לאשיצער האט געשריבן:דו שרייבסט אז דאס וואס מען זעט אן אלגעמיינע טויש צו toPV, ווילסטו נישט זאגן אז עס איז א טויש אין שפראך, ווייל עס איז צו שנעל פאר אזא טויש צו פאסירן.
דא זעט איר די השפעה פון א רעצענזענט (peer reviewer) וואס איך האב געדארפט צופרידנשטעלן מיטן ארטיקל, און דעריבער האב איך אביסל ווייכער געמאכט די גאנצע דיסקוסיע וועגן טוישן אין דער שפראך גופא. דער אמת איז אז איך האלט אז די שפראך פון ק"ש איז נישט אזוי אנדערש פון דער גערעדטער אידישער שפראך (ספעציעל אין איר גראמאטיק/ווערטער-סדר) און דערפאר קען מען זיך יא עפעס אויסלערנען וועגן חסידיש אידיש אין אלגעמיין פון א שטודיע נאר וועגן ק"ש. איך האלט אז ס'איז זייער מעגליך אז די אידישע שפראך טוישט זיך גאנץ שנעל אין דעם פרט, נישט נאר די שפראך פון ק"ש. (איך ווייס אבער נישט צי דאס שטאמט דווקא פון די סיבות וואס איר דערמאנט.)
איך האב נאך נישט מיטגעהאלטן די פראצעדור פון א חברותא רעצענזיע, איך האב געמיינט עס ארבעט ווי אן הסכמה, איך בין יא אדער נישט מסכים. אינטערעסאנט צו הערן אז די חבר רעדט אריין, און מען דארף יעדעם צופרידנשטעלן.
לאשיצער האט געשריבן:איך וואונדער מיר אויב די ארטיקל אליין, קען אויך האבן א השפעה צו פארשנעלערן די טויש.
עס ווענדט זיך וויפיל חסידים ס'וועלן ליינען דעם ארטיקל! אבער אין אלגעמיין וויל איך אלס וויסנשאפטלער מינימיזירן די השפעה וואס מיינע אנאליזן קענען האבן אויף די זאכן וואס איך אנאליזיר.
איך וויל אייך אבער פרעגן: א השפעה אין וועלכער ריכטונג? אז מ'וועט ניצן מער PtoV אדער מער toPV?
איך האב געטראכט פון א השפעה צו נוצן מער PtoV, פון די ארטיקל זעט אויס אז די "גרויסע" שרייבן אזוי. למעשה זעט נישט אויס ווי עס האט משפיע געווען אויף מיר...
לאשיצער האט געשריבן:"צו אהערשטעלן" אדער "אהערצושטעלן"?
לאשיצער האט געשריבן:דער אריגינעלער ציטאט פון מאקס וויינרייך איז נישט נאר געווען וועגן אידיש, נאר טאקע אויף אידיש: "א שפראך איז א דיאלעקט מיט אן ארמיי און פלאט"
איך האב טאקע געטראכט פון די ים פלאטע, אבער מיליטער נעמט שוין אלעס אריין, האב איך עס נישט געשריבן. אויב די אריגינעלער ציטאט איז אין אידיש, דארף איך נישט מאכן מיין אייגענע טייטש.
לאשיצער האט געשריבן: איך האב אסאך געדאנקען און פלענער וואס ליגן ביי מיר אין קאפ (חסידיש-אידישע ווערטערביכער, גראמאטיקעס וכו') אבער דערוויילע זענען זיי נאר ווילדע חלומות. איך האף אז מיט דער צייט וועל איך קענען ארבעטן אויף די זאכן, טאקע אין קאאפעראציע מיט חסידישע אידן.
אונז וועלן ווארטן מיט שפאנונג אויף דיינע פלענער.