בד"ה: הרה"ח ר' חיים משה שטויבער ז"ל

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
היסטאריקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1029
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2012 1:00 pm
האט שוין געלייקט: 1704 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 310 מאל

Re: בד"ה: הרה"ח ר' חיים משה שטויבער ז"ל

שליחה דורך היסטאריקער »

berlbalaguleh האט געשריבן:היסטאריקער: און דער עפיזאד וואס איך האב צוגעברענגט. דאס איז געווען אין די וואך וואס די אידן זענען ב"ה אהיימגעקומען בשלום. דאס האט ר' סענדער דייטש, אונטער'ן נאמען אליעזר עפשטיין געשריבן אין זיין אפ-עד ארטיקל. אז איינער פון די אידישע געפאנגענע האט געהאט א דיאלאג מיט'ן הויפט היידזשעקער וואס ער און זיין גוירל פרענד זענען געווען דייטשן, ימ"ש. זאגנדיג צו איהם אז ער איז דאך נישט בעסער ווי זיינע עלטערן. ווייל זיי האבן געהרג'עט אידן. און ער טוט דאס זעלבע...! און דער דייטש האט מודה געווען צו איהם און ער האט אראפגענומען דעם ביקס פון די אידן. און ער האט געזאגט אז ער האט נישט געהאט אינזין צו הרג'ען די אידן...און די רוצחי'שע סאלדאטן פון מדינת ישראל האבן איהם געשאסן...!

קודם כל. ווער (אויסער ר' סענדער) זאגט אז דער דיאלאג איז בכלל פארגעקומען. אויסער דעם. וואספארא נוצן האבן די געפאנגענע אידן געהאט פון זיין חרטה...!

דריטנס. די סאלדאטן וועלכע זענען געקומען ראטעווען די אידן האבן פונקטליך געוואוסט די ראלע פון דעם דייטשן שייגעץ און די שיקסע. און זיי האבן געוואוסט אז זיי זענען באוואפנט מיט מאשין גאנס. זיי האבן טאקע געציהלט אויף זיי. אלעס איז געגאנגען אין סעקונדעס. ווייל אויב נישט וואלטן די טעראריסטן זיי געהרג'עט, ח"ו.

נאר ווי קומט א איד צו באוויינען די פגירה פון א דייטשן מערדער...?! איך ווייס אז אלס איד האב איך מיך זייער שטארק געפרייט. און איך האב געדאנקט דעם באשעפער אז די אידן זענן באפרייט געווארן...! נאר ס'איז געווען נאך א סאך אנדערע פעלער וואו הרב ר' סענדער איז אייביג אריינגעקומען פארקערט...!
אונז רעדן פון צוויי אנדערע זאכן, איך רעד צו זיי האבן געשריבן אויף ליבאוויטש וויזניץ וכדומה, די רעדסט אז ער האט געשריבן ליגענטס, אויף דעים קען איך דיר נישט ענטפערן ווייל איך געדענק נישט דעים ארטיקל,
צו ער האט געהאט אן אגענדע, יא, וועלעכער שרייבער האט נישט?
איך געדענק די ענטעבי פרשה, יעדער האט געדאנקט דעם אייבערשטן אז די אידן זענן ניצול געווארן, די חילוק צווישן סאטמאר (די שיטה אידן) און ליבאוויטש איז געווען צו מ׳ מעג זאגן אז עס האט פאסירט ניסים דורך רשעים אבער דאס האט גארנישט מיט די סאבדזעקט פון שרייבן אין צייטונגען

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
היסטאריע קען מען נישט פארדרייען..
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

היסטאריקער: צוערשט אינ'ם ענין פון ענטעבע. א יעדער נארמאלער ערליכער איד איז דאך געווען פול מיט זארג פאר'ן וואוילזיין פון די אידן. ווייל די רשעים די מערדערס ימח שמם האבן דאך נישט נאר אפגעהאלטן מדינת ישראל בירגערס. נאר זיי האבן קלאר געהאלטן אונטער ארעסט אלע אידן. אפילו מיט אייראפע'אישע פאספארטס. און די גויים האבן זיי באפרייט...!

און פארשטייצעך אז ווען די אידן זענען בחסדי ה' באפרייט געווארן האטציך א יעדער איד געפרייט. אונז עמיר יעצט נישט גיין מעסטן די צידקות פון די סאלדאטן וועלכע זענען געווען די שליחים צו באפרייען די אידן. כ'האב מיך יעצט דערמאנט אז ר' סענדער ז"ל האט אויף אט די נקודה אויכעט געהאקט און געשימפט. ווייל די סאלדאטן וועלכע זענען געפארן צו די ווייטע מדינה אוגאנדא האבן פלאנירט און פראקטיצירט וואס צו טון, אום שבת. האט ער געשריבן אז זיי זענען געמיינע מחללי שבת. דא איז ער נישט נאר געווען א דעמאגאג. נאר 100% ראנג. ווייל עפ"י הלכה (מדינא דגמרא ושו"ע) מעג מען און מ'דארף עס טון...! אבער ער האט עטליכע מאל אין יענע אויסגאבע פונ'ם איד עטליכע מאל דערמאנט און באוויינט אלעס ארום די באפרייאונג פון די אידן...!

לגבי שימפן און חוזק מאכן פון ליובאויטש. קען איך דיר זאגן אז ער האט כמעט א יעדע וואך דאס געטון. און אויף אנדערע חסידות'ן אויך...וויפיל מאל האט ער געהאקט אויף בעלזא און אויף וויזניץ. ווען זיי האבן מכבד געווען איינעם פון די פאליטישן'ס, אפילו די רעליגיעזע, וועלכע זענען געקומען באזוכן אין די ת"ת... אז מ'געט אפ כבוד פאר די רשעים...או.קעי. צו דעם איז ער בארעכטיגט. אבער נישט חוזק מאכן און אפשפעטן...! וואס ער האט כמעט אייביג געטון...!
היסטאריקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1029
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2012 1:00 pm
האט שוין געלייקט: 1704 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 310 מאל

Re: בד"ה: הרה"ח ר' חיים משה שטויבער ז"ל

שליחה דורך היסטאריקער »

berlbalaguleh האט געשריבן:היסטאריקער: צוערשט אינ'ם ענין פון ענטעבע. א יעדער נארמאלער ערליכער איד איז דאך געווען פול מיט זארג פאר'ן וואוילזיין פון די אידן. ווייל די רשעים די מערדערס ימח שמם האבן דאך נישט נאר אפגעהאלטן מדינת ישראל בירגערס. נאר זיי האבן קלאר געהאלטן אונטער ארעסט אלע אידן. אפילו מיט אייראפע'אישע פאספארטס. און די גויים האבן זיי באפרייט...!

און פארשטייצעך אז ווען די אידן זענען בחסדי ה' באפרייט געווארן האטציך א יעדער איד געפרייט. אונז עמיר יעצט נישט גיין מעסטן די צידקות פון די סאלדאטן וועלכע זענען געווען די שליחים צו באפרייען די אידן. כ'האב מיך יעצט דערמאנט אז ר' סענדער ז"ל האט אויף אט די נקודה אויכעט געהאקט און געשימפט. ווייל די סאלדאטן וועלכע זענען געפארן צו די ווייטע מדינה אוגאנדא האבן פלאנירט און פראקטיצירט וואס צו טון, אום שבת. האט ער געשריבן אז זיי זענען געמיינע מחללי שבת. דא איז ער נישט נאר געווען א דעמאגאג. נאר 100% ראנג. ווייל עפ"י הלכה (מדינא דגמרא ושו"ע) מעג מען און מ'דארף עס טון...! אבער ער האט עטליכע מאל אין יענע אויסגאבע פונ'ם איד עטליכע מאל דערמאנט און באוויינט אלעס ארום די באפרייאונג פון די אידן...!

לגבי שימפן און חוזק מאכן פון ליובאויטש. קען איך דיר זאגן אז ער האט כמעט א יעדע וואך דאס געטון. און אויף אנדערע חסידות'ן אויך...וויפיל מאל האט ער געהאקט אויף בעלזא און אויף וויזניץ. ווען זיי האבן מכבד געווען איינעם פון די פאליטישן'ס, אפילו די רעליגיעזע, וועלכע זענען געקומען באזוכן אין די ת"ת... אז מ'געט אפ כבוד פאר די רשעים...או.קעי. צו דעם איז ער בארעכטיגט. אבער נישט חוזק מאכן און אפשפעטן...! וואס ער האט כמעט אייביג געטון...!
איך האב שוין אפאר מאל געבעטן ווייז ווי זיי מאכן חוזק און שימפן, איך געדענק נישט אזא זאך ביז די מ׳ יארן ווען דער אלגעמיינער און דער מחנה חרדי האבן עס אי ויך אויב נישט מער געטון

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
היסטאריע קען מען נישט פארדרייען..
מפיל קינד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1010
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 641 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 989 מאל

שליחה דורך מפיל קינד »

[tag]היסטאריקער[/tag]
לויט ווי איך הער פון זיינע אייניקלעך איז ער נישט געווארן געפייערט. ער איז אליינס געגאנגען כאטש וואס סאטמאר רב האט אים געבעטן יא צו בלייבן.

ער האט שפעטער חרטה געהאט פארן גיין, און ער איז צוריקגעקומען און ווידעראמאל געווען רעדאקטאר אין די תש"מ יארן פאר עטליכע יאר.
פארשפארט