Unorthodox TV - באזירט אויף די בוך.

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס
פארשפארט
כרפס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 94
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 26, 2020 1:16 pm
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 32 מאל

שליחה דורך כרפס »

אלי ראזן איז פיינע נייעס, ער איז גראדע נישט קיין פארביסענער, און שפילט אין אסאך די סארט יידישע פילמען לעצטענס.
ס'איז איין גרופע וואס זענען אינוואלווד אין יודישע עקטינג. אלעס קומט פון היימישע שטובער, אבער כ'מיין אז דאס אליינס אז זיי פירן זיך שוין נישט היימיש, פארגעסן זיי אליינס וויכטיגע זאכן ביים מאכן א מאווי, ווי יעדער וואלט נארטורליך אויבנאויף פארגעסן מנהגים וואס מ'פירט זיך אין שטאט - נאכן זיין צוויי חדשים אין קאנטרי.

און אפילו זיי באמערקן יא טעותים, האב איך אליינס געהערט פון מנשה לוסטיג, אז דער דירעקטאר און שותפים זענען באלעבוס אויפ'ן ארבעט, און טאמער זיי פאר'עקשנ'ן זיך אויף זאכן, נישט צו טוישן, צו יא טוישן, קענסטו נישט קריטיקירן, פונקט ווי אין א מיליטער באזע, וואס כאטש דער זעלנער פארשטייט לאגישע זאכן וואס דער קאמאנדיר זאגט ראנג, קען ער נאר שווייגן און פאלגן.
פארפאלן ס'איז נישט קיין בדיעבד'דיגע פורים שפיל ביים רבי'ן מוצאי יום טוב, ס'איז א קרו מיט ארבייטער און א אגענדע. און זיי האבן אסאך מער חשבונות אויף יעדע ריר ווי מ'מיינט.

דאס אז אונזער עולם האלט נאר ביים קוקן און נישט העלפן, דאס איז דאך א פאקט, און לכאורה וועט זיך דאס אויפלאזן בקרוב, פונקט ווי אסאך זאכן, אבער ווען ס'קומט צו מאכן פילמען וואס איז לכתחילה נעגעטיוו קעגן חרדים, דארף א היימישער שומר שבת זיין משוגע צוצוהעלפן.
און אז האסט דערמאנט די 'מנשה' פילם, דאס איז שוין געווען א היבשע דורכברוך, און דווקא נישט נעגאטיוו, און ס'האט זיך נישט וואס צו שעמען פון שטיסל.

אגב, איז דא עטליכע ענליכע פילמען וואס ווארטן צו ערשיינען אינעם פאבליק דעם זומער תש''פ, אויב דער מאנסטער קאראנע וועט נישט מבלבל זיין די סדר החיים.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

סאנטיאגא האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:יעצט כאפ איך הערשט ווער דער אלי ראזען איז. ער איז מיר געוועהן זייער קענטליך, כהאב נישט געקענט כאפן פון וואו איך קען אים.

ער הייסט אלי ראזנבלוי. א היימיש קינד פון ב״פ. איך קען אים גוט, כ׳פלעג פארברענגן מיט אים.

ווער איז דער ראזן איינער האט א בעפאר בילד פון אים? כ'ווייס וואס ער שפילט איך בין פשוט נייגעריג אין זיין פעסט,
ער איז אינוואלד היינט מיט די יידישיסטישע off Broadway show
"New Yiddish Rep" אבער ווער איז ער, כ'מיין פון וואו שטאמט ער חתונה געהאט א גרש א בחור אביסל בעיקראונד


אויב איך געדענק גוט:
ער איז אויפגעוואקסן חסידיש. יונגערהייט איז ער געווארן א ליובאביטשער.
און ער האט חתונה געהאט צו א חבדסקער, דאכצעך זיי הייסן בארענשטיין. ער האט צוויי קינדער.

עפעס אזוי.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

הרי את מגורשת לי??
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

מאטי האט געשריבן:הרי את מגורשת לי??


כ׳האב מיך טאקע אויך געוואונדערט. וואס איז טאקע פשט? אפשר וועגן די הלכה.

זינט ווען רעכענען זיך זיי מיט הלכות?
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
סאנטיאגא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 751
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 12:32 am
האט שוין געלייקט: 336 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל

שליחה דורך סאנטיאגא »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך גלייב נישט אז דארט שטעקט די סוד, די חברה פון unorthodox זענען אויך געווארן באגלייט דורך א געוועזענען ישיבה בחור אלי ראזען.

שטיסל איז געווען א דורכברוך, ס'מאכט זיך איינמאל א decade מענטשן האבן א גרויסן טעות אז יעדער פילם ארום חסידים איז די ציל מ'זוכט אונז אראפצורייסן. דא קומט אריין א מורא'דיגע פוינט: געווענליכע פילם/טעלעוויזיע דירעקטארס האבן א גאול, די גאול איז סטאריטעלינג, מאכן א אנבייעסד איידעלע געשיכטע ארום חסידים, ווי שיין ס'הערט זיך איז עס נישט קיין מורא'דיגע סטארי, ווי יעדע דירעקטאר וועט דיך זאגן, מ'קען מאכן א מעשה: משה יאנקל איז געקומען פון ארץ ישראל וואוינען קיין ברוקלין זיין מאמע האט נישט קיין מאן און זיין זוהן איז קראנק אין בעט. אדער קען מען מאכן א מעשה מיט פרטי פרטים, א איד, א חסיד פון ארגענטינע, משה יאנקל, א נערוועזער ברייט ביינערדיגע דייבעטיק, א בעל תשובה פון ספרדי'שן אפשטאם געבוירן נאך צוואנציג יאר, געוועזענער מאריוואנע דילער, מופט קיין אמעריקע, האט נישט קיין חברים, און ארבעט אין א באדי שאפ, זיין זוהן איז אוטיסטיק און האט נישט קיין שייכות מיט'ן טאטן ער וואוינט ביים באב'ן די באבע האט חלומות פון איר מאן ביינאכט...

אזוי פעדימט זיך א געשיכטע מיט זאפט, דאס איז טאקע די אנדערלייאינג דיפרענס פון מאווי און טיווי סעריעס, וויפיל פרטים די פלאט אליינס האט, יעדע עפיסאוד האט נאך פילפאכיג מער און ס'איז א ענדלעס פארמאט

די מציאות איז נעגעטיוו צו נישט, א חסיד גייט און פארט אפ און ס'טוט זיך א געראטשעקע, די פאמיליע האקט אפ מיט אים/איר אפילו נישט איז דא די אומבאטעמ'טע געפיל די ארומיגע ווייסן נישט וויאזוי עס צו עסן און די א"ג עסקנים רעיזן געלט קעגן דער גייער ווען ס'איז דא קינדער, און אויך די עמפעסיס אויף א פארשלאסענע לעבן וכו' וכו' האט סאך מער סטאריליין און דערפאר קומט לעניות דעתי ארויס מער פון די סארט מעשיות. גארנישט קיין אגענדע
א גרינגען שבת מיינע פריינט
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום סאנטיאגא, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
Here’s how I think of my money – as soldiers – I send them out to war everyday. I want them to take prisoners and come home, so
.there’s more of them

Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

מאטי האט געשריבן:הרי את מגורשת לי??


ראזן זאגט אז ווען 'שטיסעל' האט געהאט שירה האס מקדש זיין א בחור האט די רבנות געדרייט א קאפ אז זי ברויך דורכגיין א גט לחומרא. זי איז אן איזרעילי בירגער און זיכט זיך נישט קיין קאפ וויי, האבן זיי באשלאסן אז דער מסדר קידושין וועט נישט ארויסזאגן דעם שם, נאר אדושעם (קעגן א טו"ז) און די חתן וועט זאגן הרי את מגורשת...
כרפס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 94
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 26, 2020 1:16 pm
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 32 מאל

שליחה דורך כרפס »

ווי נישט ווי גלייב איך עכ''פ אז אלע וואס זענן לפנים פארגליטשט, זענען נישט קיין להכעיס'ניקעס, און אז מ'קען עס מאכן ok כשר, וועלן זיי עס טון
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

ס'איז כשר וישר לכתחילה אזוי אויך, די רבנות זענען סתם א באנדע בהמות, נישט אומזינסט שטייט אין משנה "ושנא את הרבנות", ס'נישט צום גלייבן ווי אין א פארגעשריטענע לאנד אין תש"פ קען נאכאלץ זיין אזא מוסד.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
כרפס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 94
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 26, 2020 1:16 pm
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 32 מאל

שליחה דורך כרפס »

אסאך זאכן זענען נישט צום גלויבן, און טאמער מ'מאכט א פילם נישט מיט'ן ציל צו טשעפען, נאר צו אויפטון, טוט מען פארמיידן די קליינע פראבלעמען
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

כרפס האט געשריבן:און אז מ'קען עס מאכן ok כשר, וועלן זיי עס טון

כאמיך באצויגן צו דעם.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
סאנטיאגא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 751
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 12:32 am
האט שוין געלייקט: 336 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל

שליחה דורך סאנטיאגא »

כרפס האט געשריבן:אסאך זאכן זענען נישט צום גלויבן, און טאמער מ'מאכט א פילם נישט מיט'ן ציל צו טשעפען, נאר צו אויפטון, טוט מען פארמיידן די קליינע פראבלעמען

ווי למשל?

נאכאמאל רעדן פון פאזיטיווע זאכן איז דא גענוג געלעגענהייטן פאר די קאמיוניטי אויב זיי ווילן שטארק, זייט ווען דארפן פרעמדע מענטשן זיך זארגן פאר דיין אימעדזש? די פראבלעם איז דאך די זאכן וואס מ'שפילט געווענליך אויס אפ ווערן קיינמאל נישט אדרעסירט. hypocrisy#
Here’s how I think of my money – as soldiers – I send them out to war everyday. I want them to take prisoners and come home, so
.there’s more of them

Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
כרפס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 94
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 26, 2020 1:16 pm
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 32 מאל

שליחה דורך כרפס »

סאנטיאגא האט געשריבן:
כרפס האט געשריבן:אסאך זאכן זענען נישט צום גלויבן, און טאמער מ'מאכט א פילם נישט מיט'ן ציל צו טשעפען, נאר צו אויפטון, טוט מען פארמיידן די קליינע פראבלעמען

ווי למשל?

נאכאמאל רעדן פון פאזיטיווע זאכן איז דא גענוג געלעגענהייטן פאר די קאמיוניטי אויב זיי ווילן שטארק, זייט ווען דארפן פרעמדע מענטשן זיך זארגן פאר דיין אימעדזש? די פראבלעם איז דאך די זאכן וואס מ'שפילט געווענליך אויס אפ ווערן קיינמאל נישט אדרעסירט. hypocrisy#

ריכטיג, אבער ס'דא אזא זאך ווי פעיק נויז, אז מ'מאכט א פילם און מ'בלאזט אויף א מעשה, וואס אמת אז ס'דא א פראבלעם, אבער א שיינע טייל פונעם פראבלעם איז גאר אינעם גיבור המעשה - וואס האט פראדוצירט דעם מעשה.
וואס איך זאג איז, אז א מענטש פארציילט א מעשה אין א פילם, פשוט לייגט ארויס פאקטן וואס האבן פאסירט, און זיין ציל איז מער ווייניגער צו פארציילן זיי מעשה, און אפשר אויך צו טוישן עפעס וועגן דעם.
אבער טאמער זאל מען מאכן א פילם - אזויווי וואן אף אס - וואס איז פשוט געוויזן פאר יעדן, קוק וואס איך האב געבראכן נעכטן.. האט עס נישט קיין גוטע ציל, און ס'האט אויף די לאנג ראנג קיין הצלחה אויך נישט. די נעגאטיווע שפייעכטץ איז גוט פאר שנעלע נייעס, פאר פעסעמיסטן, אבער נישט פאר אינטערטעינמענט אין די מאווי האנדל
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך בין גראדע היבש אימפרעסד פון די שאו, אין א געוויסע זין טרעט עס צו נענטער צום געמיינזאמען וויליאמסבורגער לייפסטייל ווי שטיסל.

די ווילאמסבורגע לעבן אויך אין א אייגענע וועלט און פארמאגן אן אייגענע קולטור אבער עס איז זייער וויט פון די טשאלמע'ס, דא אין דעם שאו האבן מיר א שוויגער וואס מישט זיך אריין אין די אינטימישע לעבן פון טאכטער און איידעם, א מומע א יענטע און א סעוויער וואס מאכט חתונה און טוט שידוכים פאר איר רחמנותדיגע אפגעפארענע שוועסטער, די סטיגמא פון א אפגעפארענער אין די קאמיוניטי, די אונגערישע באבע מיט אירע געפילן.

משה לעפקאוויטש איז אזא אוטענטישער און געפינבארער כאראקטער, גיבט א קוק ווי ער פארדרייט זיך זיין מויל און שרייט אריין ביי די האטעל אז ער איז נישט פון איזראעל נאר פון 'ניו יארק סי'ר'י, האלא'... זיין סקרינסעיווער אויף זיין סמארטפאון איז פון זיין רבי...

די פארלוירנקייט וואס א היימישע מיידל כאפט ווען די כלה טיטשער זאגט איר וואס זי האט אין איר באדי, און די בושה וואס זי האט ווען זי גייט אין מקוה, די צעבראכענקייט ווען זי שערט זיך...

די נאאיווקייט פון דעם יונגערמאן ווען ער זעט אינטערנעט מיט א סמארטפאון ביי זיין שוואגער, די שלעכטע לענדלארד וואס קוקט נישט אריין אין די טענענטס אויגן, די מחסור אין ענגלישער ווערטער אוצר ביי די סאטמארע וויליאמסבורגע אידן...

בקיצור א מוראדיג דעטאלירטע שאו מיט אסאך אינסייד אינפאו...
כרפס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 94
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 26, 2020 1:16 pm
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 32 מאל

שליחה דורך כרפס »

ווי קען מען עס וואטשן בחינם
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

טעלעגראם
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

והאיש משה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 121
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 12, 2014 12:00 pm
האט שוין געלייקט: 78 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 184 מאל

שליחה דורך והאיש משה »

קען עס אפשר איינער ארויפלייגן לזיכוי הרבים
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

.
לבי ובשרי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 702
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 10:02 pm
האט שוין געלייקט: 394 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 472 מאל

שליחה דורך לבי ובשרי »

מאך זיכער האט געשריבן:טעלעגראם

וועכע טשענל?
איסתרא בלגינא קיש קיש קריא
נעגעל וואסער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 720
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 9:44 pm
האט שוין געלייקט: 1480 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 646 מאל

שליחה דורך נעגעל וואסער »

לבי ובשרי האט געשריבן:
מאך זיכער האט געשריבן:טעלעגראם

וועכע טשענל?


דא מאך א זוך פאר unorthodox
נעגעל וואסער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 720
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 9:44 pm
האט שוין געלייקט: 1480 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 646 מאל

שליחה דורך נעגעל וואסער »

[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

פריידא וויזעל'ס איבערזיכט איז א מוז פאר יעדער וואס וויל גוט פארשטיין די חסרונות פון דעם שאו.

איין אקטיאר מיט וועם איך בין אביסל באקאנט פערזענליך וואס אויף אים איז שווער אריבערצופירן ביקורת איז משה לעפקאוויטש (מוישע).

זיין נאמען איז ווילבושעוויץ, א רוסישע משפחה פון מאנטשעסטער וועלכע האט זיך גוט אריינגעבלענדט אין די סאטמארע-ברסלב'ע קהילה אין שטאט, ער שפילט אויס די סאטמארע טשילערס איינס אין די וועלט, סיי מיט די דביקות ביי קברי צדיקים און סיי מיט די נידריגע עדיקשנס ווי חאזעריי און געמבלינג...

די טיווי שאו איז היבש פארנאגראפיש, מען קען זען דערויף די פריוואטע חלקים סיי פון אסתי און סיי פון מושי, איך וואלט נישט געראטן פאר איינער וואס וויל נישט זען פארנאגראפיע צו זען די שאו, ווען איך ווייס ווען וואלט איך עס נישט געקוקט, פאר מיינע מאראלישע צוועקן.
באניצער אוואטאר
הדסים
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 354
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 01, 2019 1:29 pm
האט שוין געלייקט: 343 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 282 מאל

שליחה דורך הדסים »

לאמיר זיך אביסל בעסער מסביר זיין. יעדער פארשטייט אז מען קען נישט האבן קיין טענות אויף יעדע דיטעיל, ווי סאנטיאגא האט ארויסגעברענגט ווי ווייט אונז זענען מיט אונזער לעבנסשטייגער. די טענה איז אויף די צוגאנג.

אין חדר פארציילט א מלמד וועגן א קעניג (מיט א קרוין), א קלוגע יועץ אן ערליכער איד, א גלח וואס איז אוודאי שלעכט, א צדיק וואס איז די בעסטע וואס קען זיין, און אזוי ווייטער יעדע קלישעי וואס איז פארהאן. אבער אין די וועלט פון פראפעשינעל מידיע איז עס נישט אזוי, אפילו ווען עס איז פיקציע וועלן זיי עס אראפלייגן אויף א וועג אז דו קענסט אויך פארשטיין די "רשע" (אין א געוויסע זין). על אחת כמה וכמה ווען מען רעדט באזירט אויף אמת'ע מענטשן, וועט מען ווייזן פאר די צוקוקער ביידע זייטן. חוץ אמאל ווען מען רעדט פון אזעלכע מענטשן וואס זענען אנגענומען אלס "שלעכט" (למשל נאציס).

די מעשה ווערט פרעזענטירט אז מען קען נישט פארשטיין קיין איין זאך וועס די "חסידים" טוען. יעדע איינציגער איד איז אדער טיפש מרחם, אדער א שלעכטער מענטש, אדער ביידע. און יעדע גוי טוט חסד און העלפט ארויס פרעמדע מענטשן אויף די גאס...

קענסט מיר מסביר זיין וואספארא סארט טיפ דער טאטע איז? ער קומט אריין און מאכט קידוש צו קענען טרונקען א גלעזל וויין... עס דערמאנט מיר ווען מיין רבי האט פארציילט פון די שיכור וואס האט זיך געוואלגערט אין די בלאטעס, און איך בין געזיצן און גע'דמיונ'ט ווי ער וואלגערט זיך ליטערלי אין די בלאט א גאנצע טאג... (איך זאג נישט אונז האבן נישט קיין משוגעים, אבער דאס איז א מעשוגענער פון די קוק ווינקעל פון א קינד)

די מאן אליין (יענקי) ווערט אראפגעלייגט ווי א גאנץ פארשטענדליכער מענטש, חוץ ווען עס קומט געוויסע זמנים ווערט ער פלוצלונג א שוטה משוטה ווייל ער איז דאך א חסיד, ווען ער זעט א סמארטפאון שרייט ער אריין ווי א וואנזיגער... און ווען זיין מאמע זאגט אים א ווארט וויל ער זיך פלוצלונג גט'ן נאך די סדר...

בנוגע די גאנצע מעריזש ענין, עס שטערט מיר ווען עס ווערט אראפגעלייגט ווי פרויען ווערן אונטערדרוקט דורך זייער מענער. עס איז אמת אז פרויען ליידן אין אונזער קאמיונעטי, און זיי ליידן אפילו אסאך מער ווי מענער, אבער ווען עס קומט צו די ענין ליידן אינגעלייט פונקט אזוי. מיידלעך זענען געווענליך מער אינוואלווד אין שידוכים ווי בחורים, כלות זענען געווענליך בעסער צוגעגרייט ווי חתנים אין געוויסע ענינים.

און אזוי קען מען רעדן און רעדן...

כרפס האט געשריבן:דאס אז אונזער עולם האלט נאר ביים קוקן און נישט העלפן, דאס איז דאך א פאקט.

דאס איז לכאורה א גוטע תירוץ אויף אסאך דיטעלס, כאטש איך בין נישט אזוי זיכער אז מען קען טאקע נישט טרעפן קיין היימישע צו העלפן.


דיסקלעימער: איך האב עס געזען אויף נעטפליקס.


ביידעוועי, איך האב אמאל אנגעהויבן צו קוקן שטיסל אבער עס איז מיר נישט אריינגעקומען גוט, יעדער לויבט עס אזוי אויס דא, וועל איך עס מוזן געבן נאך א טשענס.
פארשפארט