בלאט 2 פון 4

נשלח: זונטאג אפריל 19, 2020 3:13 am
דורך קורקלענד
ביי מיר אין שטיב האט מען עס די יאר נישט אריינגענומען. טאקע צוליב די טייערע פרייז.

Re: מהדרין טשיז סנעק: רייטן אויפן ציבור!

נשלח: זונטאג אפריל 19, 2020 3:53 am
דורך moneyminded
אייער קאסטן יעצט דיזע טעג גאר טייער נאר ביי אידן

Sent from my SM-G960U using Tapatalk

נשלח: זונטאג אפריל 19, 2020 10:16 am
דורך איסר האטלקי
moneyminded האט געשריבן:אייער קאסטן יעצט דיזע טעג גאר טייער נאר ביי אידן

Sent from my SM-G960U using Tapatalk

פרעכע שקר. אייער איז יעצט טייער אין גאנץ ניו יארק, גאנץ אמעריקע, און אין די גאנצע וועלט.

Egg prices triple in 3 weeks amid coronavirus panic shopping

Egg prices are skyrocketing because of coronavirus panic shopping/index.html

For Grocers, Eggs Are Getting More Expensive Amid Coronavirus

U.S. egg prices hit record levels as pandemic buying boosts

נשלח: זונטאג אפריל 19, 2020 1:30 pm
דורך קורקלענד
ס'איז געווען טייער איבעראל פסח. נעכטן נאכט האב איך א בליק געטוהן אויפן וועבזייטל פון טארגעט אין בּפּ 1.59 א דאָזען.

נשלח: זונטאג אפריל 19, 2020 2:01 pm
דורך איסר האטלקי
דו רעדסט אודאי נישט פון עקסטרע לארדזש. אויב יא, דאן קוק איבער.

Re: מהדרין טשיז סנעק: רייטן אויפן ציבור!

נשלח: זונטאג אפריל 19, 2020 3:57 pm
דורך moneyminded
איסר האטלקי האט געשריבן:
moneyminded האט געשריבן:אייער קאסטן יעצט דיזע טעג גאר טייער נאר ביי אידן

Sent from my SM-G960U using Tapatalk

פרעכע שקר. אייער איז יעצט טייער אין גאנץ ניו יארק, גאנץ אמעריקע, און אין די גאנצע וועלט.

Egg prices triple in 3 weeks amid coronavirus panic shopping

Egg prices are skyrocketing because of coronavirus panic shopping/index.html

For Grocers, Eggs Are Getting More Expensive Amid Coronavirus

U.S. egg prices hit record levels as pandemic buying boosts
נישט אזוי טייער ווי ביי די אידן

גיי קוק אין גוי'עשע געשעפטן וועסטו זען

Sent from my SM-G960U using Tapatalk

נשלח: זונטאג אפריל 19, 2020 5:56 pm
דורך אישתישבי
פאליטיקאנט האט געשריבן:אז מ'רעדט שוין פון כשר'ע פראדוקטן עלעך צולייגן אז א פריינט מיינער איז געגאנגען באזוכן "ליעבערס" פראדוקציע פלענט אדר צייט זעט ער דארט ווי מען נעמט גרויסע דער "דאמינא" צוקער און מען גיסט עס אריין אין קליינע "ליעבערס" זעקלעך!

שפעטער זענען אידן 'מהדר' און מען קויפט נאר מיט א הכשר......


ליעבערס האט א פראדוקציע פלענט? זיי האבען א וועירהויז, מיט אביסעל פאקען זיי איבער קליינע נאש אין קלייינע פעקלעך, דער פראדוקציע ווערט אלס געמאכט ביי גוי'אישע קאמפאניס, און אזוי אויך אלע אנדערע אידישע עסען פירמעס פראדוצירן נישט אליין.

נשלח: זונטאג אפריל 19, 2020 8:02 pm
דורך berlbalaguleh
אישתישבי: פון וואו ווייס איך וואס דו זאגסט איז אמת...?! ווייל איינס פון מיינע דזשאבס אמאל איז געווען איינקויפן אלע עסן באדערפענישן פאר א ישיבה. און ס'איז געווען א תקופה ווען ס'האבן געפעלט 2 פראדוקטן פונ'ם אלגעמיינעם מארקעט. ביידע זענען מאנופעקטשור'ד דורך היינז. קעטשאפ און עפל דזשוס. און ווען ס'איז נישט געווען פון היינז, האט קיין שום אידישע קאמפעני נישט געהאט. נישט איצקאוויטש, מהדרין אדער שישא...!

נשלח: זונטאג אפריל 19, 2020 9:48 pm
דורך קלוגע יודל
berlbalaguleh האט געשריבן:אישתישבי: פון וואו ווייס איך וואס דו זאגסט איז אמת...?! ווייל איינס פון מיינע דזשאבס אמאל איז געווען איינקויפן אלע עסן באדערפענישן פאר א ישיבה. און ס'איז געווען א תקופה ווען ס'האבן געפעלט 2 פראדוקטן פונ'ם אלגעמיינעם מארקעט. ביידע זענען מאנופעקטשור'ד דורך היינז. קעטשאפ און עפל דזשוס. און ווען ס'איז נישט געווען פון היינז, האט קיין שום אידישע קאמפעני נישט געהאט. נישט איצקאוויטש, מהדרין אדער שישא...!

הלוואי זאל ליבערס זיין איבערגעפאקטע היינז, די צוויי זענען אינגאנצן אנדערע פראדוקטן. מן הסתם איז עפעס געוועהן מיט די טאמעטעיס

נשלח: זונטאג אפריל 19, 2020 10:15 pm
דורך berlbalaguleh
אבער אויב זיי האבן אן אייגענע פראסעסינג פלענט. אדער זיי נעמען פון אנדערע סופלייערס, וואלט דאך לכה"פ איינער יא געדארפט צו האבן. און נאכדעים קומט התאחדות און זאגן אז די זעלבע פראדוקט וואס איז ארויס פון די זעלבע פלענט/פעקטארי איז טריפה ווייל ס'האט אן או.יו. ...!

אז מ'רעדט שוין פון וויפיהל די השגחה פון התאחדות איז ווערד. זיי האבן געהאט א מענטש, גראדע א וואויל איד'ל אבער א גרויסער בטלן. וועם איך האב אליינס געהערט אויפ'ן טעלעפאן פרעגן א שאלת תם..."וואס איז דאס, סיליקאן?"...! א מענטש וואס דיעלט אין הונדערטער פראדוקטן ווייסט נישט וואס סיליקאן איז...! וויאזוי קען ער געבן השגחה...?!

נשלח: זונטאג אפריל 19, 2020 10:36 pm
דורך קורקלענד
איסר האטלקי האט געשריבן:דו רעדסט אודאי נישט פון עקסטרע לארדזש. אויב יא, דאן קוק איבער.

$1.69

Re: מהדרין טשיז סנעק: רייטן אויפן ציבור!

נשלח: זונטאג אפריל 19, 2020 10:48 pm
דורך moneyminded
קורקלענד האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:דו רעדסט אודאי נישט פון עקסטרע לארדזש. אויב יא, דאן קוק איבער.

$1.69
דעק איסר האטלקי האט א מנהג זיך צו טענה'ן אויף גראדע ווענט

יעדער איינער ווייסט אז ניישטאט פון בארא פארק פון Jack's Eggs וואס ער סופלייעד אלע היימישע געשעפטן מיט אייער האט ארויפגעצויגן די פרייז פאר אייער עפעס אומגלויבליך יעצט פאר פסח ווען אידן דארפן אייער פאר יום טוב מיטן מאכן א מאנגעל פאר אנפאנג אז ער האט נישט קיין אייער ,ביז ווען ער האט מיטאמאל געהאט א שפע פון אייער פאר 3 מאל די געהעריגע פרייז

איך ווייס נישט וואס די אמת'ע מעשה איז דערונטער, אבער דאס ווייסט קינד און קייט אז ביי נישט אידישע געשעפטן זענען די אייער געווען מערסטענס דאפעלט די פרייז , נישט פאר קיין 3.69 א דאזען

Sent from my SM-G960U using Tapatalk

נשלח: מאנטאג אפריל 20, 2020 12:49 am
דורך שמעון וואלף
אישתישבי האט געשריבן:
פאליטיקאנט האט געשריבן:אז מ'רעדט שוין פון כשר'ע פראדוקטן עלעך צולייגן אז א פריינט מיינער איז געגאנגען באזוכן "ליעבערס" פראדוקציע פלענט אדר צייט זעט ער דארט ווי מען נעמט גרויסע דער "דאמינא" צוקער און מען גיסט עס אריין אין קליינע "ליעבערס" זעקלעך!

שפעטער זענען אידן 'מהדר' און מען קויפט נאר מיט א הכשר......


ליעבערס האט א פראדוקציע פלענט? זיי האבען א וועירהויז, מיט אביסעל פאקען זיי איבער קליינע נאש אין קלייינע פעקלעך, דער פראדוקציע ווערט אלס געמאכט ביי גוי'אישע קאמפאניס, און אזוי אויך אלע אנדערע אידישע עסען פירמעס פראדוצירן נישט אליין.

הה"ד ווילסט פרעגן קשיות אדער ווילסט הערן מעשיות

נשלח: מאנטאג אפריל 20, 2020 12:54 am
דורך שמעון וואלף
moneyminded האט געשריבן:
קורקלענד האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:דו רעדסט אודאי נישט פון עקסטרע לארדזש. אויב יא, דאן קוק איבער.

$1.69
דעק איסר האטלקי האט א מנהג זיך צו טענה'ן אויף גראדע ווענט

יעדער איינער ווייסט אז ניישטאט פון בארא פארק פון Jack's Eggs וואס ער סופלייעד אלע היימישע געשעפטן מיט אייער האט ארויפגעצויגן די פרייז פאר אייער עפעס אומגלויבליך יעצט פאר פסח ווען אידן דארפן אייער פאר יום טוב מיטן מאכן א מאנגעל פאר אנפאנג אז ער האט נישט קיין אייער ,ביז ווען ער האט מיטאמאל געהאט א שפע פון אייער פאר 3 מאל די געהעריגע פרייז

איך ווייס נישט וואס די אמת'ע מעשה איז דערונטער, אבער דאס ווייסט קינד און קייט אז ביי נישט אידישע געשעפטן זענען די אייער געווען מערסטענס דאפעלט די פרייז , נישט פאר קיין 3.69 א דאזען

Sent from my SM-G960U using Tapatalk

ס'געווען באריכטעט אז פארמס זענען געבליבן מיט אסאך אייער וואס זיי האבן נישט געהאט פאר וועם צו פארקויפן ווייל אזויפיל געשעפטן זענען פארמאכט. סא א שארטעזש איז זיכער נישט געווען. ס'זיכער אז די פרייז איז נישט ארויפגעגאנגן צוליב די די ענדיגט נאר ס'איז געווארן ארויפגעשרויפט דורך די דעסטריביוטער
https://www.recordonline.com/news/20200416/too-many-eggs-not-enough-cooks-sullivan-poultry-farm-feeling-hurt

נשלח: מאנטאג אפריל 20, 2020 10:11 pm
דורך איסר האטלקי
[tag]moneyminded[/tag]

פון אישי:

שׁאַפּרייט איז $3.69 א דאָזען.

דאס איז טייערער ווי רוב גראסעריס אין ב"פ וואס בעטן 3 דאלער.

נשלח: מאנטאג אפריל 20, 2020 10:38 pm
דורך [NAMELESS]
פארוואס איז אזוי שווער צו קאנקורענצן מיט די אידישע עסן קאמפאניס ?
אז א פראדוקט וועט זיין עטוואס ביליגער וועט דען די עולם נישט לויפען קויפען?
אין יעדער ביזנעס וואס א היימיש איד עפענט מאכט איהם זיין שכן נאך , נאר עסן קען מען נישט?
יונגערלייט!! עטץ זוכטס פרנסה? עפענטס פאבריקען!
איך ווייס גראדע פון איינער וואס האט געפענט א נייע קאמפאני פון א געוויסע מאכל, די שטאט האט געלאכט.ווער גייט דען קויפען ביי דיר. למעשה מיט די פאר סענט ביליגער וואס ער האט אוועק געשטעלט זיין פראדוקט איז די עולם געלאפן אין ער איז הערליך מצליח!

Re: מהדרין טשיז סנעק: רייטן אויפן ציבור!

נשלח: מאנטאג אפריל 20, 2020 10:58 pm
דורך פאליטיקאנט
אנשטענדיגע ייוד האט געשריבן:פארוואס איז אזוי שווער צו קאנקורענצן מיט די אידישע עסן קאמפאניס ?
אז א פראדוקט וועט זיין עטוואס ביליגער וועט דען די עולם נישט לויפען קויפען?
אין יעדער ביזנעס וואס א היימיש איד עפענט מאכט איהם זיין שכן נאך , נאר עסן קען מען נישט?
יונגערלייט!! עטץ זוכטס פרנסה? עפענטס פאבריקען!
איך ווייס גראדע פון איינער וואס האט געפענט א נייע קאמפאני פון א געוויסע מאכל, די שטאט האט געלאכט.ווער גייט דען קויפען ביי דיר. למעשה מיט די פאר סענט ביליגער וואס ער האט אוועק געשטעלט זיין פראדוקט איז די עולם געלאפן אין ער איז הערליך מצליח!
אבער די פראבלעם איז אז איינמאל מ'הייבט אן פארקויפן פאר ביליגער, קומט די עסטעבלישט קאמפעני (גפן, ליעבערס) און זיי מאכען עס נאך ביליגער נאר עד יעבור זעם, און די נייע קאמפעני (וואס האט שוין גענוג חובות, און געווענליך נישט קיין גרויסע 'קעש פלאטע', און אסאך מאל האבן זיי נאך באצאלט אביסל טייערער ווי די אוועקגעשטעלטע קאמפעני) גייט באנקראט!

Re: מהדרין טשיז סנעק: רייטן אויפן ציבור!

נשלח: דינסטאג אפריל 21, 2020 1:21 am
דורך אונטער חכם
moneyminded האט געשריבן:
קורקלענד האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:דו רעדסט אודאי נישט פון עקסטרע לארדזש. אויב יא, דאן קוק איבער.

$1.69
דעק איסר האטלקי האט א מנהג זיך צו טענה'ן אויף גראדע ווענט

יעדער איינער ווייסט אז ניישטאט פון בארא פארק פון Jack's Eggs וואס ער סופלייעד אלע היימישע געשעפטן מיט אייער האט ארויפגעצויגן די פרייז פאר אייער עפעס אומגלויבליך יעצט פאר פסח ווען אידן דארפן אייער פאר יום טוב מיטן מאכן א מאנגעל פאר אנפאנג אז ער האט נישט קיין אייער ,ביז ווען ער האט מיטאמאל געהאט א שפע פון אייער פאר 3 מאל די געהעריגע פרייז

איך ווייס נישט וואס די אמת'ע מעשה איז דערונטער, אבער דאס ווייסט קינד און קייט אז ביי נישט אידישע געשעפטן זענען די אייער געווען מערסטענס דאפעלט די פרייז , נישט פאר קיין 3.69 א דאזען

Sent from my SM-G960U using Tapatalk
https://www.wsj.com/articles/for-grocers-eggs-are-getting-more-expensive-amid-coronavirus-11586172611

בילד

מיין גראסערי האט געבעטן 3.99, און געווענליך בעט ער 1.99 , דאס מיינט געווענליך צאל איך סאך מער איבער ווי יעצט.

נשלח: דינסטאג אפריל 21, 2020 6:24 am
דורך קרעקער
אין וואל מארט מאנסי האב איך געקויפט ערב יו"ט א דאזען אייער פאר $1.10
יעצט נאך יו"ט איז עס אביסל טייערער

אין היימישע געשעפטן האט ערב יו"ט געקאסט א דאזען 3 און 4 $

נשלח: דינסטאג אפריל 21, 2020 10:40 am
דורך איסר האטלקי
וואל מארט און טארגעט האבן ביידע די מעגליכקייט צו קויפן מיליאנען אייער אויפאמאל, זיי פארקויפן חודשליך וויפיל אלע אידן איבער די וואלט עסן אין א חודש. נישטא קיין איין היימישע סטאר וואס האט אזא בייאינג פאוער ווי זיי.

דאס איז אויסער דעם וואס זיי זענען זייער אייגענע דיסטריביוטער. וואס אויף דעם גייט אויך אראפ א ריזן פראצענט. זיי האבן מעגליך אייגענע פארמס אויך, אבער אין דעם. בין איך נישט זיכער.

Re: מהדרין טשיז סנעק: רייטן אויפן ציבור!

נשלח: דינסטאג אפריל 21, 2020 1:40 pm
דורך אונטער חכם
קרעקער האט געשריבן:אין וואל מארט מאנסי האב איך געקויפט ערב יו"ט א דאזען אייער פאר $1.10
יעצט נאך יו"ט איז עס אביסל טייערער

אין היימישע געשעפטן האט ערב יו"ט געקאסט א דאזען 3 און 4 $


זעהט אויס די USDA קוקט נאר אויף די פרייזן אין היימישע גראסעריס, ווייל לויט זיי איז די עווערעדזש פרייז געווען 3$

נשלח: דינסטאג אפריל 21, 2020 4:19 pm
דורך berlbalaguleh
אה. איך ווייס שוין פארוואס די פרייז פון אייער איז אזוי שטארק ארויף. צוליעב די קאראנא וויירוס. די גאווערנארס פון ביידע סטעיטס, ניו יארק און ניו דזשערסי האבן פארארדנט די טשיקנס נישט אריינצוקומען צו די ארבעט...!

נשלח: דינסטאג אפריל 21, 2020 6:20 pm
דורך קורקלענד
בינגאו $1.29