בלאט 2 פון 3

נשלח: דאנערשטאג יולי 09, 2020 1:05 am
דורך כרם זית
אינטרעסאנט איז אז בפשטות נעמט דער אבן עזרא אן ווי חז''ל אז די אייזל האט גערעדט כפשיטו. אבער צום סוף די שטיקל סוד'ט ער אריין, ''ואם תבין סוד מלאכי אברהם גם יעקב אז תבין האמת''. זעט קצת אויס אז שטילערהייט איז ער אויך מפרש אז עס איז געווען א חזיון.

Re: פשוטו של מקרא

נשלח: זונטאג אקטאבער 18, 2020 12:46 am
דורך קנדה
וואס איז פשט די וואך פרשת בראשית די מעשה מיטן נחש איז דאס נאר א משל איז די נחש אפשר מרמז אויפו יצר הרע אזוי ליגט מיר אין קאפ אז איינער פון די מפורשים לערנען אזוי פשט אויכעט די גאנצע באשאפן דעם אדם וחוה איז מאדנע איז דאס טאקע פשוט פשט און וואס איז מיט דעם אז מען האט געלעבט אזוי לאנג עפעס געדענק איך אז איינער פון די ראשונים לערנען פשט אז נאר יחידי סגולה האבן געלעבט אזוי לאנג

Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk

נשלח: זונטאג אקטאבער 18, 2020 1:17 pm
דורך ישעיה
לגבי לאנג לעבן, דער דעה אז נאר יחידי סגולה איז כמדומני של הרמב"ם ונחלק עליו הרמב"ן, שוב כמדומני.
יש בעניין זה אריכות ומהלך נפלא בספר תורה שבעל פה של רב ענבל.

נשלח: זונטאג אקטאבער 18, 2020 2:16 pm
דורך מנחם ציון
אז מען רעדט שוין פון לאנג לעבן,
ס'וואונדערט מיר שוין לאנג, יעדע תינוק בו יומו ווייסט אז אויף צוויי מצוות זאגט די תורה צו אריכת ימים. כיבוד אב ואם. און שילוח הקן.
ופלא בעיני, אויף די מצוה פון אבן ואיפה שלימה וצדק יהיה לך, דהיינו די מצוה פון האנדלען ערליך שטייט פונקט אזוי אריכת ימים, און עס איז עפעס נישט באקאנט

אֶבֶן שְׁלֵמָה וָצֶדֶק יִהְיֶה לָּךְ, אֵיפָה שְׁלֵמָה וָצֶדֶק יִהְיֶה לָּךְ, לְמַעַן יַאֲרִיכוּ יָמֶיךָ עַל הָאֲדָמָה אֲשֶׁר יְהוָה אֱלֹהֶיךָ נֹתֵן לָךְ (דברים כה טו)

Re: פשוטו של מקרא

נשלח: זונטאג אקטאבער 18, 2020 2:37 pm
דורך פאליטיקאנט
קען זיין ווייל אונז זעמער אינעם אלטערנאטיוון אוניווערס?

Re: פשוטו של מקרא

נשלח: זונטאג אקטאבער 18, 2020 3:18 pm
דורך קנדה
בכלל עס שטייט נישט אין פסוק אריכות ימים עס שטייט אז מען וועט זיין לאנג אין ארץ ישראל לְמַעַן יַאֲרִיכוּ יָמֶיךָ עַל הָאֲדָמָה אֲשֶׁר יְהוָה אֱלֹהֶיךָ וגו' אוו אז מען וועט נישט ווערן פארטריבן הגם די גמרא האט לכאורה יא אפגעלערענט אריכות ימים אבער על פשוטו של מקרא קוקט עפעס נישט אויס אזוי

Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk

Re: פשוטו של מקרא

נשלח: זונטאג אקטאבער 18, 2020 3:22 pm
דורך קנדה
אגב וועגן אריכות ימים זאגט מיר איינער אז דאס וואס וואס די וועלט ווייסט אז ר' יוחנן האט געלעבט ת' מאות שנים 4 הונדערט יאר קומט פון א פשוטע טעות סופר עס איז געשטאנעו ת' וואס עס האט געמיינט תשעים שנה אחז געקומען די מדפיס און געשריבן ת מאות שנה וואס מאכט נישט קיין טראפ סענס וואס א יעדער ווייסט אז ימי שנותינו איז שבעים שנה

Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk

נשלח: זונטאג אקטאבער 18, 2020 4:04 pm
דורך מנחם ציון
קנדה האט געשריבן:בכלל עס שטייט נישט אין פסוק אריכות ימים עס שטייט אז מען וועט זיין לאנג אין ארץ ישראל לְמַעַן יַאֲרִיכוּ יָמֶיךָ עַל הָאֲדָמָה אֲשֶׁר יְהוָה אֱלֹהֶיךָ וגו' אוו אז מען וועט נישט ווערן פארטריבן הגם די גמרא האט לכאורה יא אפגעלערענט אריכות ימים אבער על פשוטו של מקרא קוקט עפעס נישט אויס אזוי

Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk

כַּבֵּד אֶת אָבִיךָ וְאֶת אִמֶּךָ לְמַעַן יַאֲרִכוּן יָמֶיךָ עַל הָאֲדָמָה אֲשֶׁר יְהוָה אֱלֹהֶיךָ נֹתֵן לָךְ.
שטייט די זעלבע לשון ביי ביידע

חוץ ביי שילוח הקן שטייט יא קלאר אז מען רעדט פון דאס לעבן זעלבסט
שַׁלֵּחַ תְּשַׁלַּח אֶת הָאֵם וְאֶת הַבָּנִים תִּקַּח לָךְ לְמַעַן יִיטַב לָךְ וְהַאֲרַכְתָּ יָמִים

נשלח: זונטאג אקטאבער 18, 2020 4:41 pm
דורך רביה''ק זי''ע
פאליטיקאנט האט געשריבן:קען זיין ווייל אונז זעמער אינעם אלטערנאטיוון אוניווערס?

חס ושלום, אונז זעמער אינעם עכטן יוניווערס, זיי זענען די אלטערנעטיוו...

ויהי אור

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 20, 2022 2:46 pm
דורך סקעפטיקער
איך האב געליינט א שיינעם ארטיקל איבער א פראגע וואס באדערט יעדן רעכטדענקיגן לומד, וואס איז די אור פונעם ערשטן טאג אויב די זון איז הערשט בשאפן געווארן די פערטע טאג? איך פיל עס פאר אינטערסאנט מיטצוטיילן מיטן עולם https://www.thetorah.com/article/if-the ... t-on-day-1

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 22, 2022 9:29 pm
דורך סקעפטיקער
סקעפטיקער האט געשריבן:איך האב געליינט א שיינעם ארטיקל איבער א פראגע וואס באדערט יעדן רעכטדענקיגן לומד, וואס איז די אור פונעם ערשטן טאג אויב די זון איז הערשט בשאפן געווארן די פערטע טאג? איך פיל עס פאר אינטערסאנט מיטצוטיילן מיטן עולם https://www.thetorah.com/article/if-the ... t-on-day-1
האב איך דעם שבת געטראפן אז די געדאנק פון דעם מאמר - דהיינו, אז אמאל האט מען פארשטאנען אז די שיין פון די הימל בייטאג קומט נישט פון די זון - איז א מהרש"א אין חידושי אגדות דגם קודם שנקבעו המאורות ביום ד׳ נאמר ויהי ערב ויהי בוקר שהיו אז מדת יום ומדת לילה כדאמרינן לעיל והיינו דבלאו מאורות עצם השמים יותר מאיר ומזהיר ביום מבלילה, יתכן אז תוספות לערנט אויך אזוי עי"ש

נשלח: זונטאג אקטאבער 23, 2022 12:11 pm
דורך סקעפטיקער
א שווערע פסוק פאריגע וואך אין די סדרה ויאמר אל האשה אף כי אמר אלהים לא תאכלו מכל עץ הגן, די שוועריגקייט איז אז אף כי איז טייטש אזויווי כל שכן, ער האט דאך הערשט יעצט אנגעהויבן רעדן וואס איז די כ"ש? אלע מפרשים פון אויבן ביז אונטן מוטשענען זיך ארום, אבער די אבן עזרא צייגט שוין אן אז בהכרח האט דער נחש גערעדט פארדעם אנדערע זאכן. אין ספר אדם וחוה - פון די ספרים חיצונים - ווערט געברענגט ווי חוה פארציילט די גאנצע שמועס וואס זי האט געהאט מיטן נחש, און דארט איז קלאר ווי די אבע"ז'ס פשט, זי האט פארציילט פארן נחש אז זיי היטן אפ דעם גן עדן האט אויף דעם די נחש געזאגט כל שכן אז עטס מעגטס נישט עסן פון די ביימער פונעם גן עי"ש ותמצא נחת

און אגב וועגן שלענג מיט פוס זעה דא https://www.science.org/content/article ... ontroversy

נשלח: זונטאג אקטאבער 23, 2022 1:40 pm
דורך וואלווי
סקעפטיקער האט געשריבן:א שווערע פסוק פאריגע וואך אין די סדרה ויאמר אל האשה אף כי אמר אלהים לא תאכלו מכל עץ הגן, די שוועריגקייט איז אז אף כי איז טייטש אזויווי כל שכן, ער האט דאך הערשט יעצט אנגעהויבן רעדן וואס איז די כ"ש? אלע מפרשים פון אויבן ביז אונטן מוטשענען זיך ארום, אבער די אבן עזרא צייגט שוין אן אז בהכרח האט דער נחש גערעדט פארדעם אנדערע זאכן. אין ספר אדם וחוה - פון די ספרים חיצונים - ווערט געברענגט ווי חוה פארציילט די גאנצע שמועס וואס זי האט געהאט מיטן נחש, און דארט איז קלאר ווי די אבע"ז'ס פשט, זי האט פארציילט פארן נחש אז זיי היטן אפ דעם גן עדן האט אויף דעם די נחש געזאגט כל שכן אז עטס מעגטס נישט עסן פון די ביימער פונעם גן עי"ש ותמצא נחת

און אגב וועגן שלענג מיט פוס זעה דא https://www.science.org/content/article ... ontroversy

די איינציגסטער וואס שרייבט אז די אף כי מיינט כל שכן איז דער אבן עזרא, פארשטייט זיך אז לויט דעם האט ער א שווערע פסוק און דארף דערנאך אויפקומען מיט א חידוש.

פשוט פשט איז "אף כי" עפעס ווי חאטשיג אדער טאמער, און מיט דעם שטימט עס על פי' פשט אן דארפן צו קומען צום חידוש אז דאס איז א המשך פון א צווייטען שמועס.

נשלח: זונטאג אקטאבער 23, 2022 1:56 pm
דורך היסטאריע

אינטערעסאנט.

דער ריב"שַ זאגט אויך עפעס צו דער חשבון.

דער אינטרעסאנטער חלק, די ראשונים האבן נעמליך געזעהן די ספרים חיצונים, מפרש געוועהן מיט טיפס פין דארט, אבער מורא געהאט צו צייכענען אהין.

נשלח: זונטאג אקטאבער 23, 2022 2:03 pm
דורך מתבודד
פאלט דיר נישט איין פארקערט, אז די ספרים חיצוניים האבן גענומען פון די ראשונים??.

נשלח: זונטאג אקטאבער 23, 2022 2:08 pm
דורך רביה''ק זי''ע
סקעפטיקער האט געשריבן: און אגב וועגן שלענג מיט פוס זעה דא https://www.science.org/content/article ... ontroversy
http://frumfactory.blogspot.com/2008/10 ... st_18.html

נשלח: זונטאג אקטאבער 23, 2022 2:11 pm
דורך סקעפטיקער
וואלווי האט געשריבן:
סקעפטיקער האט געשריבן:א שווערע פסוק פאריגע וואך אין די סדרה ויאמר אל האשה אף כי אמר אלהים לא תאכלו מכל עץ הגן, די שוועריגקייט איז אז אף כי איז טייטש אזויווי כל שכן, ער האט דאך הערשט יעצט אנגעהויבן רעדן וואס איז די כ"ש? אלע מפרשים פון אויבן ביז אונטן מוטשענען זיך ארום, אבער די אבן עזרא צייגט שוין אן אז בהכרח האט דער נחש גערעדט פארדעם אנדערע זאכן. אין ספר אדם וחוה - פון די ספרים חיצונים - ווערט געברענגט ווי חוה פארציילט די גאנצע שמועס וואס זי האט געהאט מיטן נחש, און דארט איז קלאר ווי די אבע"ז'ס פשט, זי האט פארציילט פארן נחש אז זיי היטן אפ דעם גן עדן האט אויף דעם די נחש געזאגט כל שכן אז עטס מעגטס נישט עסן פון די ביימער פונעם גן עי"ש ותמצא נחת

און אגב וועגן שלענג מיט פוס זעה דא https://www.science.org/content/article ... ontroversy

די איינציגסטער וואס שרייבט אז די אף כי מיינט כל שכן איז דער אבן עזרא, פארשטייט זיך אז לויט דעם האט ער א שווערע פסוק און דארף דערנאך אויפקומען מיט א חידוש.

פשוט פשט איז "אף כי" עפעס ווי חאטשיג אדער טאמער, און מיט דעם שטימט עס על פי' פשט אן דארפן צו קומען צום חידוש אז דאס איז א המשך פון א צווייטען שמועס.
אף כי אין גאנץ תנ"ך איז טייטש כ"ש וק"ו, זעה דא און גיי דורך איינס ביי איינס מיט די מפרשים, דאס האט נישט די אבע"ז מחדש געווען, די סיבה פארוואס אנדערע מפרשים טייטשן אנדערש איז מחמת הדוחק, און אפילו זייער טייטש זעצט זיך אויך היפש שווער אין פסוק

נשלח: זונטאג אקטאבער 23, 2022 2:12 pm
דורך סקעפטיקער
מתבודד האט געשריבן:פאלט דיר נישט איין פארקערט, אז די ספרים חיצוניים האבן גענומען פון די ראשונים??.
אוודאי, און די גמרא האט גענומען שטיקלעך פון פני יהושע

נשלח: זונטאג אקטאבער 23, 2022 2:16 pm
דורך סקעפטיקער
היסטאריע האט געשריבן:
סקעפטיקער האט געשריבן:א שווערע פסוק פאריגע וואך אין די סדרה ויאמר אל האשה אף כי אמר אלהים לא תאכלו מכל עץ הגן, די שוועריגקייט איז אז אף כי איז טייטש אזויווי כל שכן, ער האט דאך הערשט יעצט אנגעהויבן רעדן וואס איז די כ"ש? אלע מפרשים פון אויבן ביז אונטן מוטשענען זיך ארום, אבער די אבן עזרא צייגט שוין אן אז בהכרח האט דער נחש גערעדט פארדעם אנדערע זאכן. אין ספר אדם וחוה - פון די ספרים חיצונים - ווערט געברענגט ווי חוה פארציילט די גאנצע שמועס וואס זי האט געהאט מיטן נחש, און דארט איז קלאר ווי די אבע"ז'ס פשט, זי האט פארציילט פארן נחש אז זיי היטן אפ דעם גן עדן האט אויף דעם די נחש געזאגט כל שכן אז עטס מעגטס נישט עסן פון די ביימער פונעם גן עי"ש ותמצא נחת

און אגב וועגן שלענג מיט פוס זעה דא https://www.science.org/content/article ... ontroversy
אינטערעסאנט.

דער ריב"שַ זאגט אויך עפעס צו דער חשבון.

דער אינטרעסאנטער חלק, די ראשונים האבן נעמליך געזעהן די ספרים חיצונים, מפרש געוועהן מיט טיפס פין דארט, אבער מורא געהאט צו צייכענען אהין.
איך גלייב שווער איז די אבן עזרא האט געזעהן ספר אדם וחוה

נשלח: זונטאג אקטאבער 23, 2022 2:27 pm
דורך וואלווי
סקעפטיקער האט געשריבן:
וואלווי האט געשריבן:
סקעפטיקער האט געשריבן:א שווערע פסוק פאריגע וואך אין די סדרה ויאמר אל האשה אף כי אמר אלהים לא תאכלו מכל עץ הגן, די שוועריגקייט איז אז אף כי איז טייטש אזויווי כל שכן, ער האט דאך הערשט יעצט אנגעהויבן רעדן וואס איז די כ"ש? אלע מפרשים פון אויבן ביז אונטן מוטשענען זיך ארום, אבער די אבן עזרא צייגט שוין אן אז בהכרח האט דער נחש גערעדט פארדעם אנדערע זאכן. אין ספר אדם וחוה - פון די ספרים חיצונים - ווערט געברענגט ווי חוה פארציילט די גאנצע שמועס וואס זי האט געהאט מיטן נחש, און דארט איז קלאר ווי די אבע"ז'ס פשט, זי האט פארציילט פארן נחש אז זיי היטן אפ דעם גן עדן האט אויף דעם די נחש געזאגט כל שכן אז עטס מעגטס נישט עסן פון די ביימער פונעם גן עי"ש ותמצא נחת

און אגב וועגן שלענג מיט פוס זעה דא https://www.science.org/content/article ... ontroversy

די איינציגסטער וואס שרייבט אז די אף כי מיינט כל שכן איז דער אבן עזרא, פארשטייט זיך אז לויט דעם האט ער א שווערע פסוק און דארף דערנאך אויפקומען מיט א חידוש.

פשוט פשט איז "אף כי" עפעס ווי חאטשיג אדער טאמער, און מיט דעם שטימט עס על פי' פשט אן דארפן צו קומען צום חידוש אז דאס איז א המשך פון א צווייטען שמועס.
אף כי אין גאנץ תנ"ך איז טייטש כ"ש וק"ו, זעה דא און גיי דורך איינס ביי איינס מיט די מפרשים, דאס האט נישט די אבע"ז מחדש געווען, די סיבה פארוואס אנדערע מפרשים טייטשן אנדערש איז מחמת הדוחק, און אפילו זייער טייטש זעצט זיך אויך היפש שווער אין פסוק
קיין איינע פון די מראה מקומות וואס די ברענגסט מיינט נישט נישט אף כי אלס כל שכן, נאר סאיז קלאר "חאטשיג". די ווילסט דוקא אריין קוועטשן אז די אבן עזרא איז "פשוטו של מקרא" מיט זיין חידוש וואס לייגט צו ווערטער און מעשיות צום תורה, א קעגען די פשוטע פארשטאנד פון אלע אנדערע מפרשים, go ahead, אבער קיין פשוטו של מקרא איז עס נישט.

הערט זיך מער ווי אן אגדתא גמרא, מאי דכתיב וכו' וכו'...

נ.ב. אז די גייסט אריין לייגן לינקס צו אנדערע (אלע...) מפרשים וואס די ברענגסט אלס ראי' זיי מוחל און צייכן אן די מפורש להדיא, ברענגען גוגל ריסאלטס פון פסוקים וכדו', מאכט סתם צודרייט דאס מענטשהייט, און ס'זאגט גארנישט.

נשלח: זונטאג אקטאבער 23, 2022 3:53 pm

איך קען דיר נישט העלפן מיט דיין פוילקייט צו מעיין זיין, מיין צייט איז מיר וויכטיגער, אבער איך האף אז די קומענדיגע וועט דיך צופרידנשטעלן
רש"י יחזקאל ט"ו ה אף כי – לשון ק״ו וכ״ש הוא וכן בכל המקרא כגון הנה אנחנו פה ביהודה יראים ואף כי נלך קעילה, ועי' גם בראשית רבה צז ב כמה דוגמאות

נשלח: מאנטאג אקטאבער 24, 2022 11:34 am
דורך סקעפטיקער
וואס איז טייטש קנים תעשה את התיבה? איז עס טאקע טייטש שטיבער? הרב סליפקין האט א בעסערע פשט, http://www.rationalistjudaism.com/2022/ ... de-of.html

תנין

נשלח: זונטאג יאנואר 22, 2023 2:23 pm
דורך סקעפטיקער
חתן בחור האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:אבער ר׳ בערל, די אפטייטש פון תנינים איז נישט רעפטיילס נאר גרויסע וואל פיש.

קוק וואס מיין עלטער עלטער זיידע רש״י הקדוש שרייבט:
"הַתַּנִּינִם" - דגים גדולים שבים. ובדברי אגדה (בבא בתרא עד ב), הוא לויתן ובן זוגו, שבראם זכר ונקבה, והרג את הנקבה ומלחה לצדיקים לעתיד לבא; שאם יפרו וירבו, לא יתקיים העולם בפניהם. התנינם כתיב.
״ויבא משה ואהרן אל פרעה ויעשו כן כאשר צוה ה׳ וישלך אהרן את מטהו לפני פרעה ולפני עבדיו ויהי לתנין״

האלטסט זיי האבן אראפגעווארפען א וואלפיש פארענט פון פרעה?

שפתי חכמים זאגט ״כי שם התנין ביבשה הוא נחש ובמים הוא דג״. רעפטיילס זענען טאקע דא סיי וואס לעבן אויפ׳ן יבשה און סיי וואס לעבן אין וואסער, מילא קען עס שטימען אויף ביידע פלעצער.
פון די וואכעדיגע הפטרה קוקט זייער שטארק אויס אז "תנין" מיינט א קראקאדייל, ווייל מ'זעהט אז דער נביא איז מדמה פרעה מלך מצרים צום "תנים הגדול הרבץ בתוך יאריו", איז קודם ווייסט מען אז די וואסערן אין מצרים זענען דא אסאך קראקאדיילן. אבער נאך מער, די מצרישע עבו"ז "סובק" האט זיין קאפ געטראגן א געשטעהל פון א קראקאדייל. און לויט דעם שטימען אלע פסוקים, סיי די וואס איז משמע אז תנין איז א חיה בים און סיי א חיה ביבשה.
די מלבי"ם שרייבט "המצרים היו מאמינים שהיאור נילוס הוא קדוש ושהתנינים הגדולים שבו יש בהם אלהות, ושיש תנים אחד הגדול מכולם שהוא מושל על כולם והוא ברא את עצמו ואת היאור, והמשיל אליו את פרעה בכחו, שהוא י״ל בארץ הכח עצמו שיש להתנים ביאור, וע״כ קראו בשם התנים הגדול, שהוא רובץ בתוך יאוריו שהיאורים כולם ומה שבם שייך אליו, והוא מתפאר שהיאור הוא שלו כי הוא בראו, וכן שעשה א״ע עם היאור שבו תלוי אושר ארץ מצרים".
פאר מער קען מען זעהן אין דעם ארטיקל https://daf-yomi.com/DYItemDetails.aspx?itemId=16850