בלאט 2 פון 2

נשלח: פרייטאג מאי 22, 2020 12:25 am
דורך אינגערמאנטשיקל
עך עך אי אר האט געשריבן:
אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:
עך עך אי אר האט געשריבן:נאך א טעם פארוואס איך טראכט אז ער איז נישט מיט אלעם איז ווייל ער א ליובאוויטשער מעשיחיסט.
אנגעקלעבט א ריזן געמיינדע און געגאנגען ווייטער.

וואס האט איינס מיט די אנדערע? קענסט פערזענליך איינער וואס געבט זיך אהן אלץ משיח'יסט?


וואס ארבעט אין קעי דזשעי?
ער איז געווען זייער גוט איינגעגלידערט אינעם עסטעבלישמענט אין קעי דזשעי למרות זיין גלויבונג. כ'געדענק בילדער ווי דער סאטמארע רבי פין קר"י גייט איהם באזוכן אין שפיטאל. עד שקפץ עליו רוגזו של? כ'ווייס נישט קיין דיטעילס אבער ס'שטונקט פין קאפ.

דרך אגב, איך געדענק אן ארטיקל אויף איהם אין דער שטערן אסאך יאר צוריק. נאך איינער?

נשלח: פרייטאג מאי 22, 2020 12:52 am
דורך רביה''ק זי''ע
קעי דשעי?! קעי דשי בי!

(כ'זאג עס נאר צו ווייזן אז איך קען אויך טראללן.)

נשלח: פרייטאג מאי 22, 2020 4:44 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך האב געליינט אז דע סייד עפעקטס פון דער היידראוואטעווער זענען אז מ׳דמיונ׳ט און די קאפ איז מבולבל. ווי אויך האב איך געהערט אזוי פון איינער וואס האט עס גענומען ז״ל. ממילא קען זיין אז די מאדנע וידיאו וואס איך האב געזען האט א שייכות אהין. אויף טראמפ דערקענט מען עס נישט, ער איז פונקט ווי ער איז אלעמאל געווען. קען זיין ער נעמט עס שוין א פאר יאר, ווייס איך נישט.

נשלח: פרייטאג מאי 22, 2020 1:25 pm
דורך עך עך אי אר
יעצט זעה איך אז מענטשן האבן געמאכט א פעטישען ווי זיי פארבעטן פון זעלענקא צו בלייבן.

נשלח: פרייטאג מאי 22, 2020 2:31 pm
דורך berlbalaguleh
אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:
עך עך אי אר האט געשריבן:
אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:
עך עך אי אר האט געשריבן:נאך א טעם פארוואס איך טראכט אז ער איז נישט מיט אלעם איז ווייל ער א ליובאוויטשער מעשיחיסט.
אנגעקלעבט א ריזן געמיינדע און געגאנגען ווייטער.

וואס האט איינס מיט די אנדערע? קענסט פערזענליך איינער וואס געבט זיך אהן אלץ משיח'יסט?


וואס ארבעט אין קעי דזשעי?
ער איז געווען זייער גוט איינגעגלידערט אינעם עסטעבלישמענט אין קעי דזשעי למרות זיין גלויבונג. כ'געדענק בילדער ווי דער סאטמארע רבי פין קר"י גייט איהם באזוכן אין שפיטאל. עד שקפץ עליו רוגזו של? כ'ווייס נישט קיין דיטעילס אבער ס'שטונקט פין קאפ.

דרך אגב, איך געדענק אן ארטיקל אויף איהם אין דער שטערן אסאך יאר צוריק. נאך איינער?

די ארטיקל איז געווען אין מאמענט בערך א האלב יאר צוריק. יא ער איז געווען זייער גוט אריינגעגלידערט דארטן. מ'האט געזינגען אזמר בשבחין אויף עהם. אבער ביז געלט. ס'זעהט אויס אז דאס אלטע ווערטל גייט אן דא אויך. ס'איז נישט דא קיין שנאת חינם. אלעס איז געלט. די דריי חשוב'ע אידן פון ... "עזרת חולים"...האבן געהאלטן אז דר. זעלענקא איז זייער קאמפעטישן. האטציך אלעס אויפגעהערט. די סאטמער'ע רבי האט געהאלטן אז ער דארף זיך נישט אריינמישן אין די מחלוקת. האט ער געטון וואס זיין קרוב דער העיליגער רעבע שליט"ע טוט עיביג. ער וועיסט נישט. ר'האט נישט געהערט..."באן אונז אין שטעעטל"...!

נשלח: פרייטאג מאי 22, 2020 2:35 pm
דורך אינגערמאנטשיקל
איך רעד פון דער שטערן מיט עטליכע יאר צוריק.

נשלח: פרייטאג מאי 22, 2020 2:58 pm
דורך berlbalaguleh
אינגערמאנטשיקל: סארי. כ'האב נישט געזעהן דעם שטערן. אבער דער מאמענט האט געהאט א באשרייבונג איבער דר. זעלענקא. און דארט האט מען געזינגען אזמר בשבחין אויף איהם...!

נשלח: פרייטאג מאי 22, 2020 3:50 pm
דורך אישתישבי
קאווע שטיבל איז פעסט, די קעי דזעי מאשין איז אנגעקומען אהער.

Re: זעלענקא: א ליגענער אדער א משוגענער

נשלח: פרייטאג מאי 22, 2020 4:50 pm
דורך פאליטיקאנט
אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:איך רעד פון דער שטערן מיט עטליכע יאר צוריק.
דער שטערן האט עם באשריבן מער פון צען יאר צוריק דאכצעכמיר.

נשלח: פרייטאג מאי 22, 2020 4:52 pm
דורך אינגערמאנטשיקל
פאליטיקאנט האט געשריבן:
אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:איך רעד פון דער שטערן מיט עטליכע יאר צוריק.
דער שטערן האט עם באשריבן מער פון צען יאר צוריק דאכצעכמיר.
שטארק מעגליך.

װאַקסין

נשלח: דינסטאג פעברואר 02, 2021 2:13 pm
דורך נײגעריגער
קען זיין סע באַלאַנגט דא viewtopic.php?f=24&t=14374, קען זיין מ'ברויך אַ פרישע אשכול אין "װיסנשאַפט";

יעדנפאַלס, ס'דרייט זעך ארום אַ קורצע קליפּ פונ'עם װי ער זאָגט ס'פאָלגנדע:

1) יונגע און געזונטע מענטשן ברויכן נישט נעמען דעם װאַקסין.

2) מענטשן עלטער װי 45 אדער מיט געזונט פּראָבלעמען; אױב נעמען זיי די מעדיצינען װאס ער פאַרשרייבט אין זיין פּראָטאָקאָל, (זעה דאָ viewtopic.php?f=4&t=14101), אין די ערשטע פינעף טעג פון באַקומען סימנים פון די מחלה, דאַרפן אויך נישט נעמען די װאַקסין װייל זיי האָבן אַ כמעט הונדערט פּראָצענט [!] שאַנס זיך צו ערהוילן

3) איינער װאָס האָט שוין געהאַט די מחלה ברויך נישט די װאַקסין װייל ער האָט שוין אַנטי-באַדיס קעגן די אָרגינעלע קאָװיד

4) פאַר די נייע סטרעינ'ס װעט די װאַקסין "מאָוסט לייקלי" נישט אַרבעטן

5) ער זאָגט עפּעס װעגן "װיירעל רעפּליקעישן" מיט "זינק"

6) דער ס"ה איז אַז לויט זיין מעדיצינישע דעה ברויך קיינער נישט די װאַקסין


כ'װעל זיך באַציען צו פּונקט נומער 4,
'ך ציטיהר פון אַ היינטיגן ען פּי אַר אַרטיקל

Early investigations are suggesting the current vaccines, as well as Johnson and Johnson's candidate vaccine (not yet authorized for use) may be slightly less effective against some of the new variants, in terms of preventing all symptoms. But even against the variants, the vaccines do prevent a lot of mild and moderate cases, the data gathered so far suggest, and are very effective, health officials say, against preventing severe cases, hospitalizations and deaths.

Viruses like SARS-CoV-2 mutate all the time, notes Dr. Anthony Fauci, head of the National Institute of Allergy and Infectious Diseases, and that's another reason to get people fully immunized as quickly as possible.

"Viruses cannot mutate if they can't replicate," Fauci said Monday at a press conference by the White House's COVID-19 response team. "If you stop their replication by vaccinating widely ... not only are you going to protect individuals from getting disease, but you are going to prevent the emergence of variants."

https://www.npr.org/sections/health-sho ... a-2nd-dose