בלאט 2 פון 2

נשלח: מיטוואך מאי 27, 2020 2:42 pm
דורך בת קול
איך האב געמעקט די נאמען.

8341EB14-DFCC-4A56-B510-F22E1A466B1A.jpeg

נשלח: מיטוואך מאי 27, 2020 2:49 pm
דורך הדסים
דאס קען איך פיין נוצן. דאנקע.

נשלח: מיטוואך מאי 27, 2020 4:01 pm
דורך חתם סופר
געוועזענע מנהל קעלנער אין זיין אינטערוויו אין פה סח 2

נשלח: מיטוואך מאי 27, 2020 4:20 pm
דורך הקטן
פין וואס זענען די (אלטע) שרייבר געווארן באליידיקט?
פין רעדעגירן!

Re: פילאט פראגראם: פינען און פארשפארן אשכולות

נשלח: מיטוואך מאי 27, 2020 4:29 pm
דורך פאליטיקאנט
בת קול האט געשריבן:איך האב געמעקט די נאמען.

8341EB14-DFCC-4A56-B510-F22E1A466B1A.jpeg


דאס איז ממש וואס איך שלאג פאר מען זאל געבן פאר די פותח האשכול!

אנשטאט יענער זאל מעקן כפי העולה כל רוחו, זאל ער עס קענען באהאלטן אויב פארשטייט די פותח האשכול אז די תגובה גייט פארדרייען דעם שמועס.
און אפשר אויך מאכן אז מ'קען נישט ציטירן אזא תגובה.......

(די שאלה איז אויב עס ארבעט אויך פאר טאפאטאלק?)

@מנהל

Re: פילאט פראגראם: פינען און פארשפארן אשכולות

נשלח: מיטוואך מאי 27, 2020 8:05 pm
דורך פארוואס?
פאליטיקאנט האט געשריבן:
בת קול האט געשריבן:איך האב געמעקט די נאמען.

8341EB14-DFCC-4A56-B510-F22E1A466B1A.jpeg


דאס איז ממש וואס איך שלאג פאר מען זאל געבן פאר די פותח האשכול!

אנשטאט יענער זאל מעקן כפי העולה כל רוחו, זאל ער עס קענען באהאלטן אויב פארשטייט די פותח האשכול אז די תגובה גייט פארדרייען דעם שמועס.
און אפשר אויך מאכן אז מ'קען נישט ציטירן אזא תגובה.......

(די שאלה איז אויב עס ארבעט אויך פאר טאפאטאלק?)

@מנהל
לויט ווי איך שאץ איז עס נישט ביכולת. די פארום דא איז געבויט אויף א געוויסע טעכנאלגיע, עס איז נישט ביכולת צו איבערמאכן אן אייגענע סיסטעם.

ולכן, האלט איך אז סתם מעקן איז נישט קיין תכלית, אבער מ'קען מתנה זיין די יעצטיגע סיסטעם אויב איינער האלט זיך צו א סטאנדארט, ער רעפארטיט זיינע שינויים פארן פובליק(אין אן עקסטערע אשכול) און ער טוהט עס נאר במקום הכרח גדול.

מ'דארף פארשטיין, אז קאווע שטיבל נוצט צומאל אלס א מקור פון וויסנשאפט, ווען איינער וועט אין צעהן יאהר ארום וועלן לייענען די מאמרים די אין ק"ש, רוב וואסעריגע תגובות וועלן נאר שטערן צו לייענען.

לדעתי, געוויסע אשכולות זענען מער לופטיג, ווי מעמבערס שרייבן זייערע יעצטיגע דעות אדער סתם ווערטלעך, אנדערע אשכולות זענען אבער מער ערנסט און אינהלטספול. קען זיין מ'דארף טאקע מאכן קלארע חילוקים צווישן אשכולות, און די געזעצן דארפן זיין אקאורדינגלי.

Sent from my SM-G960U1 using Tapatalk

נשלח: מיטוואך מאי 27, 2020 9:35 pm
דורך הקטן
פארוואס? האט געשריבן:מ'דארף פארשטיין, אז קאווע שטיבל נוצט צומאל אלס א מקור פון וויסנשאפט, ווען איינער וועט אין צעהן יאהר ארום וועלן לייענען די מאמרים די אין ק"ש, רוב וואסעריגע תגובות וועלן נאר שטערן צו לייענען.

איף-דעד-איז-די-קעס דארף דאס ארבעטן פארקערט, אוזוי וויקיפידיע! - ליינערס קענען פארעכטען און מעקן געשרייבעכץ

נשלח: מיטוואך מאי 27, 2020 10:06 pm
דורך שמערל
הקטן האט געשריבן:לדעתי וועט דאס טוישן די כאראקטער פין ק"ש צי א מקום וואס געהערט צי א געקליבענע "עליט"


הלוואי זאל אזוי זיין, כ'האב שוין לאנג מציע געווען אז העמק דבר זאל זיין א read only פורם, ווי נאר א געקליבענע צאל עליט שרייבער זאלן קענען מגיב זיין.

נשלח: מיטוואך מאי 27, 2020 10:27 pm
דורך ארי נוהם
שמערל האט געשריבן:
הקטן האט געשריבן:לדעתי וועט דאס טוישן די כאראקטער פין ק"ש צי א מקום וואס געהערט צי א געקליבענע "עליט"


הלוואי זאל אזוי זיין, כ'האב שוין לאנג מציע געווען אז העמק דבר זאל זיין א read only פורם, ווי נאר א געקליבענע צאל עליט שרייבער זאלן קענען מגיב זיין.

כ'האב מיך איינגעהאלטן פריער פון מגיב זיין אויף הקטן'ס ווערטער, אבער אין פאקט האלט איך פונקט ווי שמערל.

כ'דענק נאך ווען ס'האט זיך דא געטון טישן אויף בענק, ווען מצד אחד זענען געשטאנען א גרופע דענקער און געוואלט מאכן העמק דבר א ריכטיגער אינטעלעקטואלער ווינקל, וואו יעדער קען ליינען אבער נאר געוויסע קענען שרייבן (הוגה האט אסאך פארפירט דערוועגן), און די הנהלה האט עס נישט צוגעלאזט.

היסטאריע האט געוויזן, אז די סאו קאולד "עליטע" זענען געווען גערעכט, וויבאלד א ווינקל וואס איז געווידמעט פאר חכמה קען נישט צוטרעטן ווערן דורכן המון עם, און דאס רואינירט די ערנסטקייט וואס די אשכולות דארפן באנעמען.

די תוצאה איז געווען, אז אסאך פון זיי האבן אפגעפוצט פון דא, און אלע יעצטיגע קרעכצערייען איבערן שוואכן ניווא פון ק"ש איז היבש צו פארדאנקען פאר יענעם פארדרוסליכן טעות.

אויב וויל מען מקיים זיין דעם חדש ימינו כקדם, ליגט א הויפט שליסל אין דעם פונקט.

נשלח: מיטוואך מאי 27, 2020 11:33 pm
דורך קורקלענד
אפשר זאל מען צולייגן א נייע 'שריפטשטעלער' פארום וואו נאר שריפטשטעלער דעזיגנירטע זאלן קענען שרייבן... אין איינוועגס קען מען שוין אויך מאכן א נייע דעזיגנאציע בשם 'עליטע'.

מיר אני האט געלייקט ארי נוהם, אבער ווען ס'וואלט געווען אזוי וואלט ער קיינמאל קיין שאנס נישט געהאט דא וויבאלד ער איז נישט קיין שריפטשטעלער, וואלט ער נישט געהאט קיין רשות צו שרייבן סיי וואו דא...

לדעתי יחידי בין איך שטארק מוחה אויף די הצעות דא צו מאכן קלאס ווארפעיר. צו סלייסן און דייסן די ניקס איז לדעתי א שלעכטע פלאן. ס'איז דיסקרימנאטורינג. וואו נישט דארף מען האבן פרייהייט פון ווארט. ס'דא בעסערע עצות איבערצוקומען די פראבלעמען אן די אלע טיראניע.

נשלח: דאנערשטאג מאי 28, 2020 12:51 am
דורך פארוואס?
ווי געשריבן פריער, קיין איינס פון מיינע הצעות האבן זיך נישט באצויגן צו געבן די מעגליכקייטן נאר פאר יחידים.

מיין פראבלעם מיט עליטיזם איז נישט די יעצטיגע אויסשטעל, איך גלייך גראדע די סטייל פון די שרייבער און איך וואלט געקענט באשטיין אז זיי זאלן שרייבן דא מער. אבער מיין פראבלעם מיט עליטיזם איז מער באופן עקרוני. איך האלט אז אויב וועט מען געבן ספעציעלע רעכטן פאר געוויסע שרייבער אן דארפן געבן קיין דו"ח איז עס עלול צו ברענגען פראבלעמאטישע מציאות'ן פריער אדער שפעטער.

מאנארכיע איז נישט קיין פראבלעם צוליב די פערזענליכקייט פונעם דיקטאטור, נאר צוליב די שיטה ווי אזוי ער איז געקומען צום מאכט, דאס זעלבע איז דא.

אויב איז מען קובע א געוויסע כלל, (זאל זיין דער כלל וואס עס איז) וואס דאס וועט געבן די רעכטן, לדעתי, וועט עס האבן א בעסערע פנים. (די כלל קען זיין מער קאמפליצירט ווי נאר די נומער פון תגובות, אבער עס דארף זיין קאנסיסטענט).

נשלח: דאנערשטאג מאי 28, 2020 7:44 am
דורך אישתישבי
קודם איז די שמועס געוועהן אז מען זאל מעקען, יעצט רעדט מען פון האבן זכות הגבה אין די אשכולות.

דאס קען שוין יא ארבעטען, ענליך צו מאחורי, הגם איך טרעט נישט דארט אריין. אפאר עליטע "בעסערע" " קלוגערע" וועלען זיך קענען אויספארצען, און אונז קליינע וועלען נישט קענען שרייבן. ב. ד. וו. דארפסט מיר נישט געבן זכות קריאה אויך נישט, איך בין נישט אינטרעסירט צו ליינען אויב קען איך נישט שרייבן, פארדעם קען איך גיין אין ספרים געשעפט אויך.

וכאן המקום ארויסצוברענגן אז זעהנדיג וואס מען וויל דא מאכן, וואלט אפשר געוועהן א פלאן צו מאכן א נייע קאווע שטיבל פאר אונז פשוט'ע אידן, נישט קיין עליטע און קלוגערע, ווי מען וועט נישט סטראשענען אז דיינע תגובות זענען נישט גענוג קלוג און דערפאר גייען זיי פארמעקט ווערען.

Re: פילאט פראגראם: פינען און פארשפארן אשכולות

נשלח: דאנערשטאג מאי 28, 2020 9:24 am
דורך החוקר
פארוואס? האט געשריבן:איך האב היינט געהאט א געלעגנהייט צו נוצן מיינע נייע רעכטן, אבער איך האב געפיהלט זייער אומבאקוועם עס צו טוהן, איך האב געציטערט אז עס וועט ברענגען איבעריגע נעגיטיוויטי אין די לופט דא.


קודאס @פארוואס? פארן נישט נעמען לייכט דיינע רעכטן. למעשה איז לא ימלט אז מעמבערס וועלן ווערן אימיונט און מעקן אביסל לייכטער מיט די צייט.

בעצם קען מען נאר האבן די רעכטן צו מעקען אויב האט מען די ריכטיגע ריתחא ביים מקיים זיין מחיית תגובה. למעשה ברענגן @אישתישבי מיט @הקטן ריכטיגע זארגן פון אביוז און נאכמער פון דעם, די פאטענציעלע class warfare און עליטיזם וואס עס קען ברענגן.

איך קלער פון אזא פארשלאג, אז אנשטאט אוועקשטעלן ווער עס האט רעכט צו מעקן תגובות אין זיינע אשכולות, זאל מען יעדע מאל פריש דארפן באקומען רשות. יעדער מיט מער ווי x זאכליכע תגובות זאל האבן די טעכנישע מעגליכקייט צו מעקן א תגובה אין זיין אשכול. אבער יעדע איינציגע מאל פאר מען נוצט די רעכט מוז מען באקומען רשות פונעם ציבור ליינער.

די איינציגסטע בארעכטיגטע סיבה צו מעגן מעקן זאל זיין אויב עס פארדרייט די אשכול, תגובות וואס ברעכן תקנות באלאנגט ווייטער פאר מנהלים. ווען א שרייבער שפירט אז א תגובה פארדרייט זיין אשכול זאל ער פראטעסטירן קעגן די תגובה. אויב באקומט ער גענוג צושטימונגען - מינימום צאל לייקס צום ביישפיל - אויף זיין מחאה, מעג ער דעמאלטס מעקן די תגובה (בעסער איז אויב מען רעדאגירט נאר די חלק וואס פארדרייט).

נשלח: דאנערשטאג מאי 28, 2020 10:11 am
דורך הקטן
אישתישבי האט געשריבן:הגם איך טרעט נישט דארט אריין. אפאר עליטע "בעסערע" " קלוגערע" וועלען זיך קענען אויספארצען, און אונז קליינע וועלען נישט קענען שרייבן. ב. ד. וו. דארפסט מיר נישט געבן זכות קריאה אויך נישט, איך בין נישט אינטרעסירט צו ליינען אויב קען איך נישט שרייבן, פארדעם קען איך גיין אין ספרים געשעפט אויך.

וכאן המקום ארויסצוברענגן אז זעהנדיג וואס מען וויל דא מאכן, וואלט אפשר געוועהן א פלאן צו מאכן א נייע קאווע שטיבל פאר אונז פשוט'ע אידן, נישט קיין עליטע און קלוגערע, ווי מען וועט נישט סטראשענען אז דיינע תגובות זענען נישט גענוג קלוג און דערפאר גייען זיי פארמעקט ווערען.

[tag]אישתישבי[/tag] טשיל ...

סאו קאולד "דענקער", "שריפשטעלער" איז א mindset, א סטייל פין שרייבן, און גייט געווענדליך ציזאמען מיט group-think
ס'דא וואס דארפן האבן די סארט מיינדסעט און א בליק פין We vs Them - "אינטעלעקט" vs "המון עם", וואו ליפט צי אטעמען
ס'געט זיי א סענס-אף-בילאנגאינג

אנדערע, ווידער, עקעלן זיך דערפין און שפירן וואו ס'שטינקט

אז דו ווילסט, בין איך זיכער, קענסט דיך דאס אויך אויסלערנען און זיין פין די IN חברה -
"קלוג", מיין פריינט, קימט דא בכלל נישט אריין!
קענסט האבן אן IQ ווייניגער וואו אן עציץ נקוב, און זיין אן "אינטילעקט" און א הוגה דעות

נשלח: דאנערשטאג מאי 28, 2020 11:34 am
דורך שמערל
פארוואס? האט געשריבן:אויב איז מען קובע א געוויסע כלל, (זאל זיין דער כלל וואס עס איז) וואס דאס וועט געבן די רעכטן, לדעתי, וועט עס האבן א בעסערע פנים. (די כלל קען זיין מער קאמפליצירט ווי נאר די נומער פון תגובות, אבער עס דארף זיין קאנסיסטענט).


כ'בין מסכים אז אויב קען מען עס מסדר זיין אויף א דעמאקראטישע וועג איז אודאי בעסער, כ' האב נאר געזאגט אז איך בעצם האב נישט א פראבלעם מיט קיין עליטיזם, ממילא דערשרעקן איך מיך נישט אויב איינער באשולדיקט מיר דערין.

לעצם העניין, אין בלאגס איז אנגענומען אז א קאמענט ווערט קודם אפראווט ביי די מאדערעיטאר, אפשר איז שייך אזא געדאנק דא אויך.

Re: פילאט פראגראם: פינען און פארשפארן אשכולות

נשלח: דאנערשטאג מאי 28, 2020 12:46 pm
דורך פארוואס?
החוקר האט געשריבן:
די איינציגסטע בארעכטיגטע סיבה צו מעגן מעקן זאל זיין אויב עס פארדרייט די אשכול, תגובות וואס ברעכן תקנות באלאנגט ווייטער פאר מנהלים. ווען א שרייבער שפירט אז א תגובה פארדרייט זיין אשכול זאל ער פראטעסטירן קעגן די תגובה. אויב באקומט ער גענוג צושטימונגען - מינימום צאל לייקס צום ביישפיל - אויף זיין מחאה, מעג ער דעמאלטס מעקן די תגובה (בעסער איז אויב מען רעדאגירט נאר די חלק וואס פארדרייט).

זייער א גוטע עצה, איך וועל שפעטער עפענען אן אשכול מיוחד.

איך וואלט געזאגט אז יעדער זאל זיך פיהרן כפי הבנתו, אבער די וויכטיגסטע איז טראנספערעסי.

ווי זאגט ביבי: אין דבר מחטא יותר מקרני אור השמש.

נשלח: מאנטאג יוני 01, 2020 5:45 pm
דורך במדבר
וויאזוי האט מען געקענט פארגעסען פון אזא ''שריפטשטעלער'' ווי @יואליש?

נשלח: זונטאג יוני 07, 2020 10:06 am
דורך עמעזאן
מזל טוב @ליטוואק פארן נתעלה ווערן צו 'שריפטשטעלער' ראנג