יואלי וואלפסאן: ייש"כ פאר דעם שיינעם ליקוט פון אלע מיינע ווערטלעך און סיפורי מעשיות. (נישט (ח"ו) צו פארגלייכן צו די סיפורי מעשיות פון הרה"ק מ'ברעסלאוו.).
ס'איז גוט אמאל אויפצופרישן דעם זיכרון. איך האב געהאט א גרויסע הנאה ליינענדיג די אלע מעשה'לעך און ווערטלעך. אויף א סאך פון די מעשיות האביך אליין נישט געגלייבט אז איך האב דאס געשריבן.
פאליטיקאנט: נאכאמאל. א יישר כוח פאר דיינע רעקאמענדאציעס. און פאר די דברי חיזוק. ס'איז ביי מיר אן אומשאצבארער אוצר.
אויך פאר אלע ניקס וועלכע האבן עפ"י פקודת הטפסר השר והנגיד (די חנופה וועט דיך גארנישט קאסטן... ) הרב פאליטיקאנט שליט"א געגעבן לייקס. כל אחד בשמו הטוב יבורך...!
איך פלאן בעז"ה בקרוב אויפצומאכן אן אשכול פון א היסטאריש-פאליטישע נאטור, איבער די געפערליכע שלענג מיט וואס כלל ישראל איז ארומגענומען דא אין אמעריקע. ממש כבשה אחת בין שבעים זאבים. אדער ווי דער פשט אין פסוק אין שיר השירים..."כיונתי בחגוי הסלע"...! צוליעב עטליכע קליפס וואס איך האב באגעגנט. איבער די טונקל-הויטיגע אייניקלעך. די אפשטאמיגע פון נח'ס צווייטן זון...! איך דארף נאר טון א ביסל ריסוירטש...!
berlbalaguleh האט געשריבן: איך פלאן בעז"ה בקרוב אויפצומאכן אן אשכול פון א היסטאריש-פאליטישע נאטור, איבער די געפערליכע שלענג מיט וואס כלל ישראל איז ארומגענומען דא אין אמעריקע. ממש כבשה אחת בין שבעים זאבים. אדער ווי דער פשט אין פסוק אין שיר השירים..."כיונתי בחגוי הסלע"...! צוליעב עטליכע קליפס וואס איך האב באגעגנט. איבער די טונקל-הויטיגע אייניקלעך. די אפשטאמיגע פון נח'ס צווייטן זון...! איך דארף נאר טון א ביסל ריסוירטש...!
גרייט דיך אן די פאנצער ווייל לויט די טאן פון אנדערע אשכולות, גייסטו פיין אריינכאפן פאר דאס וואס די גייסט שרייבן....
פאליטיקאנט: ייש"כ. דו האסט ריכטיג געטראפן אין פינטל. מיין חידוש איז נאר אז דו האסט עס געכאפט אזוי פריה. דו ביסט דאך נאך רעלאטיוו א פנים חדשות דא.
איך האב עס געוואוסט מתחילה. איך ווייס אפילו פון וועלכע דיירעקשן. לדוגמא. איך האב אין איינס פון מיינע תגובות זיך אויסגעדרוקט בלשון המדוברת. האט שוין איינער פון די חשוב'ע ניקס מדייק געווען (אזוי ווי תוס' אדער מהרש"א) אז אפשר האב איך ח"ו געמיינט פוגע צו זיין אין דעם כבוד פון א הויכגעשעצטע ראסע. און איך בין ל"ע געשלאגן מיט ראסיזם רחמנא ליצלן...!
איך האב מיך באגעגנט מיט עטליכע קליפס (נישט ממש פריש געבאקענע) וואו עטליכע פראמינענטע רעדנערס/פיהרערס באהאנדלען דעם פאליטישן מצב אין די יו. עס. און נאך ווייניגער ווי 2 מינוט גייען זיי אריבער צו שימפן און סטראשען די אידן. כאילו די אידן זענען זייער גרעסטע פראבלעם. און דער גרעסטער און שעדליכסטער שלאנג צווישן זיי איז לואיס פארראקהאן, ימ"ש. ער איז געווען אויף א טי.ווי. שאו (דאנאהיו). האט ער גערעדט אזוי זיס און אומשולדיג. און אז ער האט גארנישט אקעגן די אידן. און ער האט קיינמאל נישט געזאגט א שלעכט ווארט אויף אידן. ווען דער טי ווי האוסט האט איהם צוגעדריקט צו די וואנט און געברענגט רעקארדירונגען וואו מ'הערט אז ער שימפט די אידן, האט ער געזאגט אלערליי תירוצים אז מ'האט איהם נישט גוט פארשטאנען. און אז ער איז איין גאט די נשמה שולדיג. אבער אין דעם זעלבן אטעם האט ער געגאסן פעך און שוועבל אויף אלע ווייסע איינוואוינערס פון דעם לאנד. און אלע אנטיילנעמערס פון זיין ראסע אין די אזווי גערופענע דעבאטע, אן אויסנאם האבן מסכים געווען צו זיינע דברי בלע. ס'איז געווען א געפאקטער זאל. אויך זענען דארט געווען א סאך אידן און נישט אידן.
נאכדעם האביך געהערט 2 אנדערע קליפס (ס'איז געווען געלינקט) וואו ער רעדט צו אן אוידיענץ פון זיינע אייגענע בני משפחה. דארט האט ער זיך צולאזט מיט דעם פוללן גיפט און אייפער. שעלטן און סטראשען דאס אידישע פאלק. אז איך האב באקומען א טשילל. ער האט געסאונדט אינגאנצן ווי היטלער ימ"ש.
איך האב אויך געליינט די אויטאביאגראפיע פון מאלקאלם עקס. ער איז געווען זייער א קלוגער און אנשטענדיגער מענטש. און ער האט אמת'דיג געמיינט די טובה פון זיין פאלק...!
אין זיין בוך (כ'מיין פעידזש 150) געט ער אויך אוועק 2 אדער 3 בלעטער צו אנאליזירן דעם פראבלעם פון די אידן אין דייטשלאנד. ער האט אזוי שטארק געטראפן אין פינטל . (פון זיין פערספעקטיוו.).
אפשר וואלט כדאי געווען צו טעגן יעדע וואס ווערט נתרומם צו שריפטשטעלער אין דעם אשכול (אזויווי מאחורי)? אז די קהל זאל קענען אנווינטשען און זיך מיטפרייען....
מנהל האט געשריבן:[tag]אישתישבי[/tag] איז געווארן א שריפטשטעלער.
א "שריפטשטעלער" באקומט ספעציעלע פונקציעס צו קענען האבן מער קאנטראל אויף די אייגענע אשכולות, הויפטזעכליך די מעגליכקייט צו רעדאגירן אלע הודעות אין אן אייגענעם אשכול אין די ערשטע פיר טעג פון ווען די אשכול איז געעפענט געווארן. מיר געבן גערן דעם טיטול פאר יעדער וואס איז אן אפטער שרייבער און עפענט זאכליכע אשכולות. אויב דו ווילסט דעם טיטול, לאז מיך וויסן.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
פאליטיקאנט האט געשריבן:אפשר וואלט כדאי געווען צו טעגן יעדע וואס ווערט נתרומם צו שריפטשטעלער אין דעם אשכול (אזויווי מאחורי)? אז די קהל זאל קענען אנווינטשען און זיך מיטפרייען....
פאליטיקאנט: איך פריי מיך שוין. און איך ווינטש דיר אן אז דו זאלסט בקרוב ווערן געקרוינט מיט דעם חשוב'ן טיטל. ווייל נאך ווער ווי איך ווייסט אז דו ביסט שטארק ראוי לאותה איצטלא...! איך וועלל בלי"נ מאכן א גרעסערע רקידה'לע און טרינקען לחיים אין דעם טאג (אדער נאכט) וואס דו וועסט בעזהשי"ת געקרוינט ווערן אלס ...,שריפטשטעללער"... אין קאווע שטיבל. נאך מער ווי (להבדיל) די אינשי דלא מעלי האבן זיך געפריידט ווען הרהגה"צ רב שטיינמאן זצ"ל איז נפטר געווארן...!
מיין ליסטע איז נאר א קליינע דוגמא פון וועם מען קען עס געבן. מען בעט די עולם זאל זיך ביטע אנריפן מיט א דעת הקהל פאר וועם ס'קומט זיך יא אדער נישט די טיטל. איך גלייב אז די הנהלה וועט עס גערן געבן פאר איינעם וואס א גרויס חלק ציבור האלט אז ס'קומט זיך איהם
עמקות המחשבה האט געשריבן:מיין ליסטע איז נאר א קליינע דוגמא פון וועם מען קען עס געבן. מען בעט די עולם זאל זיך ביטע אנריפן מיט א דעת הקהל פאר וועם ס'קומט זיך יא אדער נישט די טיטל. איך גלייב אז די הנהלה וועט עס גערן געבן פאר איינעם וואס א גרויס חלק ציבור האלט אז ס'קומט זיך איהם
איך בין נאך גאנץ ניי, אבער פון מיין ביסל וואס איך האב מיר דא געדרייט.... פאר רביה"ק זי"ע קומט עס זיכער