Wow
איך בין שטארק איפרעסד, סיי די שרייבן און סיי פון די רעיון. כל הכבוד
וועל איך נאר עלעבערירן און צולייגן מיינע הגאות און כ'זאג דיר שוין אז כ'גיי היבש פארקריכן...
אוי האסטו געעפנט א שאכטל... ס'גייט פיל פיל טיפער ווי דעם.. ווי כ'האב שוין דערמאנט אויפן שפיץ גאפל אין די טעלעוויזיע סעריעס אשכול, ס'איז נישטא קיין מוט ביי אונזער מוזיקאלישע סאסייעטי, נישטא אויף וואס ארויסצוקוקן, וואס איז די געווינס? אז כ'קען קויפן א הויז פאר מיינע קינדער וואס זיי וועלן עס נישט נוצן ביז 20 יאר? נישטא דער רעקאגנישן, דער גרעמי מאמענט, ברוב עם הדרת מלך ווי די בלוט און שווייס פון יארן לאנג צאלט זיך ענדליך אויס, נישטא!
און טאקע דערפאר פאלן אסאך ארויס, און מיט אלע רעכטן! ס'עקזעסטירט פשוט נישט דעם ענד גאול! די חלום פון אנקומען איין טאג אויף די walk of fame אדער א בוך, אדער די גרעמי מוזעאם, מ'שעצט נישט ארט און טאלאנט ביי אונז פשוט און פראסט.
און לאמיר שוין זאגן איינער ביי אונז מאכט עס, די גרעסטע שטערן ביי אונז קען נישט לעבן פארזיכערט, דאס איז וואס מאנכע פארשטייען נישט מה יום מיומים מיט א רעקארד דיל וואס שלום לעמער האט ערהאלטן, וואס איז די חידוש? די אויפטוה? וואס מיינט געקריגן א רעקארד דיל בכלל? אין איין ווארט ווען אן ארטיסט באקומט א דיל איז דאס פשט אז דער לעיבל נעמט אים/איר אונטער זייערע פליגלען און איז פאראנטווארטליך פאר יענעמ'ס עתיד, יא ס'קען זיך אלס מאכן דורכפעלער אונטערוועגנס, קיינער איז נישט קיין נביא ווי אויך קען זיין שלעכטע דילס, באט ס'הערשט א פארזיכערונג, דאס וויסן אז דו ביזט אן איינגעשטעלטער אין א ריזיגע קאמפעני, ווי איידער א פארלוירענער צומישטער שטיקל טאלאנט אינמיטן שטאט אן קיין שום סופארט סיסטעם, געבט אריין מאסן קראפט פארן מענטש, משא''כ דער אינדיפענדענט ארטיסט איז אויפן וואסער און וואס בלייבט איבער צו טוהן איז נעמען איין טאג און איין דאגה אויפאמאל...
איז אזוי, געזעהן דעם קאנטראקט האב איך נישט, אבער איך קען מיך גאנץ גוט פארשטעלן אז אויב צאלן זיי נישט אלע זיינע עקספענסעס אנבלאנגט זינגען ד.ה. טראוול, סטודיאוס, וואוקל קאוטשינג, פראמאושענל ווידיאוס, און וואס נישט - צאלן זיי א גרויסע פראצענט. דעס נישט זיין פארזיכערט וואס מארגן גייט זיין און וואס נעקסטע חודש גייט זיין, און לעבן מער ווייניגער אויף unsustainable income איז א געפערליכע צער, דאס איז נישט קיין כלל אבער דזשאבס קענען זיך מאכן פון איין וואך אויפן צווייטן און פון איין טאג אויפן צווייטן, אפילו ביי די גרעסערע נעמען, אז מ'רופט גייט מען, ווילאנג ס'איז אין די הלכה'דיגע און געאגראפישע גדרים. רוב הייבן אליינס אויף די טעלעפאנען, דיעלן מיט קלייענטס איז א קאפוויי פאר זיך, האבן אן עסטיטענט וואס דאגה'ט פאר דעם איז קאנסידערט א לוקסוס אין די צייט ווען אין יעדע אנדערע ביזנעס איז עס א מאָסט! בקיצור גארנישט איז וודאי אלעס איז וויאזוי ס'דרייט זיך און דאס איז די איינציגסטע לאגישע סיבה פארוואס די אנגעזעהנע בעטן טייערער, פשוט ווייל ס'לוינט זיך זיי נישט צו טאן אזא אומפארזיכערטן ארבעט אן פארדינען א פעטן פארמעגן דערביי, ביז די נעקסטע אומפארזיכערטע טאג אויפן קאלענדאר וואס וואלט געקענט ווערן אנגעפילט ביי מיין קאמפעטישן.. עמך מענטשן טראכטן נישט פון די טריקי קורץ טערמיניגע 'טרילס' זיי זעהן נאר די "ריזיגע געלטער" וואס מ'פארדינט אין פובליק לייף... דאס איז אלעס ווען מ'האט א אידענע וואס ארבעט אויך פון די זייט, וואס טוט זיך ווען ס'איז די איינציגסטע הכנסה? דארף מען אויף אלעם זארגן און דרייען חובות לויט די קאפריזן פון די סטאטוס פונעם קומענדיגע טשעקל וואס מ'ערווארט נאך פון מחותן זיסקאוויטש א חודש צייט בערך... יענס בראך.. אפגערעדט פון די אלע צייטן וואס מ'ארבעט נישט אוי איז דאס א חורבן, בילס, רענט, קאר, אינשורענס, טאולס, עסן, קלינערס, שטים בילדונג, שכר לימוד, קליידונג, טעקס, פלעט טייערס און נאך צען אומערווארטעטע עקספענסעס... אבער וואס? א זינגער איז דאך אן עושר...
אבער... אינעם וועלט פון רעקארד לעיבלס פאלן די אלע פראבלעמען כמעט גענצליך אוועק, זיי דאגה'ן פאר די בוקינגס, זיי מאכן אפ ווי ביזי דו זאלסט זיין, האפענטליך ווייניגער ביזי, מיט מער פובליסטי, זיי דינגען דיינע איווענטס, זיי דינגען דיר סטודיא טיים און האלטן אויף א סאציאלע מידיע מענעדזשער, זיי זארגן ווען דיין נעקסטע סינגל זאל ארויסקומען און וויאזוי מ'גייט דאס פרובירן צו שטופן אויף די top 40 chart און יעדע מינדערוויכטיגע דעטאל (כמעט) איז זייער קאפוויי, אז מ'וואטשט די טיווי שאו עמפייער באקומט מען א קלארערן בליק אויף דעם, פארהאן פארשידנארטיגע פאזיציעס און ראנגען ווי אין אלע גרויסע ביזנעסער, איין פאזיציע רופט זיך artist & repertoire די עי ענד ארס זענען אין טשארדזש פון טרעפן נייע ארטיסטן פארן לעיבל, און איינמאל יענס פאסירט קומט די נעקסטע שטאפל; עקספלארן דעם ארטיסט, וואס איז ער? וואספארא אימעדזש גייען מיר אים געבן? וויאזוי גייען מיר אים מארקעטן פאר די וועלט? וועלכע עידש, דזשענדער, און בעקראונד זוכן מיר ער/זי זאל געפעלן? וואס זוכט די גאס יעצט אין די דזשאנער וואס דער ארטיסט צייכנט זיך אויס? וכדומה וכדומה. שעה'ן על גבי שעה'ן זיצן די עי ענד ארס אין מיטינגען און ברעכן קאפ נאר די מענטש זאל שיינען,
שפעטער דארפן זיי זיך אפגעבן מיט מארקעטן די אלבום'ס, סינגלס, ארויפלאדענען די קאנטענט אויף די סטרימינג סייטס, שטופן סחורה אויף די ראדיא און טעלעוויזיע, זיי זענען אויך די ליעזאנס צווישן די ארטיסטן און די רעקארד קאמפעני, וואס באשטייט פון ערנסטע מאגנאטן.
עי & ארס קענען ארומגיין צו נייטקלאבס און פעסטיוועלס און ווי מ'קען נאר הערן לייוו מוזיק, מיטן ציל צו דערטאפן פרישע כוכבים מיט פאנטעציאל צו ווערן א זאך, פילע נעמען זענען שוין דיסקאווערט געווארן אזוי, טעילאר סוויפט איז אזוי אנטדעקט געווארן, דורך רעקארד פראדוסער סקאט בארטשעטע פארהאן א בארימטע באר אין נעשוויל, טענעסי ס'הייסט The Bluebird Cafe דארט איז א בחינה דבי רבי ישמעאל פאר ארטיסטן, דארט קומען אן א שיעור טאלאנטן, און די עי & ארס האבן שוין אסאך זינגער און קאמפאוזערס ארויסגעשלעפט פון דעם באר, רעקרוטירט און געברענגט פאר די וועלט זאל אויך געניסן דערפון.
עי & ארס זענען געווענליך יונגע מענטשן מיט א passion און פארשטאנד אין מוזיק, טיילמאל אליינס מוזיקאנטן, אדער מוזיק דזשורנאליסטן, זיי דארפן ארויסהאבן וואס איז יעצט אין, וואס די מארקעט זוכט יעצט, און ווען זיי זוכן א מענטש טראכטן זיי וויאזוי יענער וועט אריינפאסן אינעם מארקעט און צו מ'וועט קענען פראדוצירן סחורה וואס זאל האבן קאמערשל סוקסעס.
ס'איז צודרייט צו ווערן די קאפ וואס גייט אריין, ווי יוחי בריסקמאן האט זיך אויסגעדריקט אין די עמי אינטערוויא אין ליכט פונעם יוניווערסעל דיל: ווען איך בין געווען זיין פראדוסער, האב איך אלעס געטוהן אליינס, יעצט זענען דרייסיג מענטשן אחראי אויף מיין דזשאב... און ס'איז נישט קיין גוזמא! פארקערט ס'האט נישט קיין פשט ביי אונז, אז מ'קוקט זיך אום, אונז זעמיר לימיטד פון אזויפיל זייטן! נישט נאר אין סטודיא און אויף שמחות ראוטעיטן מיר ארום מיט די זעלבע 3 טראמפייטערס און 5 גיטאריסטס און אוודאי יעדע נאכט אונטער א צווייטע נאמען... נאר אין פראדוסערס, ווידיאגרעפערס, סאונד קאמפעניס, מענעדזשערס פון גרעסער מסיבות, אלעס אלעס ארום איז אויף דעם קיטשי מארקעט נוסח, און ס'האט יענע פנים...און ווער ס'האט נישט די בעסיקס אויפגעסעט פון אלף ביז תיו האט ריזיגע טשאנסן ארויסצופאלן אין נאו טיים!
מאנכע ליינער דא וועלן דאס אנקוקן ווי אן אטאקע אויף די אידישע מוזיק וועלט, ס'איז נישט! ס'איז די אויסשטעל שטימט פשוט נישט... ס'מאכט נישט קיין ברעקל סענס! אין רעאליטעיט וואלט ווען יעדער געדארפט האבן א לעיבל וואס זאל טוהן די העווי ליפטינג, ווייל דער ארטיסט - אפגעזעהן ווי אומפאפולער ער איז -
טאר אויסדריקליך נישט זיין אינוואלד אין די אלע ביזנעס חלקים אויף א טאג טעגליכן פארנעם, אז מ'דארף זיין מיינונג אדער זיין אקעי קען מען אים פרעגן, באט אין אלגעמיין דארף דער טאלאנט זיך אפגעבן נאר מיטן טאלאנט, צו ס'איז זינגען צו ס'איז שרייבן, צו ס'איז רעפן, א בענד; זאלן זיי ריעהרסן וויפיל ס'גייט און קנאקן שטיקער, עניטינג וואס נעמט אוועק די קאפ איז א שטער, דירעקט! דאס לאז א צווייטער האנדלען!
דאס איז די ווייטאג פארוואס אזויפיל באהאלטענע טאלאנט ווערט קיינמאל נישט אויפגעדעקט, כ'גיי בכלל נישט אריין אין דעם פאקט אז צענדליגע קומען אפילו נישט ארויס אין די עפנטליכקייט ווייל זיי ווייסן גוט אז זיי האבן אויף דעם קאנטינענטל סטעידזש נישט וואס צו זוכן... איז וואו יא? דאס איז א ביכל פאר זיך.. אבער נאר דעס אז די ביזנעס אספעקטן זענען נישט מסודר און ווען איינער באשליסט זיך ארויסצולייגן אלס ארטיסט דערזעהט מען זיך אויפן וואסער און מ'נעמט אסאך סעטבעקס, פון דעוועלאפמענט ביז פינאנציעלע סופארט, פון איידיעס ביז niche market פון טרעפן א סטעידזש מיט אן אודיענס, ביז א פובליסט, און אינצווישן דארף מען נאך האבן צייט צו לעבן אויכעט און דורכגיין אלע שבר לב פון failure און זיך האלטן קאנפידענט פון צוזאמברעכן... גייסטיש און פינאנציעל. דאס איז מעשים בכל יום... אין די עכטע וועלט פונקט אזוי, פארהאן מיליאנע אינדיווידיאלע טאלאנטן, נאר דער גוי האט כאטש א גרינגערע וועג צום פובליקום, ער קען זיך אריינזעצן אין bar אין זיך איינשרייבן פאר א open mic slot ער האט פאר זיך עטוואס אן אויסגעטרעטענעם וועג, ער ווייסט באופן כללי צו ער וויל זיין א פאפסטאר אדער א דזשעז זינגער, און ער קען טוהן פעולות צו גיין צו פלעצער ווי די ספעציפישע genres זענען אפרישיעטעד, חוץ די מורא'דיגע מעלה אז מ'האט אן אפערטוניטי צו באקומען א שטיקל טעימה קלה פונעם סטעידזש, פון פערפארמען פאר 20 מענטשן דא פאר 35 מענטשן דארט, דאס אלעס איז נישט קיין מציאות אינעם אידישן לעבן, אין אלגעמיין דער איינציגסטער אפהאלט וואס שטייט צווישן דאסקאל, און דער נייער אורח זינגער אין שטעטל, איז דער בעל שמחה וואס מאכט דעם טשויס צו הייערן וועם ער וויל, שטימט? די זאל מאכט ווייניג אויס גארנישט ארום און ארום מאכט א נפקא מינא, יא די סארט עולם וויל עפעס אנדערש ווי די סארט עולם אא"וו אבער די עצם טאלאנט שפירט נישט קיין חילוק, אויב עפעס אין א פרומערע קראוד ווערט ער נאר נאכמער דערשטיקט ווייל מ'פארלאנגט שטרענגערע פארשריפטן... ס'איז א ווייטאג, כ'רעד נישט פון מיר, כ'האב אבער גענוג חברים אין די ליין, און אנדערע וואס האבן פרובירט זיך אויסצוגעבן, איך וויל נישט מ'זאל חושד זיין אז כ'רעד פון פעין.. דאס איז אינגאצן נישט די קעיס.
יעצט לאמיר אביסל אויספראקן דיינע ווערטער דא אויפן טיש..
בעל רגש האט געשריבן:איינע פון די זאכן וואס איז אפעקטירט פון דעם איז, ארט, און ספעציפיש אונזער מוזיק
אפעקטירט? ווען לערנט מען אונז אויס צו אפרישיעטן ארט? וועלכע צען יעריג אינגל קענסטו וואס זאל פארשטיין צו ארט? פארוואס מוז זיך דאס אנהייבן מיט טראמא אין די צענערלינג יארן אונטערן דאכענע אין ישיבה? אפשר איז דאס אויך פארט פון די אפיקורסישע קוריקלום רחמנא יצילנו? די פאקט איז אז מ'טוט נישט גענוג ענקארידזשן דעם געדאנק פון זיין זיך, ווען א קינד קען שיין שפילן זאגט מען "אה דער גייט נאך איין טאג זיין א מוזיקאנט ביי חתונות..." האלא? אפשר וויל ער קענען שפילן קלאסיקל מיוזיק? אפשר וויל ער זיך לערנען א גוט שטיקל מאצארט ווען ער האט ווען די חיזוק און הבנה, אז ס'איז אקעי זיך צו טרעפן אין די וועלט, און נישט טרעפן די וועלט אין זיך? ממש א ווייטאג, איך מאך נישט אוועק אלע טאלאנטן וואס מיר האבן פאר קיין רגע נישט אבער די waste of talent וואס איז דא קען איך נישט אוועקקוקן!
בעל רגש האט געשריבן:מוזיק - א מושג וואס אנטהאלט אזויפיהל זשאנערס ,סטילן, און כאראקטארן, איז ביי אונז פארוואנדלט געווארן אלס בלויזער מיטל צום ציל דהיינו, סופלייען דעם דור מיט היטס פאר חתונות און קומזיצן, אלבום'ס קומען און גייען, אפטמאל גראדע נישקשה'דיגע אראנדזשירונגען און תנועהל'עך, אבער כאראקטערלאז.
הייליג גערעכט! Couldn't agree more
בעל רגש האט געשריבן:א אינגערמאן וואס איז מחליט אז זיין צייט צו שיינען אלס שטערן איז אנגעקומען, פארבינדט זיך מיטן פראדאסער,
ס'טרעפט זיך נישט אזוי קיין פראדוסערס שניצלער ארבעט נאר מיט מענטשן וואס ער גלייבט אין (אויסער עשירים פארשטייט זיך, געלט רעדט) און ער איז גערעכט, איך געב אים אסאך קרעדיט פארן אריינברענגען די געדאנק פון א לעיבל אין די היימישע מוזיק אינדוסטרי, ס'הייסט אנשטאט וואס ער זאל נאר טוהן אן ארבעט פאר ווער ס'צאלט האט ער זיך געבויט א ברענד וואס באשטייט פון די פאר ארטיסטס וואס ער האט געזעהן א וויזשאן אין זיי, וואס ער האלט און וויאזוי ער האט זיי געבויט איז נישט פאר יעצט אבער ער האט עס קלאר דעזיינט ווי א רעקארד קאמפעני, די ווייטאג איז נאר, די אנדערע טויזנטער אידן מיט טאלאנט האבן נאך אלס דעם שווערן בארג ארויף ווי ביז יעצט, ווייל אויב שניצלער נעמט נישט אן ווער יא? די מאנגל איז אין אלעם! שפילער, מיקסערס, לייטונג מאכערס און פראדוצירער אויך! און די פאר וואס זענען דא זענען פארנומען ביז איבערן קאפ, אסאך טוען עס נישט פון טיים, און אסאך זענען פשוט נישט די ריכטיגע שידוך, פונקט ווי מוזיק איז עס א טעיסט וואס דארף קליקן, מענטשן כאפן נישט די וויכטיגקייט פאר אן ארטיסט צו האבן א פראדוסער אויף זיין זייט, אן דעם קען מען גיין שטערבליך ראנג און פארלירן חשק... ס'איז זייער א קאמפליצירטן סובדזשעקט אבער איך בין פרייליך צו זעהן אז ס'נאך פארהאן אידן וואס לעכצן נאך ארט און זענען נישט צופרידן מיטן סטאטוס קווא