוקס פאר'ן ארויסהייבן די ארטאדאקסן אז דוקא זיי האבן א ספיריטועלע נאנטקייט צו גאט און צו די תורה, בעת זי אלס קאנסערוואטיווע רעליגיעזע היט אויך די וויכטיגע מצוות און איז זייער שטאלץ מיט איר אידישקייט און זי פלאנצט עס איין אין אירע קינדער. עס איז איראניש אז צו די זעלבע צייט איז זי מודה אז קאנסערוואטיזם האט נישט מצליח געווען אריינצוברענגען ענטוזיאזם אין אידישקייט ביי איר יוגנט, און אז די קאנסערוואטיווע און רעפארמער באוועגונג שרימפט אלס איין. זעט אויס אז 'איז יא דא עפעס א סוד וואס די ארטאדאקסן האבן און די קאנסערוואטיוון פארמאגן נישט.

נשלח: מיטוואך מערץ 20, 2013 6:27 pm
דורך יואליש
כ'ווייס נישט אויב ס'איז פאזיטיוו, נעגאטיוו אדער נוטראל.

The American Shtetl
Uriel Heilman
בני ברית מאגאזין חודש האביב 2013

(ס'קוקט אויס פון וויקיפעדיע אז דער שרייבער איז א זוהן פון סעם היילמען, וועלכער ווערט אפט ציטירט אין די ניו יארקע פרעסע איבער חסידישע אנגעלעגענהיייטן)

נשלח: מיטוואך מערץ 20, 2013 9:33 pm
דורך berlbalaguleh
געפילטע פיש האט געשריבן:מוז אזוי זיין, קוקט אויס די באלעבאטעם פון די וועבסייטס האבן אויך געלערענט אין די זעלבע חדר.
foto.com
fotosource.com
איינער זאל זיי א טובה טוהן און אויפמערקזאם מאכן אויף זייער ספעלינג מיסטעיק.

אויב דו רעדסט פונ'ם ווארט "פאטא" געספעללט מיט אן "עף" שטאטס א "פי עיטש", איז עס נישט קיין מיסטעיק. ס'איז א "טרעידמארק". ביי א טרעידמארק איז אנגענומען צו ספעללן אנדערש ווי לויט'ן דיקדוק.

נשלח: מיטוואך מערץ 20, 2013 9:48 pm
דורך berlbalaguleh
יואליש האט געשריבן:כ'ווייס נישט אויב ס'איז פאזיטיוו, נעגאטיוו אדער נוטראל.

The American Shtetl
Uriel Heilman
בני ברית מאגאזין חודש האביב 2013

(ס'קוקט אויס פון וויקיפעדיע אז דער שרייבער איז א זוהן פון סעם היילמען, וועלכער ווערט אפט ציטירט אין די ניו יארקע פרעסע איבער חסידישע אנגעלעגענהיייטן)

האפנטליך איז ער מער אביעקטיוו און פאזיטיוו אין זיינע באריכטן פון זיין טאט'ן, פראפעסאר היילמאן וועלכער שרייבט שטארק אומנוצבארע ארטיקלען און מיינונגען איבער חסידים און חסידות. זיינע רעפארטס און אפשאצונגען זענען נישט ערשטהאנטיג. ס'איז ווי איינער באשרייבט עקזאטישע חיות. מ'קען איהם (פראפעסאר יודא היילמאן( הערן אויף די סעריע "האסידים, עי לייף עפארט און אויף אנדערע פלעצער וואו ער לאזט הערן זיינע נעגאטיווע מיינונגען.".

נשלח: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 11:20 am
דורך געפילטע פיש
יואליש האט געשריבן:כ'ווייס נישט אויב ס'איז פאזיטיוו, נעגאטיוו אדער נוטראל.

The American Shtetl
Uriel Heilman
בני ברית מאגאזין חודש האביב 2013

(ס'קוקט אויס פון וויקיפעדיע אז דער שרייבער איז א זוהן פון סעם היילמען, וועלכער ווערט אפט ציטירט אין די ניו יארקע פרעסע איבער חסידישע אנגעלעגענהיייטן)

אויב איז עס נעגאטיוו איז עס נאר ווייל ס'דא נעגאטיווע זאכן אין אונזערע קאמיוניטי, אזוי ווי ס'דא אין יעדע קאמיוניטי פאזיטיווע און נעגאטיווע שטרייטן. איך מיין ער פראבירט א באגילדן אביסל, ציענדיג אביסל אונז צו לייגן אין א פאזיטיווע בליק, ער געט א בליק אריין אין די 'שטעטל', אבער ער לאזט די לייענער אליין מחליט זיין.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 11:20 am
דורך געפילטע פיש
berlbalaguleh האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:מוז אזוי זיין, קוקט אויס די באלעבאטעם פון די וועבסייטס האבן אויך געלערענט אין די זעלבע חדר.
foto.com
fotosource.com
איינער זאל זיי א טובה טוהן און אויפמערקזאם מאכן אויף זייער ספעלינג מיסטעיק.

אויב דו רעדסט פונ'ם ווארט "פאטא" געספעללט מיט אן "עף" שטאטס א "פי עיטש", איז עס נישט קיין מיסטעיק. ס'איז א "טרעידמארק". ביי א טרעידמארק איז אנגענומען צו ספעללן אנדערש ווי לויט'ן דיקדוק.

נישט קיין מיסטעיק??? מיינסט עס נישט ערענסט! כ'חליש!

נשלח: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 1:07 pm
דורך berlbalaguleh
געפילטע פיש האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:מוז אזוי זיין, קוקט אויס די באלעבאטעם פון די וועבסייטס האבן אויך געלערענט אין די זעלבע חדר.
foto.com
fotosource.com
איינער זאל זיי א טובה טוהן און אויפמערקזאם מאכן אויף זייער ספעלינג מיסטעיק.

אויב דו רעדסט פונ'ם ווארט "פאטא" געספעללט מיט אן "עף" שטאטס א "פי עיטש", איז עס נישט קיין מיסטעיק. ס'איז א "טרעידמארק". ביי א טרעידמארק איז אנגענומען צו ספעללן אנדערש ווי לויט'ן דיקדוק.

נישט קיין מיסטעיק??? מיינסט עס נישט ערענסט! כ'חליש!

מיין סארקאזם דעטעקטאר (כ'יהאב עס באקומען אויף משלוח מנות) האט זיך גאר שטארק צופיפן ווען כ'האב געליינט דיין תשובה. כ'האף אז דו האסט נישט געחלש'ט. אויב יא. זאג מיר דיין אדרעס. כ'על קומען (בל"נ) דיך אויפמונטערן.. :oops: :lol:

נשלח: מאנטאג מאי 06, 2013 7:58 pm
דורך יידל
אן ארטיקל אויף די ניו יארק טיימס בלאג איבער משגיחים און כשרות http://dinersjournal.blogs.nytimes.com/ ... d=tw-share