ביקורת המקרא - 101

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

כ'האב אינגאנצן נישט געמיינט ארייצוגיין אין די חקירה פון די בייבל קריטיקירער איבער'ן אידענטיטעט פונעם פארפאסער פון ספר דברים (אין מיין מיינונג איז די גאנצע ביקורת המקרא אירעלעוואנט ווי שוין באשריבן אין דעם אשכול און בכלל נישט קיין נושא וואס איז ווערד דעבאטירט צו ווערן), איך האב נאר געזאגט איין זאך: ביקורת המקרא איז די פעלד פון מפרש זיין די תנ"ך אנדערש ווי די טראדיציאנאלע ארטאדאקסישע מפרשים, און די השערת התעודות איז נאר איין פירוש פון הונדערטער וואס גייט אריין אין דעם כלל. און במחילת כבודו פון שד"ל אויב זאל ער פארטייטשן א פסוק אנדערש ווי די טראדיציאנאלע מפרשים (כ'זאג נישט אז ער טוט עס טאקע), אפילו אויב ער זאל זיין הונדערט פראצענט גערעכט מיט די שטערקסטע הוכחות וואס נאר מעגליך, וועט ער אויך אריינגיין אינעם כלל פון מבקרי המקרא.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

הרב דר. יהושע בערמאן אינעם הקדמה פון זיין בוך אני מאמין שרייבט:
The Orthodox engagement with the challenges of biblical criticism today is more robust than any since prewar Germany. To my mind, however, the current state of the discussion is deficient in four respects.

First, I am troubled by the blind and obsequious manner in which some in the Orthodox world view the authority of the academy as the repository of ultimate truth. We find individuals who identify as Orthodox and proclaim acceptance of “the findings of biblical criticism”, with no attendant caveat of what they do not accept. Let me be clear: I am not speaking about a failure to establish theological red lines. What I mean is that in some quarters there is no critical eye turned on the criticism itself. Everything is accepted in the name of truth, but nothing is rejected in the name of truth. “The findings of biblical criticism” are embraced whole hog, as it were. Go to the major academic conferences in biblical studies and you will see that there is hardly a conclusion anymore that is accepted consensus. The field is more fractured concerning its most basic methodologies and conclusions than ever before. Ironically, there is far more criticism of “the findings of biblical criticism” among the critics themselves than there is in certain corners of the halakhically observant community.

ער איז דאס אביסל מדמה דארט צו דאס אָננעמען אלעס וואס רבנים זאגן אלס ״דעת תורה״; דא איז עס נאר ״דעת מדע״. (הגם די חילוק איז בעצם אז די פראבלעם פון ״דעת תורה״ איז בעיקר ווען עס ווערט געזאגט/גענוצט אויף א פעלד אינדרויסן פון ״תורה״. משא״כ דא איז עס אין דעם פעלד פון עקספּערטיִז גופא.)
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

די לייק איז פאר יהושע בערמאן אין פאר זיין זיך נישט באמאכען פין אטארעטי וואס ריפט זיך "עקספּערטיִז "
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

מי אני האט געשריבן:(הגם די חילוק איז בעצם אז די פראבלעם פון ״דעת תורה״ איז בעיקר ווען עס ווערט געזאגט/גענוצט אויף א פעלד אינדרויסן פון ״תורה״. משא״כ דא איז עס אין דעם פעלד פון עקספּערטיִז גופא.)
א גוטע קעגנארגומענט, אבער די אמת׳ע קעגנארגומענט איז ווי צפור דרור האט שוין געשריבן לגבי עוואלוציע, ד.ה. אז אפילו אויב די טעאריעס פון די מבקרי המקרא און אבן עזרא און רשב״ם זענען אפגעפרעגט איז עס נאכנישט קיין ראיה צו די חרדישע נאראטיוו, און אז די מאנגעל אין הוכחות שטערן דיר נישט צו דיין אמונה אינעם חרדישן נאראטיוו דארפן די אבן עזרא׳ס פירושים דיך אויך נישט צו שטערן. געווענליך ווען איך זעה די תירוצים און ארגומענטן פון די אזויגערופענע ״מאמינים״ ווערט מיין צד אויף די אמת׳ע אמונה (וואס זיי רופן כפירה עפ״ל) נאר שטערקער, כ׳מיין אויב דאס איז די גאנצע וואס זיי האבן צו זאגן זאלן זיי ענדערש בלייבן שטיל ווייל זיי שיסן זיך נאר אין די פיס מיט׳ן זיך צוטוהן מאכן פונעם נושא, אז דו האסט געגלייבט ביז אהער גלייב ווייטער און לאז די מבקרי המקרא געמאך.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

איה״נ. די קעגנארגומענט איז נישט בנוגע קשיות אויף די פעלד פון ביקורת המקרא פּער סע, ווי זיין דאס צוגלייכן דאס׳ן זיך בלינדערהייט פארלאזן אויף זיי צו די חרדי׳שע פענאמענאן פון זיך פארלאזן אויף ״דעת תורה״.

אגב, די קעגנארגומענט דיינע, און טאקע בנוגע עוואלושען, האב איך שוין געשריבן דא צוויי יאר צוריק.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
יעקב מעקסוועל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 360
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 12:30 pm
האט שוין געלייקט: 930 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1187 מאל

שליחה דורך יעקב מעקסוועל »

איך בין נישט אזוי באקאנט וויאזוי צו אפלערנען די תורה, איך האב פונקט געטראכט וועגן די פרשה פון די שבעים זקנים ווען מען האט געליינט בהעלותך.

אין פרשת יתרו זעט מען אז יתרו הערט די גאנצע מעשה וואס האט פאסירט צו די אידן, ער קומט צוגיין אין מדבר מיט משה רבינו'ס ווייב און קינדער, משה נעמט זיי אויף שיין, יתרו פרייט זיך וגו'. נאכדעם זעט יתרו ווי משה מוטשעט זיך מיטן ציבור, ער געבט זיין עצה אויפצונעמען שרים, משה רבינו איז מקבל די עצה, און נאכדעם גייט יתרו אהיים.

אין פרשת בהעלותך זעט מען אינמיטן די פרשה א שמועס צווישן משה און זיין שווער, משה פארציילט מען גייט קיין ארץ ישראל, יתרו (חובב) טראכט אהיים צו גיין, און משה רעדט אים צו צו בלייבן. לכאורה האט נישט די שטיקל קיין שייכות מיט פריער אדער שפעטער. נאכדעם איז דא די מעשה פון די מתאוננים, משה רעדט זיך אפ צו השי"ת ער קען שוין נישט הענדעלן דעם ציבור, און השי"ת זאגט אים צו נעמען שבעים איש און אזוי ווייטער.

איך בין בכלל נישט באקאנט וואס די מפרשים אדער אקעדעמיקער זאגן אויף די פרשה, פאר מיר האט זיך עס געשפירט ווי די זעלבע מעשה פון צוויי אנדערע מקורות.

----------

אז מען רעדט שוין פון בהעלותך, לאמיר איבערטייטשען איין פסוק: "מרים און אהרן האבן גערעדט אויף משה וועגן די פרוי די כושי וואס ער האט גענומען, ווייל ער האט גענומען א פרוי א כושי".
Thoroughly conscious ignorance, is the prelude to every real advance in science - James Clerk Maxwell
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

כי משמש בארבע לשונות, ואחד מהם הוא "אשר".
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
ליב צו וויסן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 981
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 2658 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל

שליחה דורך ליב צו וויסן »

דאס אז זאכן זעהן אויס ווי געשריבן דורך מער ווי איין שרייבער (און שפעטער צוזאמגעשטעלט), זעהט מען אין אומצאליגע פלעצער.
אלס דוגמא:
-די בריאת הארץ (איינס פון א א ביז ב ג. די צווייטע נאכדעם) ווי ס'איז אויך פאראן עטליכע סתירות (הויפטזעכליך, באשאף פונעם מענטש פאר אדער נאך די חיות, מענטש איז באשאפן געווארן זכר ונקבה אדער עקסטער)
-די מעשה פון די מבול (די איבערזאגן זאכן און סתירות פארציילט זייער אסאך..), חוץ מזה וואס דארט איז מורא'דיג קלאר די אלקים וו"ס הויה טעאריע.

און אזוי איז פאראן שטיקלעך אין כמעט יעדע פרשה.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

רש"י געט אין א סאך פלעצער א הסבר פארוואס ס'שטייט אלוקים, אדער הא-ל אדער שם הויי"ה...!

נאר איך האב לעצטנס געזעהן א קליפ פון גרויסע ארכעאלאגן סיי פון אמעריקאנער אוניווערזיטעטן און סיי פון ענגלאנד און אויך פון ארץ ישראל ווי זיי באשטעטיגן דורך ארכעאלאגישע געפינסן און נאטורליכע פיזיאלאגישע ערקלערונגען סיי די עשר מכות און אויך קריעת ים סוף. און אנדערע היסטארישע געשעענישן און היסטארישע פלעצער וועלכע ווערן אנגעצייכנט אין נ"ך...!

עפרא לפומיהון פון די אזוי גערופענע..."ביבל קריטיקער"...! סיי די אמאליגע (פון 150 יאר צוריק.) און סיי די היינטיגע...!
ליב צו וויסן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 981
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 2658 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל

שליחה דורך ליב צו וויסן »

berlbalaguleh האט געשריבן:רש"י געט אין א סאך פלעצער א הסבר פארוואס ס'שטייט אלוקים, אדער הא-ל אדער שם הויי"ה...!

ערעב בערל, פארוואס 'עפרא לפומיהון'? צו ווייל זיי האלטן אנדערש ווי דיר קומט זיך זיי אזא שטראף?
זיי זענען נישט קיין שלעכטע מענטשן ח"ו, זיי האלטן קלאר אז דאס האט תנ"ך געמיינט, זיי האלטן אז דו ביסט דער וואס פאדרייט עס, און פארט זאגן זיי נישט 'עפרא לפומיהון' פאר דיר. (...)
תוהו ובוהו
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 551
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 8:08 pm
האט שוין געלייקט: 725 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2126 מאל

Re: ביקורת המקרא - 101

שליחה דורך תוהו ובוהו »

ליב צו וויסן האט געשריבן:ערעב בערל, פארוואס 'עפרא לפומיהון'? צו ווייל זיי האלטן אנדערש ווי דיר קומט זיך זיי אזא שטראף?
זיי זענען נישט קיין שלעכטע מענטשן ח"ו, זיי האלטן קלאר אז דאס האט תנ"ך געמיינט, זיי האלטן אז דו ביסט דער וואס פאדרייט עס, און פארט זאגן זיי נישט 'עפרא לפומיהון' פאר דיר. (...)

און ער האלט, אז אין חז''ל שטייט, אז אין תנ''ך שטייט, אז ווער עס האלט אנדערש ווי מיר בענייני אמונה קומט זיך ערד אין מויל. ער מעג נישט האלטן אזוי?!

Sent from my KFDOWI using Tapatalk
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

ליב צו וויסן האט געשריבן:ערעב בערל, פארוואס 'עפרא לפומיהון'? צו ווייל זיי האלטן אנדערש ווי דיר קומט זיך זיי אזא שטראף?
זיי זענען נישט קיין שלעכטע מענטשן ח"ו,
זיי האלטן קלאר אז דאס האט תנ"ך געמיינט, -
וואס האט תנ"ך געמיינט?

זיי האלטן אז דו ביסט דער וואס פאדרייט עס,
מיט וואס פארדרייט ער?

- פ און פארט זאגן זיי נישט 'עפרא לפומיהון' פאר דיר. (...)

פליז זיי מסביר ווייל ס'איז שווער צי פארשטיין

האבן די שרייבערס געוואלט איך זאל האלטן אז זיי האבן דאס געשריבן.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

ווענדט זיך וועלכע ספר, ווענדט זיך צו ס'איז געשריבן אין צווייטע פערזאן (תורה, נביאים ראשונים) אדער אין ערשטע פערזאן (נביאים אחרונים, עזרא, דניאל, א.א.וו.).
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום רביה''ק זי''ע, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ליב צו וויסן האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:רש"י געט אין א סאך פלעצער א הסבר פארוואס ס'שטייט אלוקים, אדער הא-ל אדער שם הויי"ה...!

נאר איך האב לעצטנס געזעהן א קליפ פון גרויסע ארכעאלאגן סיי פון אמעריקאנער אוניווערזיטעטן און סיי פון ענגלאנד און אויך פון ארץ ישראל ווי זיי באשטעטיגן דורך ארכעאלאגישע געפינסן און נאטורליכע פיזיאלאגישע ערקלערונגען סיי די עשר מכות און אויך קריעת ים סוף. און אנדערע היסטארישע געשעענישן און היסטארישע פלעצער וועלכע ווערן אנגעצייכנט אין נ"ך...!

עפרא לפומיהון פון די אזוי גערופענע..."ביבל קריטיקער"...! סיי די אמאליגע (פון 150 יאר צוריק.) און סיי די היינטיגע...!

ליב צו וויסן: ווייל זיי לייקענען אפ א זאך וואס זיי וואלטן ממילא געדארפט צו גלייבן באמונה שלימה. ספעציעל נאכדעם וואס גרויסע און בארימטע סייענטיסטן און ארכעאלאגן (לאו דוקא אידישע) האבן געטראפן עווידענס אז די אלע זאכן וועלכע זענען פארשריבן אין תנ"ך זענען 100 אמת...!
ערעב בערל, פארוואס 'עפרא לפומיהון'? צו ווייל זיי האלטן אנדערש ווי דיר קומט זיך זיי אזא שטראף?
זיי זענען נישט קיין שלעכטע מענטשן ח"ו, זיי האלטן קלאר אז דאס האט תנ"ך געמיינט, זיי האלטן אז דו ביסט דער וואס פאדרייט עס, און פארט זאגן זיי נישט 'עפרא לפומיהון' פאר דיר. (...)
באניצער אוואטאר
חתן בחור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 318
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 9:14 pm
האט שוין געלייקט: 520 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 256 מאל

שליחה דורך חתן בחור »

ליב צו וויסן האט געשריבן:ערעב בערל, פארוואס 'עפרא לפומיהון'? צו ווייל זיי האלטן אנדערש ווי דיר קומט זיך זיי אזא שטראף?
זיי זענען נישט קיין שלעכטע מענטשן ח"ו, זיי האלטן קלאר אז דאס האט תנ"ך געמיינט, זיי האלטן אז דו ביסט דער וואס פאדרייט עס, און פארט זאגן זיי נישט 'עפרא לפומיהון' פאר דיר. (...)

אליבא דר׳ בערל מיינט שלעכט מענטשען וואס גלייבען נישט אין חז״ל.
השמים שמים לה׳ והארץ נתן לבני אדם. בעט נישט פון גאט קיין עצות, ער וויל זעהן וואס די גייסט טוהן.
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

ליב צו וויסן האט געשריבן:...
חוץ מזה וואס דארט איז מורא'דיג קלאר די אלקים וו"ס הויה טעאריע.

כד"א:
וידעת היום וגו' כי ה' הוא האלקים!

פין וואו זאל דאס J וויסן
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
ליב צו וויסן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 981
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 2658 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל

שליחה דורך ליב צו וויסן »

תוהו ובוהו האט געשריבן:
ליב צו וויסן האט געשריבן:ערעב בערל, פארוואס 'עפרא לפומיהון'? צו ווייל זיי האלטן אנדערש ווי דיר קומט זיך זיי אזא שטראף?
זיי זענען נישט קיין שלעכטע מענטשן ח"ו, זיי האלטן קלאר אז דאס האט תנ"ך געמיינט, זיי האלטן אז דו ביסט דער וואס פאדרייט עס, און פארט זאגן זיי נישט 'עפרא לפומיהון' פאר דיר. (...)

און ער האלט, אז אין חז''ל שטייט, אז אין תנ''ך שטייט, אז ווער עס האלט אנדערש ווי מיר בענייני אמונה קומט זיך ערד אין מויל. ער מעג נישט האלטן אזוי?!

Sent from my KFDOWI using Tapatalk

כ'ווייס נישט וואס דו שרייבסט פון תנ"ך, אבער אין Either case.. ער קען האלטן אזוי, כ'וויל נאר פארשטיין די לאגיק און עטיק..
צו האלסטו אז די קריסטן זענען גערעכט געווען מיטן הארגענען אידן ווייל זיי האבן געהאלטן אנדערש ווי זיי??
ליב צו וויסן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 981
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 2658 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל

שליחה דורך ליב צו וויסן »

הקטן האט געשריבן:
ליב צו וויסן האט געשריבן:ערעב בערל, פארוואס 'עפרא לפומיהון'? צו ווייל זיי האלטן אנדערש ווי דיר קומט זיך זיי אזא שטראף?
זיי זענען נישט קיין שלעכטע מענטשן ח"ו,
זיי האלטן קלאר אז דאס האט תנ"ך געמיינט, -
וואס האט תנ"ך געמיינט?

זיי האלטן אז דו ביסט דער וואס פאדרייט עס,
מיט וואס פארדרייט ער?

- פ און פארט זאגן זיי נישט 'עפרא לפומיהון' פאר דיר. (...)

פליז זיי מסביר ווייל ס'איז שווער צי פארשטיין

האבן די שרייבערס געוואלט איך זאל האלטן אז זיי האבן דאס געשריבן.

אין רוב ספרים פרובירן זיי עס ניטאמאל צו באהאלטן... פארקערט גאר, די וואס האבן אנגעהויבן אזוי צו זינגען, "זיי" זענען געווען די מחדשים.
ליב צו וויסן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 981
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 2658 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל

שליחה דורך ליב צו וויסן »

הקטן האט געשריבן:
ליב צו וויסן האט געשריבן:...
חוץ מזה וואס דארט איז מורא'דיג קלאר די אלקים וו"ס הויה טעאריע.

כד"א:
וידעת היום וגו' כי ה' הוא האלקים!

פין וואו זאל דאס J וויסן

כ'קום בכלל נישט פארטיידיגן די אדער יענע פראפעסאר (כאטש וואס דאס קען גראדע פארענטפערט ווערן), נאר נאכן לערנען היפש אסאך תנ"ך, איז מיר קלאר אז דאס איז א צוזאמגעשטעלטע ארבעט (מיינע קשיות, שאלות און עווענטועל תירוצים, האבן פאסירט פאר כ'האב געהערט בכלל פון J און E טעאריעס..).
תוהו ובוהו
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 551
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 8:08 pm
האט שוין געלייקט: 725 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2126 מאל

Re: ביקורת המקרא - 101

שליחה דורך תוהו ובוהו »

ליב צו וויסן האט געשריבן:
כ'ווייס נישט וואס דו שרייבסט פון תנ"ך, אבער אין Either case.. ער קען האלטן אזוי, כ'וויל נאר פארשטיין די לאגיק און עטיק..
צו האלסטו אז די קריסטן זענען גערעכט געווען מיטן הארגענען אידן ווייל זיי האבן געהאלטן אנדערש ווי זיי??

אין פה לוגיקה, אבל יש פה אתיקה (אם קיים כזה מושג..) דתית טיפוסית.

Sent from my KFDOWI using Tapatalk
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ליב צו וויסן האט געשריבן:
הקטן האט געשריבן:
ליב צו וויסן האט געשריבן:...
חוץ מזה וואס דארט איז מורא'דיג קלאר די אלקים וו"ס הויה טעאריע.

כד"א:
וידעת היום וגו' כי ה' הוא האלקים!

פין וואו זאל דאס J וויסן

כ'קום בכלל נישט פארטיידיגן די אדער יענע פראפעסאר (כאטש וואס דאס קען גראדע פארענטפערט ווערן), נאר נאכן לערנען היפש אסאך תנ"ך, איז מיר קלאר אז דאס איז א צוזאמגעשטעלטע ארבעט (מיינע קשיות, שאלות און עווענטועל תירוצים, האבן פאסירט פאר כ'האב געהערט בכלל פון J און E טעאריעס..).

אפילו אין ספר ישעיה אליינס דערקענט מען אויך א חילוק אין סיגנון הלשון פון דעם אנהייב ספר און די סוף. און אינמיטן. דאס מיינט אבער נישט אז די זענען נישט די אויטענטישע רייד פונ'ם נביא. נאר ער האט גערעדט אין פארשידענע אנדערע צייטן. און אנדערע מענטשן האבן עס אראפגעשריבן...!
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

ליב צו וויסן האט געשריבן:
הקטן האט געשריבן:
ליב צו וויסן האט געשריבן:ערעב בערל, פארוואס 'עפרא לפומיהון'? צו ווייל זיי האלטן אנדערש ווי דיר קומט זיך זיי אזא שטראף?
זיי זענען נישט קיין שלעכטע מענטשן ח"ו,
זיי האלטן קלאר אז דאס האט תנ"ך געמיינט, -
וואס האט תנ"ך געמיינט?

זיי האלטן אז דו ביסט דער וואס פאדרייט עס,
מיט וואס פארדרייט ער?

- פ און פארט זאגן זיי נישט 'עפרא לפומיהון' פאר דיר. (...)

פליז זיי מסביר ווייל ס'איז שווער צי פארשטיין

האבן די שרייבערס געוואלט איך זאל האלטן אז זיי האבן דאס געשריבן.

אין רוב ספרים פרובירן זיי עס ניטאמאל צו באהאלטן... פארקערט גאר, די וואס האבן אנגעהויבן אזוי צו זינגען, "זיי" זענען געווען די מחדשים.

גערעכט - זיכער וואלטן זיי דאס נישט געזיכט צי באהאלטן, פארקערט זיי דארפן צי זיין די אימפארגעסליכע היראס פין כלל ישראל - איך פארשטיי בכלל נישט די "מחדשים"
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
ליב צו וויסן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 981
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 2658 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל

שליחה דורך ליב צו וויסן »

הקטן האט געשריבן:
ליב צו וויסן האט געשריבן:
הקטן האט געשריבן:
ליב צו וויסן האט געשריבן:ערעב בערל, פארוואס 'עפרא לפומיהון'? צו ווייל זיי האלטן אנדערש ווי דיר קומט זיך זיי אזא שטראף?
זיי זענען נישט קיין שלעכטע מענטשן ח"ו,
זיי האלטן קלאר אז דאס האט תנ"ך געמיינט, -
וואס האט תנ"ך געמיינט?

זיי האלטן אז דו ביסט דער וואס פאדרייט עס,
מיט וואס פארדרייט ער?

- פ און פארט זאגן זיי נישט 'עפרא לפומיהון' פאר דיר. (...)

פליז זיי מסביר ווייל ס'איז שווער צי פארשטיין

האבן די שרייבערס געוואלט איך זאל האלטן אז זיי האבן דאס געשריבן.

אין רוב ספרים פרובירן זיי עס ניטאמאל צו באהאלטן... פארקערט גאר, די וואס האבן אנגעהויבן אזוי צו זינגען, "זיי" זענען געווען די מחדשים.

גערעכט - זיכער וואלטן זיי דאס נישט געזיכט צי באהאלטן, פארקערט זיי דארפן צי זיין די אימפארגעסליכע היראס פין כלל ישראל - איך פארשטיי בכלל נישט די "מחדשים"

ווען דער עווענטועל עדיטאר זוכט עס צו באהאלטן, שרייבט ער אין 'ערשט פערזאן', שרייבט נישט משה'ס נפטר ווערן, שרייבט נישט 'עד היום הזה', זאגט נישט איבער זאכן, וכו וכו וכו

אדרבה, ווען איינער לערנט פלייסיג די חמשה חומשי תורה איז נישטא קיין רמז 'כל שהוא' אז דאס (די 'גאנצע חמשה חומשי) האט משה בכבודו ובעצמו געשריבן.
פארשפארט