בלאט 2 פון 4

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2020 2:38 pm
דורך נײגעריגער
עטלעכע קאַנאַלן װאו איך גיי כּסדר פאר אונטערהאלטונג, Good Mythical Morning https://www.youtube.com/channel/UC4Pooi ... T8J5SYT-SQ
א טעגלעכע שאָו, אין צװיי חלקים, װאו זיי שפּילן אינטערעסאנטע געימס פארמעסטן
זיי האבן אויך א װעכנטלעכע פּאדקעסט Ear Biscuits װאס איז מער ערנסט

The Try Guys זענען אויף אן ענליכן סגנון, סאיז אבער פאר מיר נישט אזוי אינטערעסאנט צו זיין א שטענדיגער חסיד
(וה"ה פאר "מיסטער ביעסט", צומאל אינטערעסאנט אבער מיט א מאָס)

julien solomita, https://www.youtube.com/user/TheFightingSolo
לעצטנס איז ער בעיקר עוסק אין קאכן, אבער זיינע עלטערע קליפּס זענען געװאלדיג. ספּעציהעל זיין פּאַדקעסט מיטן חברטע Jenna Marbles https://www.youtube.com/user/JennaMarbles (װאס איז שוין לדאבוני נישט אויף די אינטערנעץ), דא האט איר א דוגמא: Podcast #217 - Shark Tank, https://www.youtube.com/watch?v=MBeulCcOSTU
זי פּראבירט די פינעף מינוטיגע קרעפטן װאס "במדבר" האט אויבן דערמאנט https://www.youtube.com/watch?v=2McDQu5UQpk

The Jayleno Fly
https://www.youtube.com/channel/UCn2sZC ... BnXaTjU2bA
װען אימער כ'האב א שװערן טאג, "קרעג פורגעסאן" איז בטוח צו ברעגנען געלעכטער אויף מיין געזיכט
ער איז זייער כאַריזמאַטיש, ארגינעל (נאָו סקריפּט!) און סאיז קענטיג אז רוב פון זיינע געסט האבן באמת א גוד טיים

דאס איז אלעס װאס כ'בין װיליג מיטטיילן מיט אייך אויף דערװייל...

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 9:42 pm
דורך yn.NY
במדבר האט געשריבן:זיך צו באלעקען די פינגער ניין! נישט מיט גרינס טשאקלעט באבקע. דר' רועי יוזעוויטש יו-טיוב טשענעל: אויף עברית און ענגליש פארמאגט אלעס, מענטעליזים, ראציענאלע אידישקייט, קאמפיוטער-פראגראמירונג, אבעלוציע, רעליגיע, איי-קיו, מאדערן-ארט (זה חרטא), ועוד ועוד, און אויך וויאזוי איר קענט דאס אלעס שנעל לערנען.... אלעס!

זעצט אייך אראפ מיט א סלייס ''טשאקלעט באבקע'' און צייט (און מילך) וועט שנעל דארוך לויפן...

שכח פאר די לינק, קוקט אויס אינטרעסאנט.

פאלגענד זענען די פרעזידענטליכע טשענעלס:

טראמפ: https://www.youtube.com/channel/UCAql2D ... Ei2nMYsqOA

https://www.youtube.com/channel/UCADso8 ... HpD4ZK3W9Q

ביידן: https://www.youtube.com/channel/UCWNpXi ... u6M-v25MKw

נשלח: זונטאג דעצעמבער 06, 2020 10:55 pm
דורך צום טאקט
איך ווייס נישט פארוואס אבער עס האט מיר זייער געכאפט. פראבירט עס אליין אויס!
https://www.youtube.com/DIYPerks/videos

נשלח: מוצ"ש פעברואר 13, 2021 9:50 pm
דורך נײגעריגער
Ryan George איז אייזן. זיינע סקיצעס װי ער צולייגט אן ענין...

The First Guy To Ever Be King
https://www.youtube.com/watch?v=WLeoqCS3mvY
אַזוי לאָגיש...

The First Guy To Ever Have A Home
https://www.youtube.com/watch?v=OPw4D5ylLHg

How Fruits Got Their Names
https://www.youtube.com/watch?v=Z3CewJFEsEo

טעמו וראו..

נשלח: מוצ"ש אפריל 24, 2021 10:26 pm
דורך נײגעריגער
The food theorist
https://www.youtube.com/channel/UCHYoe8 ... ASOlmI0k6Q
איינע פון מעטיו ראַבערטס'ס https://en.wikipedia.org/wiki/MatPat קאַנאַלן, װאו ער שטעלט אהער טעאָריעס, באגלייט מיט אסאך הומאָר, מערסטנס בשייכות די מאדערנע עסן אינדוסטריע. צומאָל קריכט ער אויף די גראָדע װענט, און אפט איז ניכר אז ס'איז יש דברים בגו... יעדנפאלס באַלעק איך זיך די פינגער...

דאס איז אַן אינטערעסאנטע קליפּ איבער די אָריאָו'ס קיכעלע און זייער היסטאריע, װאו ער בארירט אביסל די סיבה פארװאס זיי האבן געספּענדט מיליאָנען פאַר א הכשר https://www.youtube.com/watch?v=FtpJFEBcKoE
זייער אינטערעסאנט

Re: "יו טיוב" טשענעלס - YouTube Channels

נשלח: מוצ"ש אפריל 24, 2021 10:50 pm
דורך פאליטיקאנט
וועריטעסיום:
א טשענעל וואס מיוסד פאר סייענס, זייער אינטערעסאנט און דייווערס.

https://youtube.com/c/veritasium


די צוויבל:
איי די צוויבעלע..... סאטיר (satire)און סארקאזם, די בעסטע וואס נאר פארהאן! די ערשטע סאטירישע צייטונג, און נאכאלס פון די בעסטע. זייער יוטיוב טשענעל איז אלט און האט נישט קיין פרישע סחורה, אבער וואס עס איז דארט איז גאראנטיר צו לאכן.
זייער סייט און טוויטער אקאונט גייט נאך אן געהעריג.

https://youtube.com/c/TheOnion
https://www.theonion.com/
https://twitter.com/TheOnion


די לעצטיגע יארן איז די צוויבל געווארן אביסל לינקס גענויגט, האט זיך געעפנט א קאנקורירענדע סאטירישע צייטונג גערופן The Babylon Bee וואס איז מער רעכטס גענויגט.

https://babylonbee.com/
https://twitter.com/TheBabylonBee

נשלח: מיטוואך יוני 09, 2021 2:07 am
דורך [NAMELESS]
דער עילוי'אישער צודרודלטער משוגענער ישראל נתנאל רובין (געווען דא אין שטיבל א קורצע זמן אונטערן ניק @משה זאב פעטש-געבער ביז מען האט איהם חוסם געווען) האט לעצטנס אנגעהויבן פארצולערנען א שיעור אויף יוטוב, וואו ער פלאנט פארצולערנען גאנץ ש"ס אינקלודינג משניות זרעים וטהרות אין א משך פון איין יאר, דהיינו 354 טעג. א שיעור געדויערט בערך אנדערטהאלבן שעה.

https://www.youtube.com/channel/UClUpqR ... GiKgOatliQ

נשלח: זונטאג דעצעמבער 26, 2021 3:23 am
דורך שמן למאור
אפשר קומט עס נישט דא אריין, אבער איך ווייס נישט ווי יא וועל איך עס דא פרעגן,
ביז ממש לעצטנס פלעגט מען קענען דאנלוידן יוטויב ווידיאס, דורך y2mp3, לעצטנס ארבייט עס מער נישט, האט איינער אפשר א גיטע אלטערנאטיוו, וויאזוי צו דאנלוידן ווידיאס פון יוטוב?

Re: "יו טיוב" טשענעלס - YouTube Channels

נשלח: זונטאג דעצעמבער 26, 2021 3:55 am
דורך פאליטיקאנט
עס איז דא צענדליגע, גיב נאר א גוגל זוך וועסטו טרעפן.

איך נוץ https://loader.to/en42/1080p-video-downloader.html

עס ארבעט גוט, און קען דאונלאון 1080p, אויך קען מען אראפלאדענען גאנצע 'פלעיליסטס'.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 26, 2021 5:44 am
דורך וואלווי
ריכטיג האט געשריבן:דער עילוי'אישער צודרודלטער משוגענער ישראל נתנאל רובין (געווען דא אין שטיבל א קורצע זמן אונטערן ניק [tag]משה זאב פעטש-געבער[/tag] ביז מען האט איהם חוסם געווען) האט לעצטנס אנגעהויבן פארצולערנען א שיעור אויף יוטוב, וואו ער פלאנט פארצולערנען גאנץ ש"ס אינקלודינג משניות זרעים וטהרות אין א משך פון איין יאר, דהיינו 354 טעג. א שיעור געדויערט בערך אנדערטהאלבן שעה.
https://www.youtube.com/channel/UClUpqR ... GiKgOatliQ


Interesting.

נשלח: דינסטאג אפריל 12, 2022 2:27 am
דורך שמן למאור
די דאזיגע אשכול איז זייער שטיל לעצטנס
די עולם איז מכובד אריינצוקומען מיט אינטרעסאנטע טשענעלס וואס זיי האבן באגעגנט

דא שטעל איך ארויף אפאר ווידיא'ס פון א שיינע טשענעל וואס גיבן זיך בעיקר אפ מיטן אנטפלעקן די "סודות" פון די מעדזשיק וואס איז געמאכט געווארן אויף america's got talent

https://youtu.be/h-RxCz4SiuE

https://youtu.be/aW8ZDx69USM

https://youtu.be/B6wRufc2itY

https://youtu.be/hnkpU27uTp0

נשלח: דינסטאג אפריל 12, 2022 6:28 am
דורך שאלתיאל
איך פאלג נאך די טשענל פון kara and nite א זיסע קאפל וואס פארט ארום איבערן גלאבוס און קומען ארויס יעדן טאג מיט פרישע ווידעאס פון זייערע אוואנטורעס, נישט יעדער איז אינטערסאנט אבער פון צייט צו צייט איז דא גוטע עקזאטישע סחורה

https://www.youtube.com/c/KaraandNate

נשלח: דינסטאג אפריל 12, 2022 6:31 am
דורך שאלתיאל
פון דער זעלבע סארט זשאנער איז פארהאן די טשענל פון drew binsky א בחור'ל וואס פארט ארום און איז שוין געווען אין יעדער לאנד אויפן וועלט (גראדע א איד)

https://www.youtube.com/c/drewbinsky

נשלח: דינסטאג אפריל 12, 2022 11:55 am
דורך שמן למאור
ענליך איז דא א טשענעל פון peter santenello וואס פארט ארים די וועלט באזיכן אלע מינע מענטשן, און רעליגיעס
ער איז שטארק באקאנט געווארן ביי אונז ווען ער האט געמאכט א שטארק אויפגעפיקטע סעריע איבער "חסידים", צוזאמען מיט שלומי זיאנס, און ער האט עס געמאכט אויף גאנץ א פאזעטיוון אופן

https://youtube.com/c/PeterSantenello

נשלח: דינסטאג אפריל 12, 2022 2:05 pm
דורך ייעעקקבב
איינער האט א טענעל פין יודישע פלעיס?

נשלח: דינסטאג אפריל 12, 2022 2:42 pm
דורך שאלתיאל
פיל מיט גאלד סחורה איבער די צווייטע וועלט מלחמה און אלעס ארום, אריינגערעכנט דער בעסטע דאקעמענטרי איבער דער מלחמה apocalypse the second world war.

https://www.youtube.com/c/WorldatWar1982/videos

נשלח: דינסטאג אפריל 12, 2022 2:48 pm
דורך שאלתיאל
א זשאנער וואס איך פערזענליך בין משוגע דערפאר איז דראון ווידעאס מיט לאנדשאפט פון לענדער, דא איז עטליכע פון זיי וועלכע איך פאלג נאך.

https://www.youtube.com/c/ScenicRelaxationFilms


https://www.youtube.com/c/RelaxationFilm/videos


https://www.youtube.com/c/DroneSnap


https://www.youtube.com/c/dhuting/videos

נשלח: דינסטאג אפריל 12, 2022 2:50 pm
דורך שאלתיאל
צום לעצט פאר היינט, די אטעם פארכאפענדע שטיקעס פון Danny MacAskill א בייקער אוואנטוריסט.

https://www.youtube.com/c/DannyMacAskill

ווידעא וואס געפינט זיך נישט אויף זיין אייגענע טשענעל

https://www.youtube.com/watch?v=GL0rbxB9Lqg

נשלח: דינסטאג אפריל 12, 2022 2:51 pm
דורך שאלתיאל
עצי שטים האט געשריבן:אפשר קומט עס נישט דא אריין, אבער איך ווייס נישט ווי יא וועל איך עס דא פרעגן,
ביז ממש לעצטנס פלעגט מען קענען דאנלוידן יוטויב ווידיאס, דורך y2mp3, לעצטנס ארבייט עס מער נישט, האט איינער אפשר א גיטע אלטערנאטיוו, וויאזוי צו דאנלוידן ווידיאס פון יוטוב?

IDM

נשלח: דינסטאג אפריל 12, 2022 3:18 pm
דורך שמן למאור
איך גיי דא ארויפברענגען אפאר גאר פאפולערע טשענעלס וואס מסתמא האט שוין יעדער געהערט דערפון,
אויב האט אפילו איינער נאכנישט געהערט דערפון האט זיך שוין געלוינט,

די ערשטע איז mrbeast א אינגע ראצער וואס מאכט פארוקטע טשאלענדעס, און גיבט דערביי אוועק צענדליגע אדער גאר הונדרעטער טויזענטע דאלארן
https://youtube.com/c/MrBeast6000

דא איז א טשענעל פון פינעף חברים וואס ריפן זיך dude purfect וואס האבן אנגעהויבן מיט trick shots, אבער היינט האבן זיי שוין אסאך אנדערע אינטרעסאנטע זאכן א שטייגער ווי overtime און stereotypes און battles
https://youtube.com/c/DudePerfect

דא איז איינער zack king וואס שטעלט אהער גאר אינטרעסאנטע illusions מיט magic
https://youtube.com/c/ZachKingVine

נשלח: דינסטאג אפריל 19, 2022 10:09 pm
דורך שאלתיאל
ביז היינט האט מען געדארפט דאונלאודן פון יוטיוב דורך פארשידענע סארטן אומוועגן, יעצט האב איך באמערקט אז יוטיוב האט צוגעלייגט אן אפציע אונטער יעדער ווידעא צו דאונלאודן (פאר א חודש'ליכע אפצאל) און מען קען אראפנעמען די שפע בדרך המלך דורכ'ן הויפט צינור, ויה"ר ס'זאל רינען גוטע השפעות.

1.PNG

נשלח: דינסטאג אפריל 19, 2022 10:49 pm
דורך בר גיורא
יאפ די שפע פון די צינור איז שוין באשאפען געווארן א שטיק צייט צוריק, און סקאסט 11.99 נאך די 90 טאג free triel

נשלח: מאנטאג אפריל 25, 2022 9:33 pm
דורך נומער5
פאר ווער עס האט ליס פערסאנעל פיינענס און קריפטא. איז דער גאר גוט.אנדרעי זשיק