בלאט 2 פון 2

נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2020 11:59 pm
דורך ארי נוהם
אנשטענדיגע ייוד האט געשריבן:תחכמוני!
געווואלדיג!
יא , מאיז נישט בטל צום רצון השם.
אבער איז דאס דען נישט בכונה געווארן אזוי אריין געווארצלט געווארן אין אונזער ציבור דורך די גדולים מדורות שעברו ?
זיי האבען געוואלט אז א איד זאל זיין א געוויסע קולטור נישט נאר אז ער האט אנדערע געבאטן ווי א גוי.
זייי האבן געוואלט אז א איד זאל נישט נהנה זיין פון א גויאישע פאברענג בלויז ווייל סנישט זיין טעיסט.
גראדע לעצטענס געהערט פון א איד וואס איז געווען ביי א עלטערע איד א האלאוקאסט איבערלעבער וואס האט נאכען קריג אוועק געווארפען די גאנצע אידישקייט אין לעבט שוין יארן ווי א פאלנער גוי , מיט א גויטע , האט ער גערעדט מיט איהם איבער פארשידענע הויפען פון די פוילישע אידענטום , בעטענדיג נאכצומאכען די כל מקדש פון א רבי מפורסם פארן קריג האט ער דאס געזינגען זיך ווארפענדיג פון געוויין , האט דער איד צוגענדיגט "אויס איד קען מען ווערן אבער נישט אויס חסיד"

נו, טאקע משם ראי' אז תחכמוני איז גערעכט.

אט דאס טענה'ט תחכמוני: מ'קען זיין א חסיד - און דאך זיין א גוי גמור!
אוי איז ער גערעכט, און דיין מעשה באשטעטיגט עס.