בלאט 1 פון 1

נייער ארטיקל איבער דער שפראך פון ק"ש

נשלח: זונטאג מאי 31, 2020 1:22 pm
דורך לאשיצער
סוף כל סוף איז ארויס מיין ארטיקל איבער דער שפראך פון קאווע שטיבל! דער ארטיקל גיט איבער אסאך אינפארמאציע וועגן חסידיש אידיש און חסידישע פארומס, מיט ציטאטן פון ק"ש שרייבערס. אויבן רעכטס איז דא א לינק צו ליינען דעם ארטיקל אין PDF פארמאט. https://www.frontiersin.org/articles/10 ... 2020.00035

דער ארטיקל באהאנדלט איין אספעקט פון חסידיש אידישן סינטאקס (ווערטער-סדר): וואו מ'שטעלט אוועק דאס ווארט "צו" אין ווערבן מיט קאנווערבן. ("קאנווערבן" זענען: אריין, ארויס, איבער, אונטער, צוריק, אהיים, צאם וכו'). צום ביישפיל: ווען שרייבט מען "אויסצורעכענען" און ווען שרייבט מען "צו אויסרעכענען"? ווען איז צייט "אויפצופיקן די קינדער" און ווען "צו אויפפיקן די קינדער"? דער סטאטיסטישער אנאליז ווייזט אן אויף די פארשידענע פאקטארן וואס האבן א השפעה צי מ'שרייבט "קאנווערב-צו-ווערב" (די אפטערע, עלטערע פארמע) אדער "צו קאנווערב-ווערב" (די נייערע פארמע).