בלאט 2 פון 4
נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2020 1:51 pm
דורך מרדכי מרדכי
קאצקע ציקער האט געשריבן:ליטוואק אפשר וועט דיר זיין אינטערסאנט דורכצוליינען פארמעגליך'ס ארטיקלען אויף די השתלשלות פון די מחלוקה אין סאטמאר אפשר האסט עס שוין געליינט
קענסט עס פליז אהער לינקן
נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2020 4:10 pm
דורך cictim
במדבר האט געשריבן:
אוי גאט און הימל! וואונטש @במדבר זאל טרעפן די צייט דאס אלעס דארוך צוליינען.
נאכאמאל ש'כוח.
א גוי ווען ס'גייט עם שווער, די ערשטע זאך שעלט ער זיין גאט - זיי שרייען בעת מצוקם 'son of a bitch', דאס איז דאך א חוזק פון יאשקע ס'גייט ארויף אויף זיין מאמע, און אזוי אויך די פ"א ווארט...
נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2020 5:36 pm
דורך cictim
FREE DOWNLOAD - ENTIRE ARTSCROLL DIGITAL LIBRARY!
https://t.co/5SqhD4mFdR
נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2020 6:11 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ייש"כ, אבער נישט ממש. דאס איז נאר א טרייעל, צו פראבירן פאר דרייסיג טעג, און מ'דארף אן עפפ דערפאר. דאס קען מען נישט דרוקן.
נשלח: פרייטאג מאי 01, 2020 12:21 pm
דורך [NAMELESS]
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ריכטיג האט געשריבן:מיין עצה: האנדל זיך איין א ebook reader וואס שטיצט פדף'ס, און דו וועסט פותר זיין דעם דרוקן פראבלעם איינמאל פאר אלעמאל.
א גוטע עצה. יעצט דארף איך עצות אויף דעם אויך. וועלכע איז די בעסטע? איך זעי אז א Fire איז די ביליגסטע, אבער דאס איז א טאבלעט, און ברגע דער אינטרנט קומט מיט מיר אין בעט אריין, שלאף איך נישט איין. איך האב שוין א תאווה פאר
דאס, אבער ווער קען בארעכטיגן אזויפיל געלט בלויז פאר פארוויילונג?
db electronics אין לעיקוואד פלעגט צו פארקויפן גע'כשר'טע איבוקס אן ווייפיי, אפשר האבן זיי נאך, פראביר, לכאורה דעליווערן זיי אין די איצטיגע טעג. א געווענליכע גוטע איבוק קומט מיט ווייפיי, אדער דיסעיבל עס אליינס, אדער האלט דיך איין.
אויפן דערמאנטע גרופע רעקאמאנדירן די ישראלים דארט אז onyx boox וואס איז פון ענדרויד 5 און העכער איז זייער גוט פאר בוכער אין עברית. איך גלויב אז ס'איז דא נאך וואס זענען גוט, יעדע איינע האט זיך זיינע מעלות און חסרונות, צב"ש אויב לייענסטו א סך אין בעט דאן זוך אזאנס וואס ארבעט מיט e-ink און פארמאגט אויך glowlight. וכו' וכו'.
נשלח: פרייטאג מאי 01, 2020 12:39 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך האב פאר מיר געדרוקט די מאמר פריער פון דער בחור וואס איז געגאנגן פון עתניאל צו ישיבת מיר. עס איז זיכער געווען אינטרעסאנט. נישט יעדע רווארט, אבער בתוך דבריו איז ער מעורר א פאר אינטרעסאנטע זאכען. ייש"כ אמת והצדק
נשלח: מוצ"ש מאי 02, 2020 11:10 pm
דורך חוקר ודורש
כהאב געליינט דעם שבת א שיינע
ארטיקל ווי איינער אינטערוויוט צוויי מזרחי׳סטישע בחורים וואס האבן זיך געביטען צו די חרדישע וועלט, און א ריספאנס צו זייער טענות דורך הרב יעקב מדן פון ישיבת הר עציון.
אזוי אויך האב איך געליינט פונעם זעלבען שרייבער ווי ער
אינטערוויוט די אנפירער פון די קראים באוועגונג אין א״י.
נשלח: מאנטאג מאי 04, 2020 11:33 pm
דורך תנחום
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך האב פאר מיר געדרוקט די מאמר פריער פון דער בחור וואס איז געגאנגן פון עתניאל צו ישיבת מיר. עס איז זיכער געווען אינטרעסאנט. נישט יעדע רווארט, אבער בתוך דבריו איז ער מעורר א פאר אינטרעסאנטע זאכען. ייש"כ אמת והצדק
כ'האב עס אויך געליינט אויף שבת. ס'איז געוועהן גאנץ אינטרעסאנט. די פסעוודאנים איז מאדנע. @אמת וצדק, קיפ איט קאמינג.
Re: איך דארף לייען מאטריאל!
נשלח: מאנטאג מאי 04, 2020 11:46 pm
דורך אמת וצדק
כ׳האב שטארק הנאה געהאט פונעם אינטערוויו מיט די צוויי געוועזענע מזרחי׳סטישע בחורים, וואס @חוקר ודורש האט אהערגעברענגט, עס לוינט זיך צו ליינען און זען די מעלות און חסרונות פון די ביידע וועלטען.
Sent from my iPhone using Tapatalk
נשלח: דינסטאג מאי 05, 2020 12:28 am
דורך רביה''ק זי''ע
א גרויסן דאנק [tag]חוקר ודורש[/tag] פאר'ן אינטערוויו מיט חכם פירוז, דאס גראדקייט און אויפריכטיגקייט זיינעם איז דאך ממש צו באוואונדערן, הלואי וואלט אונזערע רבנים געקענט פארטיידיגן זייערע שיטות אזוי ווי איהם אן קיין קאפפארדרייענישן און מאניפולאציעס.
נשלח: מיטוואך מאי 06, 2020 11:29 am
דורך [NAMELESS]
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:, ליובאוויטשער מעשיות זענען אלס אינטרעסאנט, .
https://t.me/joinchat/JrjYiFHNFlCezMiA533FMAא טעלעגראם מיט ליובאוויטשע פדף'ס וואס זענען נישט אוועיליבל אויף היברו בוקס אדער רבי דרייוו.
נשלח: מיטוואך מאי 06, 2020 11:49 am
דורך berlbalaguleh
קאך_לעפל האט געשריבן:האסט פראבירט דעם קונטרס על הגאולה ועל התמורה?
ליטוואק פון בודאפעסט: די עדיטעד ווערסיע. ווייל די אריגינאלע כתבי יד פון סאטמאר'ע רבי וועט ארויפטרייבן דיין בלוט פרעשור צו שטארק. און דאמאלס וועסטו זיכער (ח"ו) נישט קענען איינשלאפן...!
איך האב געהערט פון כמה מקורות אז די (קלוגע) שטוב מענטשן פון סאטמר רב זענען נישט געווען צופרידן פון די צו שארפע לשונות וואס ער האט גענוצט. האבן זיי עס א ביסל ..."גע-סאפטענד"...!
למשל וואו ער שרייבט אז מ'זאלל נישט גיין צום כותל. שטייט דארט..."ועל כן יש למנוע מל(ל)כת לכותל ולמקומות אחרים שכבשו הציונים"...! שטייט אין די אריגינאלע ווערסיע..."אני אוסר בכל תוקף"...!
נשלח: דאנערשטאג מאי 07, 2020 10:48 am
דורך איך אויך
אויב אזוי זענן דאך די מזרחיסטן גערעכט.
נשלח: פרייטאג מאי 08, 2020 1:44 am
דורך רביה''ק זי''ע
תנחום האט געשריבן:כ'האב עס אויך געליינט אויף שבת. ס'איז געוועהן גאנץ אינטרעסאנט. די פסעוודאנים איז מאדנע. @אמת וצדק, קיפ איט קאמינג.
עפעס זאגט ער דארט פון איינער א יוסף קמחי וואס איז א צענטראלע פיגור אין די מיר, פארוואס האט ער אזוי מורא ארויסצוזאגן די נאמען רבי אשר אריאלי? יעדער כאפט סייווי וועם ער מיינט, כאטש האט ער ארויפגעברענגט א שמייכל אויף מיינע לפעצן.
נשלח: פרייטאג מאי 08, 2020 2:57 pm
דורך תנחום
עפעס פרישע סחורה צו פרינטן פאר שבת, קומסט אריין קלאר. דרייסיג זייטן טאפס, רופסט אן ווארעם.
איך דארף לייען מאטריאל!
נשלח: פרייטאג מאי 08, 2020 4:18 pm
דורך אמת וצדק
תנחום האט געשריבן:עפעס פרישע סחורה צו פרינטן פאר שבת, קומסט אריין קלאר. דרייסיג זייטן טאפס, רופסט אן ווארעם.
איך האב נישט קיין צייט יעצט, אבער לעשות רצונך חפצתי. הרב נחום אליעזר רבינוביץ ז״ל איז דעי וואך אוועק פונעם וועלט פונעם קאראנא ווירוס, זייענדיג 92 יאר אלט, אויפגעוואקסען איז ער אין די חרדישע וועלט, א תלמיד פון הרב פנחס הירשפרונג און מקבל געווען פון אים סמיכה, אזוי אויך האט ער געלערנט ביי הרב י״י רודערמאן אין ישיבות נר ישראל בולטימור, געווען איז ער אויך א גרויסע פראפעסאר, און דורך דעם איז ער שפעטער אנגעקומען צו די פרומע ציוניסטישע וועלט, ער איז געווען יארן לאנג ר״י אין ישיבות ברכת משה אין מעלה אדומים, אבער ער איז קייינמאל נאכגעגאנגען אין די וועגן פון הרב קוק, און דייקא געהאלטען אז די מדינה איז נישט קיין אתחלתא דגאולה, ער איז געווען א גרויסע חסיד פונעם רמב״ם, און מחבר געווען צענדליגע בענדער ״יד פשוטה״ אויפן ספר היד. צווישען זיינע תלמידים רעכענט זיך הרב יעקב צבי (ובשמו הלועזי יונתן) זאקס הרב הראשי לשעבר של בריטניה, איז אונטערסאנט צו ליינען אן ארטיקל איבער זיין השקפה אויף ״יום העצמאות״ בהלכה ובאגדה:
http://cloud.tapatalk.com/s/5eb5bdc7ab58c/%D7%99%D7%95%D7%9D%20%D7%94%D7%A2%D7%A6%D7%9E%D7%90%D7%95%D7%AA.PDFאון דא האסטו נאך אן ארטיקל פון פראפעסאר מנחם קרן קרץ איבער די היסטאריע פונעם ״עדה החרדית״ און איר שייכות צום מדינה:
http://cloud.tapatalk.com/s/5eb5be16484d8/6_Menachem_Keren-Kratz_Cat-161_LR.pdfא גוט שבת
Sent from my iPhone using Tapatalk
נשלח: פרייטאג מאי 08, 2020 6:09 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
תנחום האט געשריבן:עפעס פרישע סחורה צו פרינטן פאר שבת, קומסט אריין קלאר. דרייסיג זייטן טאפס, רופסט אן ווארעם.
איך האב שוין געלינקט ערגעץ צו
דער פייל מיט בריוון וועגן די מחלוקת אין ירושלים קעגן הרב קוק, פון איינער פון די ליטווישע רבנים וואס האבען געוואוינט אין ירושלים און שטארק געשטיצט הרב קוק, וויזענדיג ווי די מחלוקת האט מיט אידישקייט גארנישט. עס ליגט שוין לעבן מיין בעט אויף עונג שבת
נשלח: זונטאג מאי 10, 2020 1:34 am
דורך cictim
אמת וצדק האט געשריבן: הרב נחום אליעזר רבינוביץ ז״ל איז דעי וואך אוועק פונעם וועלט פונעם קאראנא ווירוס,
א נענטערע בליק
https://forum.otzar.org/viewtopic.php?p=624305#p624305http://forum.otzar.org/viewtopic.php?p=624015#p624015
נשלח: זונטאג מאי 10, 2020 1:45 am
דורך [NAMELESS]
ריכטיג האט געשריבן:ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:, ליובאוויטשער מעשיות זענען אלס אינטרעסאנט, .
https://t.me/joinchat/JrjYiFHNFlCezMiA533FMAא טעלעגראם מיט ליובאוויטשע פדף'ס וואס זענען נישט אוועיליבל אויף היברו בוקס אדער רבי דרייוו.
פרייטאג איז ארויף אויף דעם גרופע א פייל "בכל ביתי נאמן הוא", איך האב נישט יעצט די מעגליכקייט צו אראפלאדענען דעם גרויסן פייל אבער מסתבר אז עס איז מעגליך דעם בוך וואס איך דערמאן אין פריערדיגן בלאט.
נשלח: זונטאג מאי 10, 2020 3:13 am
דורך berlbalaguleh
cictim האט געשריבן:במדבר האט געשריבן:
אוי גאט און הימל! וואונטש @במדבר זאל טרעפן די צייט דאס אלעס דארוך צוליינען.
נאכאמאל ש'כוח.
א גוי ווען ס'גייט עם שווער, די ערשטע זאך שעלט ער זיין גאט - זיי שרייען בעת מצוקם 'son of a bitch', דאס איז דאך א חוזק פון יאשקע ס'גייט ארויף אויף זיין מאמע, און אזוי אויך די פ"א ווארט...
סיקטים:די לעצטע קוואוט אין דיין תגובה. איך האב נישט ליעב צו טרעטן אין בלאטע. אבער. דזשאסט פאר דהע רעקארד. דאס איז נישט דוקא א קללה אויף זייער גאט. נאר א דירעקטע אויסרעכענען פון זיין ייחוס..."דו ביסט א סאן אף עי ביט-ש"...!
נאר די פרענטש קענדיען גויים האבן א בפירוש'ע קללה אויף זייער גאט. איך האב אמאל געארבעט מיט א גוי פון אט דעם פאלק...און די קללה גייט בערך אזוי..."שמוציגער יאשקע וואס איז א חזיר""...!
נאר דער גוי איז אויך פארשטייצעך געווען א וויסטער אנטיסעמיט. ער האטציך אמאל צולאזט. ווען דער (פרייער) אידישער בעה"ב האט איהם נישט געוואלט געבן וועקעישן אין זיין ..."בין הזמנים"...צווישן קראצמעך און ניו יאיר...און איך בין פונקט געשטאנען נעבן עים האט ער געזאגט אזא מין פזמון...דער בעה"ב איז אן עפפען דזשו. און דו--ווייזנדיג אויף מיר. און נאך אן אנדערער ארבעטער פון אידישן אפשטאם"...אלץ ווייל ער האט נישט געקענט גיין דינען זיין אפגאט אין די שמייליגע טעג...!
נשלח: זונטאג מאי 10, 2020 6:23 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך האב פראבירט צו ליינען דער שבת דער קונטרס פון בריוון פון הרב הדס וועגן די מחלוקת אין ירושלים אויף דער רבנות דארט, און איך האב באמערקט וואס עס שטערט מיר אויפ'ן אמת.
ווען זיי ברענגן בריוון מיט אסאך הערות פון אונטן וואס צייכענן צו אנדערע ספרים און ביכער, ווערט א גאנצע באלאגאן אין מיין קאפ. איך וויל שוין אויפשטיין און נאכקוקן און פארשטיין וואס שטייט דארט, און פון דארט פאלט מען אריין אין א rabbit hole (פאר דער וואס פארשטייט נישט די משל, גיי שנעל און ליין Alice in Wonderland, און דערנאך Alice in the Looking Glass, אסאך סודות פון די בריאה שטיין דארט) פון איין מקור ביז צום צווייטן. ממילא איז טאקע בעסער צו ליינן פלעינער ביכער, ווי איידער די מיט אלע הערות און ציונים, ווען מ'וויל זיך אפרוען.
Re: איך דארף לייען מאטריאל!
נשלח: זונטאג מאי 10, 2020 6:24 am
דורך פאליטיקאנט
בערעל'ן:
איך גיי בכלל נישט בארעכטיגן דעם גוי און מעגליך איז ער טאקע אן אנטיסעמיט, אבער דאס וואס ער האט זיך אויסגעדרוקט שלעכט אויף זיין 'אידישע' בעל הבית בעת רוגזו איז נישט קיין ראיה, די טבע פון מענטשן איז אז ווען מ'רעגט זיך אויף און מ'שעלט איינעם פערזענליך גייט מען מגלגל זיין אלע ארומיגע 'סטיגמעס'
צום ביישפיל, וועסט אפט הערן ווען איינער רעגט זיך אויף אן אנדערן חסיד וועט ער יענעם באשייגעצן מיט זיין חסידות (דו סקווירא שוטה, ****** גערער.......) ווען ער זאגט דעס מיינט נישט אז ער האלט בעצם קעגן יענע חסידות און אז ער גלייבט בכלל וואס ער זאגט, - ער וועט זיכער העלפן א יעדע איד נישט קיין חילוק וועלכע עדה, - ס'איז פשוט די לשון בני אדם היינטיגע טעג.
נשלח: זונטאג מאי 10, 2020 10:47 am
דורך berlbalaguleh
פאליטיקאנט: איך האב נאך עטוואס צו זאגן איבער דעם עניין. נאר דער ליטוואק (פותח האשכול) 'עטציך באלד אויפרעגן. ער האט פארלאנגט מאטעריאל (הגהות הב"ח: כצ"ל) צו ליינען. און אונז קום מיר מיט אונזער בויכווייטאג פון גויים אנטיסעמיטן. איבער דעם האביך אויך עפעס צו זאגן. נאר אונזערע חכמים זיכרונם לברכה האבן שוין געזאגט..."מילה בסלע, מישתוקי בתרין"...!