דער ליובאוויטשער רבי האט אויך געהאלטען אז די ציונים האבן עובר געווען אויף די שלש שבועות, און ער איז געווען גאר שארף קעגן די דעה אז מען האלט שוין היינט ביי אתחלתא דגאולה, אזוי אויך איז ער נישט געווען אזוי פארברענט פאר דעם ״מצוה״ פון ישוב ארץ ישראל בזמן הזה, קומט אויס אז פחות או יותר איז ער בדעה אחת מיט די מסקנה פון מאמר שלש שבועות און מאמר ישוב ארץ ישראל פון ספר ויואל משה.
אבער מיט דעם ספר על הגאולה איז ער גאר שטארק מחולק, און ער האט יא געזען נסים אין די מלחמת ששת הימים, און אויך אין אנדערע מלחמות פון די מדינה, און ער האט געהאלטען אז מען דארף לויבן דעם אייבערשטען אויף אלע ניסים און אויף דעם וואס ער האט אונז געגעבן די מדינה אלץ א מקום מקלט ופליטה פאר ביאת המשיח.
אזוי אויך האט דער ליובאוויטשער רבי מקרב געווען אלע אידן כולל די ראשי הממשלה פון די מדינה, און זיי מחזק געווען צו היטן אויף די גבולות הארץ און אויף די אידן אין א״י וכו׳, אזוי אויך איז ער געווען גאר שטארק קעגן צוריקגעבן שטחים, אזוי אויך האט ער זיך נישט משתתף געווען אין די אלע פראטעסטען קעגן די מדינה מחמת זיינע טעמים, אזוי ארום האט זיך ארויסגעשטעלט א בילד כאילו ער איז א שטיקל ציוני און זיין חסידים קענען זיך מצרף זיין מיט די עקסטרעם רעכטע לאגער אין א״י, אבער למען האמת שטייט ער גאר ווייט פון ציונות, און ווען הרב אוריאל צימר האט ארויסגעגעבן זיין ספר
יהדות התורה והמדינה האט אים דער ליובאוויטשער רבי שפעטער געזאגט אז עס איז נישט גענוג שארף!
היי יאר ווען די מדינה האט געוואלט אז א די ליובאוויטשער שליח׳טע פון נפאל חני ליפשיץ זאל אנצינדען דעם ״משואה״ אויף יום העצמאות, האבן זי ליובאוויטשער דיינים צוריקגעהאלטען פון דעם ווי מען קען זען אין דעם בריוו דא אונטען.
ליובאוויטשער רבי מיט סאטמאר רב האבן זיך מכבד געווען און באזיכט איינער די אנדערע, און האבן פארשטאנען אז זיי האבן אנדערע וועגן אבער אז ביידע זענען קעגן ציוניזם.
@קאמפאט: עס וואלט נישט געשאדט אויב די לייגסט צו כאטש דעם טיטול ״רבי״ פאר הרב ש״י זווין מיט ר׳ איטשע מאיר, דער שינאווע רב שרייבט אין אבות אויף די משנה ״אל תהי בז לכל אדם״, אז אפי׳ א מענטש האט חסרונות, זאלסט נישט מבטל זיין דעם ״גאנצען״ מענטש.