מאך זיכער האט געשריבן:א טויש איז וויכטיגער פון וויכטיג, אויפן וועג וויאזוי עס ווערט געפירט ביז היינט גייט מען יעדע פינף יאר אראפגיין דרגות אבער נאך הונדערט יאר ווען יעדער וועט זיין פולקאמע גוים גייט מען שרייען אז מען רירט זיך נישט קיין זוז כלשהו, די מציאות איז אז מען מוז זיך רעפארמירן לויט די אומשטענדן בכדי זיך צו קענען אריענטירן מיטן אידישקייט, אבער אויב איז מען א היפאקריט און מען גייט קאפ און וואנט טרעפט מען זיך נאך עטליכע יאר אראפ א דרגה אבער מיט די זעלבע האס.
א שטייגער ווי דער אינטערנעט, היינט זענען אלע רבי'ס מודה אז מען האט אינטערנעט, אבער פאר די קאראנע טאמער האסטו געזאגט פאר א רבי עפעס וועגן אינטערנעט האט ער זיך פארקנייטשט דער שטערן און געלייקנט אז קיינער האט עס נישט.
די קאראנע האט אונז געגעבן גלייכבארעכטיגונג מיט די עליטע רבי'ס און נגידים, זיי אלע זענען פונקט אזוי הילפלאז ווי אונז, און לענ"ד גייט דאס זיין די הויפט אורזאך צו די מאסיווע טויש הבעל"ט...
@מאך זיכער אויך איך לעכץ שטארק פאר א טויש, און מן הסתם לעכץ איך אסאך מער ווי דו לעכצט, (אדער יא אדער נישט) נאר וואס דען, צו ווערן גוים אלץ א לעזונג איז נישט אפעקטיוו, עכ"פ לעת עתה זיכער נישט, ווייל ווען איינער ווערט א OTD, איז ער געווענליך א לוזער, ווי מיינע חברים פון יענעם קווארטל געבן מיר פידבעק, זיי בענקען זיך טאקע נישט על פי רוב צוריק צום סיסטעם גופא, אבער פארלירן זיכער אסאך beneficiary’s וואס זיי קענען נישט ערזעצן דארטן, און צו דעם טאקע האב איך געצילט לכתחילה מיט מיין ארטיקל, אז קיין שום עפעקטיווע טויש פאסירט נישט דורך ווייטאג, קריטיק, אד"ג, אפי' משה מענדלזאהן'ס פרואוו צו טויש, האט נאר געהאט סוקסעס (אין גשמיות'דיגע הינזיכט), צוליב וואס ער האט געהאט א פאזיטיווע מאטיוו צו פארבעסערן די פיינפולער גשמיות'דיגע געטא סטיל מצב וואס די אידן האבן זיך נאך דאן געפינען, אינעם פרוסישען אומגעגנט אינעם אכצענטן יאהר הונדערט, און אויכעט נאר נאך וואס אפערטוניטי'ס האבן זיך געעפנט מיט די פאפולאריטי פון נאפוליון, און די אויפשטייג פון דעמאקראטיע, צו באמערקן אז די גאנצע אלגעמיינע enlightenment ביים אכצענטע יאהר הונדערט איז אויך געווען א תוצאה פון די דעמאקראטיע אויפשטייג.
היוצא לנו מזה, טויש געשעט נישט מחמת אנגעווייטאגקייט והשואה יוכיח, טאקע אפאר יאר האט עס געטוישט ביז די 1960 יארן, אבער דערנאך איז אלעס צוריק צום אלטן, די psychology behind it, איז וויבאלד ווען דו פרובירסט צו פייטען א סיסטעם דורך קריטיק, וועסטו קיינמאל נישט געווינען, ווייל די סיסטעם איז אימיונט צו פיל מער קריטיק ווי דיינע capabilities פון עס אטאקירן, ממש אזוי די antibiotics, און עס וועט דיר זיגן.
דער כולל אינגערמאן שעלט טאקע אויפן סיסטעם אבער טראגט בשעת מעשה א פלעקיגער טלית קטן אין פארכט זיך אריינגיין אין פיצא געשעפט, טויש מאכט ער נאר, דערנאך וואס ער איז שוין לאנג אינדרויסן פון כולל, און באזיצט שוין אפאר פראפערטיס,
and by then he’s already okay with the SYSTEM