בלאט 2 פון 2
נשלח: זונטאג אוגוסט 23, 2020 1:00 am
דורך שלמה המלך
מ'מאלט וואסער אזש אז עס גייט א רויעך
איך האב דעם לוח שוין 10 יאר, ער איז געוואלדיגע נייעס, אסאך יונק געוועהן פון די יארצייטן תפילות סגילות ענינים שונים און וואס נישט.
לגבי זיין שיטה האט ער רעזערווירט זיינע רעכטן צו האלטן און טוהן וויז אזוי ער פארשטייט און וויל! און די האסט דיינע רעכטן צו קויפן זיין לוח אדער נישט.
ווי קומט דא אריין לץ, פאליטשע שרייבער וכדו' ער האט נישט געשריבען קיין צייטונג אדער אויסגאבע, ער מאכט א ספר/קונטרס/לוח מידי שנה בשנה פאר ווער עס האט ליב זיין שריפט/תוכן.
קטנות המוחין
נשלח: זונטאג אוגוסט 23, 2020 1:11 am
דורך רביה''ק זי''ע
ערגעץ אינמיטן יאר האב איך געזעהן אינעם הקדמה דארט א גאנצע געטועכץ צו מ'זאל שרייבן תש"פ צו תש"ף, אויב געדענק איך גוט האט ער למעשה אויפ'ן דעקל געשריבן תש"פ און אין די זייט תש"ף, זעהט אויס צו מקיים זיין די פסוק כי ירא אלוקים יצא שניהם. אלנספאלס, בתוך הדברים ברענגט ער דארט א בריוו פונעם ליובאוויטשן רבי פון יאר תש"כ וואס זיינע מוסודות האבן יעמאלט געהאט די זעלבע שאלה, דער רבי איז דארט דן אהין און אהער און צום ענדע פירט ער אויס אז מ'זאל זיך נישט צופיל משוגע מאכן וועגן דעם ווייל "ער האט נישט ליב ווען מ'מאכט זיך נאריש איבער אומוויכטיגע קלייניקייטן." ווען איך האב דאס געליינט אחזני פלצות, ער איז דאך דער בעל השמועה וואס איז אגאנצן טאג פארנומען מדייק זיין און אריינטייטשן תילי תילים של שטותים אין יעדן נארישע מנהג. בכל אופן בין איך נייגעריג צו זעהן דעם בריוו אינעווייניג, ער צייכענט דארט צו א מראה מקום צו עפעס א ספר המכתבים צו וואס, כ'האב נישט קיין אהנונג וואו מ'טרעפט דאס, אויב איינער דא קען מיר עס העלפן טרעפן וואלט איך זייער דאנקבאר געוועזן.
נשלח: זונטאג אוגוסט 23, 2020 1:13 am
דורך אדונינו
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך האב היינט אריין געקוקט אין די לוח, און זיי שרייבן נישט די יארצייט פון היינט נאכט ג' אלול. בושה וחרפה ווען זיי ברענגן די יארצייט פון אבראהאם לינקאלן און נישט דער הויפט רב פון א"י.
איך האב אים פערזענליך געפרעגט דערוועגן עטליכע יאר צוריק, ער פלעגט עס שרייבן, געוויסע האבן אים געהייסן אויפהערן.
נשלח: זונטאג אוגוסט 23, 2020 1:16 am
דורך אדונינו
אז מען רעדט שוין פון אזא גדול בענקים וואו ר׳ מרדכי, וויל איך בעטן נישט רעדן אויב מען ווייסט נישט, איך פלעג שמועסן מיט אים פאר שעות, איך האב אפילו א שיינע מכתב פון אים, ער איז למעלה מהשגתינו ממש, בקי בנגלה ובנסתר.
נשלח: זונטאג אוגוסט 23, 2020 1:19 am
דורך אדונינו
ווען איך האב אים געשיקט א שיין חידוש.
נשלח: זונטאג אוגוסט 23, 2020 6:31 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ווען הרב גנוט וואלט ממש אזוי געהאלטן, אז די יארצייט פון הרב קוק איז נישט ווערט צו באצייכענן, וואלט געווען איין זאך. איך גלויב אבער אז נישט דאס איז עס. מענטשן האבן מורא טאמער טאמער טאמער, און דאס גיבט א ריזיגע כח פאר'ן ס"מ. הערט'ס אויף אזוי פיל מורא צו האבן פון די מחרחי ריב, וועסט זען אז דו וועסט גארנישט דערלייגן.
Re: לוח דבר בעטו
נשלח: זונטאג אוגוסט 23, 2020 7:27 am
דורך א חסיד פון ווילנא
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ער מעג האלטן אנדערש אויף זיין פאסטן. אבער געלעבט האט ער, געשטארבן איז ער, און א יארצייט האט ער, און א באקאנטע פיגור איז ער געווען. אלזא, זיין יארצייט באלאנגט דארט בכל אופן.
עס איז דא א דעה אז אויף געוויסע מענטשן טאר מען נישט דערמאנען לטובה, ווי געזאגט, מעגסט האלטן אנדערש, אבער גאר גרויסע מענטשן האבן אזוי געהאלטן
Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
וועלכע גרויסע מענטשן??
און מיט וואס טוסטו מעסטן זייער גרויסקייט??
וויפיל פלייש זיי האבן געהאט?
וויפיל פארענטשעס האבן זיי געדינט?
וויפיל שלעגערס זיי האבן פארמאגט?
ניין, מיט זעלבן מעסטער ווי די מעסט פון וועם די ווילסט האלטן
Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
נשלח: זונטאג אוגוסט 23, 2020 9:52 pm
דורך דוראק
[tag]רביה"ק זי"ע[/tag], נאַ דיר.
ב"ה, י"א שבט, תש"כ
ברוקלין.
[left]שלום וברכה![/left]
[justify]במענה למכתבו מד' שבט עם המצורף אליו, בו שואל אודות השמועה שכאילו שלחתי חוזר לכל מוסדות וחסידי חב"ד בהנוגע לאופן כתיבת תאריך השנה תש"כ, בכ"ף כפופה ולא פשוטה, ושלא יהינו וכו'.
סגנון האמור אינו נכון, כי אם, אשר מאחד המוסדות חב"ד שאלו בשילהי שנה העברה בהנוגע להנ"ל, וכתבתי דעתי לכתוב בכ"ף כפופה, אבל, מכמה טעמים, ולא כתבתי דעתי בנוסח האמור, שלא יהינו.
ואחד הטעמים - שאין דעתי נוחה לעשות מכל ענין וענין הוראה חמורה שבחמורות, והרי דיינו בענינים הקיימים מכבר מסוג האמור, שלע"ע לא נתקבלו באיזהו מחוגי בנ"י.
טעמי ונמוקי לכתיבה האמורה, העיקר הוא, אשר ספק האמור הוא גם בהנוגע לציוני הסימנים והפרקים בספרי הקדש שלנו, ציוני העמודים בספרים האמורים וכו', אשר ישנו בזה „נוהג בישראל” משך מאות ומאות בשנים, ומהנכון ביותר וביותר להתחשב עמו ולהתנהג כמוהו, ובפרט בהביא בחשבון אשר בשנים מלפנים הדפסת ספרים נקראת בשם מלאכת הקדש, והתיחסו לזה וגם להפרטים שלה - בדייקנות, ובפרט שכמה מדפיסים היו בעלי סמכא ובעלי הוראה בכו"כ מקומות שהי' בני ישראל, והרי דבר פשוט וכולי עלמא מודה בהנוגע לסימני טור, שו"ע וכו' - שכתוב בכ"ף כפופה.
מובן שאין הוכחה כלל ממה שבמקומות בודדים מוצאים כתוב בכ"ף פשוטה, ועד"ז בשאר אותיות מנצפ"ך, והוא ע"ד שלפעמים כתוב רנ"ת במקום תר"ן, ודוגמאות למאות ולאלפים - בפו"מ בספרי אחב"י הספרדים ומכתביהם.
עוד טעם לעמדתי האמורה [אף שכנ"ל, הטעם הראשון מכריע בהחלט לדעתי] והוא המובא בספרי רמז וסוד, אשר אותיות מנצפ"ך מסמנים המספרים: כ"ף פשוטה - ת"ק וכו', ולמה להנהיג אופן כתיבה שיסתור להנ"ל, אפילו את"ל שאינו שייך אלא בעניני רמז.
דא"ג - לכתבו בחוזר המצורף למכתבו, בהנוגע לדגש באותיות פשוטות, הרי נתקבל המכתב עש"ק בא, שבסיום הפטרה שלה - כף פשוטה ודגושה.
אכפול בחתימה מעין הפתיחה, שלמרות כל הנ"ל אין דעתי נוחה מעשיית אופן כתיבה האמורה לענין יסודי הכי עיקרי, ואפילו שתהי' לא כמו שמצוינים הסימנים בשו"ע, ובלבד שיקיימו את הכתוב בסימנים אלו.
בכבוד וברכה.[/justify]
נשלח: דינסטאג אוגוסט 25, 2020 5:01 pm
דורך מנחם ציון
ר' מרדכי איז נישט אינטא די ביזנעס פון פאראויס זאגן געשעענישן
ביי בין לאדין האט ער סך הכל געזאגט אז יענער טאג איז מסוגל אויף מפלת רשעים און ער האט צוגעשריבן כגון בין לאדין און נאך איינער (איך מיין אז די צווייטער איז געווען אכמעדינעדזשאד) די צוויי זענען געווען די "קארענט רשעים"
אבער נישט ווייל ער האט אינזין געהאט צו פאראויס זאגן, ס'פשוט געווען א סייעתא דשמיא וואס ער האט געהאט און ער האט
Re: לוח דבר בעטו
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 20, 2022 1:53 am
דורך מיד ווי א בוים
איינער ווייסט ווי ער וואוינט אין וואס איז זיין טעלעפאון נאמבער?
Sent from my SM-G973F using Tapatalk