רשת ''כאן'' אין א סעריע פון פיר פרקים: ''נייעס'', ווי זיי אנעלאזירען די חרדי'שע פענאמען פון ''קווי נייעס''(האט ליינס), און בכלל די דעמאקראטיזאציע-טויש וואס עס גייט אריבער, נאך די אויפשטייג פון חרדי'שע נייעס ''וועבזייטליך'', פעיס באק וכדו'.
נישט פון די חרדים רעדט מען אין נישט פון מדינות ישראל סאו ביטע הער אויף האקען א טשייניק ביי מרכז הרב אין אזוי אויך חב״ד איז דאס קיינמאל קיין אישו ניט געוועזען
וואס איך האב לעצטנס באמערק אן ענדערונג לפי ראות עיני - קען זיין כבין נישט גערעכט-, געווענליך ווען מדארף מאכן עפעס א קאמפיין צו אויפטוהן ביי פאליטישע ענינים שאפן געלט, חתימות וכו׳, קומט עס מטעם די רבנים זיי געבן ארויס קול קוראס און די עולם פאלגט זיי, למשל ביי בחירות אדער גזירת חינוך, מציצה בפה ועוד יעצט אבער איז געווען גאנצעטע מערכות צו ארלעדיגן מזאל עפענען מוסדות, בתי מדרשים, לאזן משפחה אריינגיין אין שפיטעלער, און אלעס איז געווען אויף די אייגענער האנט מהאט נישט געהערט קיין פיפס פון די רבנים דאס צו שטיצן (לויט ווי איך ווייס) אבער מהאט זיך אליינס אן עצה געגעבן, משרעקט זיך שוין נישט צו טוהן זאכן אליינס און מווארט נישט צו הערן וואס די רבנים זאגן.
זעהט אויס די עולם האט זיך אויסגעלערנט אז מדארף נעמען זאכן אין די הענט אריין אויב מוויל עפעס אויפטוהן.
איך האב לעצטענס געזעהן א נייע ערשיינונג ביי חתונות דערנאך וואס די גראמער ענדיגט די גראמען מיט א גוט שבת ווערט ער באצאלט כנוסח strippers דהיינא לאו דוקא אין די האנט,
החוקר האט געשריבן:וואס איז דא פאזיטיוו? עס איז טאקע אן ענדערונג אבער איך האב פארשטאנען אז די אשכול איז פאר 'פאזיטיווע' ענדערונגען. טעיתי.
די עצם האלטן א הינטל איז טאקע לכאורה לאו דווקא א פאזיטיווע זאך (כאטש וואס ס'דא פלאץ זיך צו דינגען איבער דעם), דאס אבער אז ס'דא די מעגליכקייט פאר איינער וואס וויל יא דאס איז שוין איינמאל א פאזעטיווע ערשיינונג! "I disapprove of what you say, but I will defend to the death your right to say it"
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that