בלאט 2 פון 3

Re: אפריקאנער אמעריקאנער דערשטיקט צום טויט דורך פאליציי!!!!

נשלח: זונטאג מאי 31, 2020 1:21 am
דורך פאליטיקאנט
פאליטיקאנט האט געשריבן:די רשעות און אכזריות פונעם פאליציאנט איז קלאר און ער דארף גע'משפט ווערן אויף מארד.

אבער מיט דעם אלעם האף איך אז די פאליציי גייט האבן גענוג שכל אפצושטעלן די ראיאטן מיט אלע מעגליכקייטן פאר די ריכטיגע שאדנס פאנגען זיך אן......
ווייטאג איז נישט קיין פאס צו ברעכן די געזעץ און פאראורזאכן ווייטאג פאר אנדערע!
ווי זענען די נעשאנעל גארדס?

ווי איז די גאווערנארס שכל?


נאך אזאך, ווען די גאנצע מצב איז פאראיבער דארף די פאליציי אוועקגעבן שעות און נאכגיין 'אלע' ווידעאוס, און פראצעסירן "יעדער" וואס האט געבראכן דאס געזעץ - זאל עס נעמען 5 יאר!
לאו דוקא תפיסה, א שטארקע געלט קנס קען מען אויך געבן.

אזוי האט מען געטון אין לאנדאן אין 2012 און זייט דעמאלסט ווייסט יעדער אז, 'אין רואה' 'וכל מעשך בספר נכתבים' 'ועתיד ליתן את הדין' - נישט קיין חילוק וויאזוי די מצב איז יעצט אויפ'ן גאס.

Re: אפריקאנער אמעריקאנער דערשטיקט צום טויט דורך פאליציי!!!!

נשלח: זונטאג מאי 31, 2020 1:24 am
דורך I don’t know
It’s not right what the protesters are doing, but the police is not right for what he did and until all the officers that where there are not in jail for life justice will not be done


Sent from my iPhone using Tapatalk

Re: אפריקאנער אמעריקאנער דערשטיקט צום טויט דורך פאליציי!!!!

נשלח: זונטאג מאי 31, 2020 1:28 am
דורך פאליטיקאנט
Two wrongs don't make one right!

I fully understand the African community in their grievance.
But this does not give them a pass to loot and harm others.

Re: אפריקאנער אמעריקאנער דערשטיקט צום טויט דורך פאליציי!!!!

נשלח: זונטאג מאי 31, 2020 1:30 am
דורך I don’t know
Isn’t that justice? You Hurt me I’ll hurt you?


Sent from my iPhone using Tapatalk

Re: אפריקאנער אמעריקאנער דערשטיקט צום טויט דורך פאליציי!!!!

נשלח: זונטאג מאי 31, 2020 2:29 am
דורך גראף
I don’t know האט געשריבן:Did you know that the chasedem once
Made some serious protest when a chasid was killed just like the dark Comunity is doing now
https://youtu.be/wJO35lI22HA


Sent from my iPhone using Tapatalk
איינער איז ארום געגאנגען העצן אז מען זאל גיין צו די פריסינקט אויף שבת און פארקויפט אז דער רב האט געהייסן וואס איז א שקר. דער האט מען געווארפן פון באבוב נאר איך מיין אז ער איז צוריק געקומן אויך.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

Re: אפריקאנער אמעריקאנער דערשטיקט צום טויט דורך פאליציי!!!!

נשלח: זונטאג מאי 31, 2020 3:06 am
דורך פאליטיקאנט
פאליטיקאנט האט געשריבן:
פאליטיקאנט האט געשריבן:די רשעות און אכזריות פונעם פאליציאנט איז קלאר און ער דארף גע'משפט ווערן אויף מארד.

אבער מיט דעם אלעם האף איך אז די פאליציי גייט האבן גענוג שכל אפצושטעלן די ראיאטן מיט אלע מעגליכקייטן פאר די ריכטיגע שאדנס פאנגען זיך אן......
ווייטאג איז נישט קיין פאס צו ברעכן די געזעץ און פאראורזאכן ווייטאג פאר אנדערע!
ווי זענען די נעשאנעל גארדס?

ווי איז די גאווערנארס שכל?


נאך אזאך, ווען די גאנצע מצב איז פאראיבער דארף די פאליציי אוועקגעבן שעות און נאכגיין 'אלע' ווידעאוס, און פראצעסירן "יעדער" וואס האט געבראכן דאס געזעץ - זאל עס נעמען 5 יאר!
לאו דוקא תפיסה, א שטארקע געלט קנס קען מען אויך געבן.

אזוי האט מען געטון אין לאנדאן אין 2012 און זייט דעמאלסט ווייסט יעדער אז, 'אין רואה' 'וכל מעשך בספר נכתבים' 'ועתיד ליתן את הדין' - נישט קיין חילוק וויאזוי די מצב איז יעצט אויפ'ן גאס.
כ'בין נישט קיין גרויסע חסיד פון טראמפ, אבער איך גראטוליר עם פאר'ן טון די ריכטיגע שריט.

כ'האף ער וועט נאכפאלגן מיט אנדערע שטאטן.בילד

נשלח: זונטאג מאי 31, 2020 6:12 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
עס איז דא צוויי געשיכטעס דא, די פאליציי וואס הרג'ענען אן קיין עמטליכע איבערזיכט, און די ראיאטערס וואס טון געפערליכע זאכן.

וועלכע איז אונזער ערשטע אחריות? די ראיאטערס אדער די פאליציי?

איך וואלט געזאגט אז די פאליציי איז ערשט, ווייל זיי זענען די שלוחים פון די גאנצע מדינה, זיי ווערן באצאלט פון די רעגירונג (און עס איז נישט דא קיין עכטע חילוק צווישען די פעדעראלע און שטאטישע רעגירונג אין דעם), און מיר דארפן אפשטעלן אונזערע איידער יענעמ'ס.

און אגב, טראמפ האט דא גארנישט געטון, נאר געשיקט א טוויט. עס קומט אים גארנישט דערפאר.

נשלח: זונטאג מאי 31, 2020 12:07 pm
דורך ליב צו וויסן
I don’t know האט געשריבן:Isn’t that justice? You Hurt me I’ll hurt you?


Sent from my iPhone using Tapatalk


לאמיר זיין קלאר: אין דיין Opinion, אויב ראובן הארגעט שמעון, דאן מעגן שמעוןן'ס קרובים נקמה נעמען אין לוי.. (?!)

נשלח: זונטאג מאי 31, 2020 12:12 pm
דורך ליב צו וויסן
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:עס איז דא צוויי געשיכטעס דא, די פאליציי וואס הרג'ענען אן קיין עמטליכע איבערזיכט, און די ראיאטערס וואס טון געפערליכע זאכן.

וועלכע איז אונזער ערשטע אחריות? די ראיאטערס אדער די פאליציי?

איך וואלט געזאגט אז די פאליציי איז ערשט, ווייל זיי זענען די שלוחים פון די גאנצע מדינה, זיי ווערן באצאלט פון די רעגירונג (און עס איז נישט דא קיין עכטע חילוק צווישען די פעדעראלע און שטאטישע רעגירונג אין דעם), און מיר דארפן אפשטעלן אונזערע איידער יענעמ'ס.

און אגב, טראמפ האט דא גארנישט געטון, נאר געשיקט א טוויט. עס קומט אים גארנישט דערפאר.

גארנישט איז "אונזער" אחריות (אין נ"י?), די אחריות איז אויפן פאליציאנט! און מען האט אים טאקע אנגעקלאגט, דאס וואס די פראטעסטירער טוהן איז א שרעקליכע עוולה, און וואויל איז אונז אז מיר האבן נישט א פרעזידענט וואס גיט זיי חיזוק..

Re: אפריקאנער אמעריקאנער דערשטיקט צום טויט דורך פאליציי!!!!

נשלח: זונטאג מאי 31, 2020 12:14 pm
דורך I don’t know
No but the police department just let this murder Go and they didn’t punish him or his Friends that were there when he killed Floyd that’s definitely bad it’s as if as they agree with the murder and taking part of it!!! That’s something that needs to be stoped a any price


Sent from my iPhone using Tapatalk

Re: אפריקאנער אמעריקאנער דערשטיקט צום טויט דורך פאליציי!!!!

נשלח: זונטאג מאי 31, 2020 2:54 pm
דורך פאליטיקאנט
אידן טייערער זיי זענען אין אונזער געגנט שוין אויכעט. (פלעטבוש)

פארלאזט אייך נישט אויף קיינעם!!!!!!
נישט שומרים נישט שמירה, יעדער האט מורא זיך צו קעגנשטעלן א באנדע פראים.

אויב האט איר א געשעפט שטייט גרייט מיט א 'בעט' לכל הפחות, און שמועסט אפ מיט דערנעבנדע געשעפט אייגנטומער זיך אנצונעמען איינער פארן אנדערן (איינמאל עס זענען דא אידן וואס שלאגן צוריק וועלן אנדערע צולייגן א האנט).

די עצם זאך אז אין בארא פארק שלאגט מען צוריק קען שוין אפשטעלן אינגרויסן!

-לעגאל זענט איר בארעכטיגט צו אלעם (איר קענט אפי' מאכן א סיטיזענ'ס ארעסט, כאטש נישט ראטזאם)-

נאך א וויכטיגע זאך נישט ארומשיקן קיין ווידעאס!
זייט א חכם הרואה את הנולד, געבט נישט די איינדרוק אז אידן זענען די וואס זענען קעגן די שחורים.......

נשלח: זונטאג מאי 31, 2020 6:39 pm
דורך ליב צו וויסן
I don’t know האט געשריבן:No but the police department just let this murder Go and they didn’t punish him or his Friends that were there when he killed Floyd that’s definitely bad it’s as if as they agree with the murder and taking part of it!!! That’s something that needs to be stoped a any price


Sent from my iPhone using Tapatalk


די פאליציי האט זיף אויפגעפירט שרעקליך! און עס דארף פארדאמט ווערן דורך יעדע גלייך קעפיגער מענטש, ס'האט קיין שום שייכות מיט די צולאזטע פראים וואס דארפן פונקט אזוי הילכיג פארדאמט ווערן.

Re: אפריקאנער אמעריקאנער דערשטיקט צום טויט דורך פאליציי!!!!

נשלח: זונטאג מאי 31, 2020 9:39 pm
דורך פאליטיקאנט
מיין ערגסטן פאל וויזיע:
איך קען זען א ווייסע ראסיסט צארנדיג ווי גיהנום זיך ארויסלאזן דערשיסן אפאר שווארצע, דאן וועט שוין גארנישט קענען אפהאלטן פון א שטיקל ציווילע קריג, סיידן די מיליטער......!

Re: אפריקאנער אמעריקאנער דערשטיקט צום טויט דורך פאליציי!!!!

נשלח: מאנטאג יוני 01, 2020 10:53 am
דורך החוקר
פאליטיקאנט האט געשריבן:כ'בין נישט קיין גרויסע חסיד פון טראמפ, אבער איך גראטוליר עם פאר'ן טון די ריכטיגע שריט.

כ'האף ער וועט נאכפאלגן מיט אנדערע שטאטן.

קענסט צוריקנעמען דיינע גראטולאציעס און טרעפן א נייע חסידות. טראמפ האט נאר געשיקט דעם טוויט נישט די אייגענטליכע נאצינאלע גווארדיע, עס האט נישט עכט מיט אים.

Re: אפריקאנער אמעריקאנער דערשטיקט צום טויט דורך פאליציי!!!!

נשלח: דינסטאג יוני 02, 2020 12:27 am
דורך פאליטיקאנט
איך שטוין אז די מצב האט זיך נאכנישט פילפאכיג פארערגערט.
די סדר גייט אז אדער טוט די פאליציי עס אקטיוו אפשטעלן (מיט אדער אן הצלחה), אדער דערקייקלט זיך עס ווייטער..... היות די פאליציי אין מערסטע פעלער ווען גארנישט, איז אינטערעסאנט אז עס הערט זיך נאכנישט אנגעהויבן קיין שיסערייען פון סיי וועלכע צד - שווארצע אויף פאליציי / ווייסע אויף שווארצע / פאליציי אויף שווארצע /שווארצע אויף ווייסע.......

די אייבערשטער זאל ווייטער היטן.

נשלח: דינסטאג יוני 02, 2020 10:26 am
דורך cictim
רשעות'דיגע פאליציי זעה די ערשטע צוואנציג סעקונדעס:
https://www.youtube.com/watch?v=rKeNdcMhoZE

נשלח: מאנטאג יוני 08, 2020 2:07 pm
דורך יודישע שרייבער
רוצחים!!!!

א נייע ווידיאו פון א נייע ענג'על ווייזט ווי די דריי 200-פונטיגע צוויי פיסיגע חיות לאנען זיך אן אויף דעם זשארזש פלויד, איך רעד שוין נישט פון דער וואס האט זיך אנגעלאנט אויף זיין גענאק פאר קרוב צו ניין מינוט - ער איז נישט ווערד אפילו אז איך זאל רעדן פון אים און איך ווייס נישט צו א לינטש ווי מען שניידט אים אפ אבר ביי אבר וואלט געווען גענוג פאר אים, אבער צו די אנדערע צוויי פרעג איך: (און אויך דער פערדער וואס איז געשטאנען אין די זייט און עס צוגעלאזט): וועלכע נארמאלע מענטש טראכט אז ס'איז דא א מענטש וואס קען פארנעמען [לכל הפחות...] זעקס הונדערט פונט אויף זיך און עס איבערלעבן?! אויב האבן זיי שכל און זיי האבן געוויסט וואס זיי טוען זענען זיי צוויי פיסיגע חיות, האבן זיי נישט קיין שכל און זיי האבן טאקע נישט געכאפט זענען זיי צוויי פוסיגע בהמות... וואס איז זיכער איז זיכער אז פאליציאנטן וואס זענען געשטעלט אויף געזעץ און ארדענונג האבן זיי נישט געטארט זיין...

נשלח: פרייטאג יוני 12, 2020 1:14 pm
דורך berlbalaguleh
לויט ווי גוגל ניוס געט איבער האט דער געוועזענער פאליסמאן דער רוצח שאווין זיך געקענט מיט דעם חשוב'ן נפטר ע"ה, ר' דזשארדזש פלויד. זיי האבן געארבעט אין די זעלבע קלאב אלס סעקיוריטי גארדס. און ער האט געהאט א חשבון מיט איהם. דאס נעמט נאכנישט אוועק פון די הארבקייט פון די רציחה. אבער ס'איז נישט געווען ראסיסטיש מאטיווירט...!

ווער וועט צוריקציען פון די הונדערטער טויזנטער ראסיסטישע האס ווערטער וועלכע זענען געזאגט און געשריבן געווארן?!

און ווער וועט באצאלן פאר די ביליאנען דאללערס אין געלט שאדן פון די בארויבטע געשעפטן וועלכע זענען פאראורזאכט געווארן דורך די דעמאנסטרירערס...?!

ראה מה שכתבתי באשכול אחר...!.

נשלח: פרייטאג יוני 12, 2020 1:44 pm
דורך מצפצף
The news originates from a interview on cbs had with a employee at this night club cbs issued a retraction the text day saying that this interviewee confused Floyd with a different black person who also worked there

נשלח: פרייטאג יוני 12, 2020 8:05 pm
דורך berlbalaguleh
מצפצף: The retraction was only about the alleged fight that Chauvin had with MR. George Floyd. Not that he worked there...!

Re: אפריקאנער אמעריקאנער דערשטיקט צום טויט דורך פאליציי!!!!

נשלח: דאנערשטאג יוני 13, 2024 7:15 pm
דורך אלפא
א דאקומענטרי ארויסברענגענדיג די מעשה פונעם צווייטן זייט מטבע:

https://www.thefallofminneapolis.com/?u ... dium=email

Re: אפריקאנער אמעריקאנער דערשטיקט צום טויט דורך פאליציי!!!!

נשלח: פרייטאג יוני 14, 2024 1:16 am
דורך סקעפטיקער
אלפא האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 13, 2024 7:15 pm א דאקומענטרי ארויסברענגענדיג די מעשה פונעם צווייטן זייט מטבע:

https://www.thefallofminneapolis.com/?u ... dium=email
א סעריע ארטיקלען אפצופרעגן די דאקומענטערי
https://radleybalko.substack.com/p/the- ... orge-floyd

https://radleybalko.substack.com/p/the- ... floyd-part

https://radleybalko.substack.com/p/the- ... e-floyd-an

https://radleybalko.substack.com/p/the- ... d-part-382

Re: אפריקאנער אמעריקאנער דערשטיקט צום טויט דורך פאליציי!!!!

נשלח: פרייטאג יוני 14, 2024 2:12 am
דורך berlbalaguleh
אלפא האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 13, 2024 7:15 pm א דאקומענטרי ארויסברענגענדיג די מעשה פונעם צווייטן זייט מטבע:

https://www.thefallofminneapolis.com/?u ... dium=email
דער פאקט אז פאליסמאן דערעק שאווין האט געהאלטן זיין קני אויפ'ן האלז פון דזשארדזש פלויד פאר 8 מינוט איז אומ-אפפרעגבאר. ס'איז דא ווידיא עווידענס פון דעם. קיין שום דאקומענטערי קען עס נישט אפפרעגן.

די איינציגע שאלה איז אויב דאס האלטן זיין קני האט דירעקט גורם געווען דעם טויט פון פלויד. אדער איז געווען דער מכה בפטיש. ווייל לויט ווי דער דירעקטאר פון די דאקומענטערי טענה'ט אז דזשארדזש פלויד האט געזאגט פאר די אפיצירן אין קאר אז ער קען נישט אטעמען. דאס האט געקענט קומען פון אסטמא אדער פון נעמען דראגס. אדער פון ביידע.


יעצט דארף מען פעסטשעללן פון א מעדיצינישן פוינט אויב איינס פון די פאקטארן האט געקענט גורם זיין דעם טויט פון דעם ארעסטאנט פלויד. און וואס די געזעץ איז.

מ'דארף געדענקען די הארבקייט פון אט די געשעהעניש. אויב א פאליסמאן קען פארלירן קאנטראל און דערשטיקן אן ארעסטאנט וואס שטעלט א ווידערשטאנד קען דאס געשעהן צו א יעדן איינעם.

אויך: מ'דארף נישט פיהלן סימפאטיע פאר דעם געוועזענעם פאליסמאן דערעק שאווין. אז ער איז אומשולדיג פארמשפט' געווארן צו זיצן אין תפיסה. ווייל ער האט פאקטיש גורם געווען דעם טויט פון דזשארדזש פלויד. אפילו אויב 50% איז ער אויך שולדיג. קיין שום דאקומענטערי קען דאס נישט אפפרעגן.