בלאט 2 פון 2
נשלח: מאנטאג יוני 29, 2020 8:12 pm
דורך berlbalaguleh
גרינער זונטאג: דו רעדסט וויפיהל ס'דארף קאסטן שכר לימוד. אדער וויפיהל מ'טשארדזש'ט...?
אויב מ'טשארדזשט נאר $75.00 א חודש שכר לימוד (וואס איך גלייב קוים) פער קינד, דארף מען יא זעהן צו באצאללן אין צייט. ווייל אויב נישט איז עס קרוב צו א פשיעות.נאר כ'האב מורא אז מ'רעכנט שוין אריין אין די עקספענסעס די נייע קיטשן וואס די מענטשן פון די הנהלה האבן געלאזט בויען אין זייער הויז...!
נשלח: דינסטאג יוני 30, 2020 12:21 am
דורך שמעון וואלף
קורקלענד האט געשריבן:שמעון וואלף האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:ריעל פעיק ניוז: סאטמאר האט ב"ה אייגענע יונגעלייט וועלכע קענען נעמען קעיר פונ'ם מצב. זיי דארפן זיך נאר אנצינדן. ווען די קארופשן און די מעשים תעתועים פון די וועלכע זיצן ביי די שיסל גייט אריבער א יעדע מאס פון די מטרה פון דעם צדיק דער מייסד המוסדות. וואס אין זיינע צייטן ווען א איד האט נישט געהאט קיין געלט צו צאלן שכר לימוד האט ער געהייסן אז מ'זאלל אריינלאזן די קינדער. און ווען דער טאטע האט געהאט א ביסל געלט. דאמאלס האט מען גענומען ביי איהם שכר לימוד. און אין יענע צייטן איז נאכנישט געווען קיין רעגירונגס פראגראמען...!
איך בין נישט באקאנט בענין קאראפשען ומעשי תעתועים פון וואס זיצן ביים שטיסל, קען זיין יא קען זיין נישט. אבער דיין צושטעל צו אמאל איז נישט ריכטיג. היינט זענען דא אסאך אירע וואס עפארדן זיך א שווענדערישע לייפסטייל אבער ווען ס'קומט צו שכר לימוד שרייט מען אין לי. און נישט נאר דאס נאר ווען מ'שיקט א ביל פארלאנגענדיג די שכר לימוד, מאכט מען זיך מיטאמאל וויסענדיג. איינער וואס לעבט טאקע ארעם און קומט זיך בעטן מ'זאל נאכלאזן די שכר לימוד ווייל ער קומט נישט אויס מיט די געלט, וועט מען גיבן אן הנחה. אבער ס'זענען דא אנדערע וואס פארשטייען נישט קיין אנדערע שפראך.
זיי דארפן לערנען מער מענטשליכקייט מיט די קינדער ווען מ'איז נאך אינג אז ווען זיי ווערן עלטער זאלן זיי פארשטיין וויאזוי זיך אויפצופירן, ווייל אז נישט דער זעהט מען זיך אין אזא מצב.
קען זיין אז זיי האבן א רייסערישע לעבנס מאדע מיט פילע לוקסוס, אבער קיין דאלער צו זייער נאמען האבן זיי נישט. אבער אין שווערע חובות זענען זיי טיעף דערטרונקען. איך פארשטיי אז איר וועט שרייען אז אויב קען ער טרעפן א וועג ארום צו ראָללען מיט א עסקעלעד דארף ער אויך קענען טרעפן א וועג צו באצאלן שכר לימוד. למעשה אבער איז ער א בעל חוב און קען נישט באצאלן די קאר אויך נישט. ס'זענען דא זייער ווינציג וואס האבן באמת געלט און צאלן גארנישט.
איך בין א פלייסיגע ארבעטער, איך האב ב"ה פרנסה און קען דעקן מיינע עקספענסעס נאר ווייל איך לעב אויסגערעכענט. איך האב נישט קיין לעדערנע סיטס און מיין קאר, איך האב נישט שירה ביי מיינע שמחות, איך גיי קויפן אין בינגא, איך פאר נישט קיין ליזענסק, קערעסטיר, ר' שמעון, ראדאשיץ אדער ווילעדניק. טאמער דער מיטן עסקעלעיט איז פטור פון באצאלן ווייל ער איז א בעל חוב וועלן פילע אנדערע עלטערן אין מיין מצב אויך נישט וועלן צאלן, און מיט רעכט. וועט די מוסד קענען אזוי אנגיין?
נשלח: דינסטאג יוני 30, 2020 12:55 am
דורך שמעקעדיג
berlbalaguleh האט געשריבן:המלוכה והממשלה: אויב, כדבריך, א ראציגער יונגערמאן וואס האט א ווייב א קלאפטע ווייל די מחותנים שטימען טרייסט זיך א ביסל מיט זיין עסקעלעיד, דארף טאקע די ת"ת דאס נישט סובסידירן. אמת ער איז א רחמנות. אבער דאמאלס זאלל ער גיין צו מערידזש קאונסעלינג. אדער, בלית ברירה זיך גט'ן. מ'רעדט פון א מענטש וואס ס'איז כלו כל הקונצן. רענט מוז ער באצאלן. יוטיליטיעס מוז ער באצאללן. מעג דער מוסד וואו ער באלאנגט. און איז מסתמא דארט אויפגעוואקסן, איהם געבן א שטיקל הנחה. מ'מוז נישט גיין מיט איהם בכל חומר הדין. דאס אלעס...!
ר' בערל, מערידזש קאונסלינג קאסט היינט מער ווי א עסקעלעיד און א באגעבו....
נשלח: דינסטאג יוני 30, 2020 1:08 am
דורך קורקלענד
שמעון וואָלף. איך וויל נישט אריינגיין אין די גאנצע נושא מפני כמה טעמים. אבער איך האב בעיקר זיך באצויגן אויף די לשון וואס איר האט זיי מגדיר געווען. איר האט געניצט די ווארט 'עפארדען'. די אמת איז אבער אז ניין זיי עפארדען נישט די קאר, נישט די קאנטרי, און נישט די שכר לימוד.
Re: דער אומדערהערטער ווייגעשריי פון הונדערטער חסידי סאטמאר ו
נשלח: דינסטאג יוני 30, 2020 5:30 am
דורך פאליטיקאנט
green sunday האט געשריבן:For 2016שמועסענדיג מיט א חבר זאגט ער מיר אז די הנהלה האט געשריבן אז זייער בודזעט איז $52M
און ביי די דינערס שרייבן זיי אז עס איז דא קע"ה 11,000 קינדער אין די מוסד,
יעצט $52,000,000
מיינוס וואס די ישיבה באקומט פון די גאווערמענט
Total of $42,537,098בלייבט איבער $10,000,000
יעצט
$10,000,000 מיליאן
דיוויידעד צווישן ÷11,000 קינדער,
קומט אויס =$909.10 פער קינד א יאר!
דיוויידעד אין ÷12 חדשים,
קומט עס אויס =$75.75 א חודש!!!!
די שכר לימוד פער קינד איקלודעד, טראנספארטאציע, קרן הבנין, דינער געלט, רעגיסטראציע פי, איז נישט מער ווי $75 דאללאר א חודש!!!!
נישט קיין 5-6 הונדערט אדער אפי' $225 , אפי' נישט קיין "כולל פרייז" פון $130
נאר א נישטיגע $75!!!
שומו שמים וואס דא טוט זיך אָפּ!
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=3&t=34430&p=1514044#p1514044
איינער קען מסביר זיין די אפיציעלע שטעלונג פון די מנהיגי המוסדות?
וויאזוי פארענטפערן זיי דאס?
(איז די נאמבערס פשוט נישט ריכטיג?)
נשלח: דינסטאג יוני 30, 2020 9:08 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך מיין דער קעפל פון די אשכול וואלט געמעגט זיין 'לאז יעדער פריעקין סאטמאר קינד אריין!'
איך מיין דאס איז א שטיק קולטשור
נשלח: דינסטאג יוני 30, 2020 9:09 am
דורך [NAMELESS]
שמעון וואלף האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:ריעל פעיק ניוז: סאטמאר האט ב"ה אייגענע יונגעלייט וועלכע קענען נעמען קעיר פונ'ם מצב. זיי דארפן זיך נאר אנצינדן. ווען די קארופשן און די מעשים תעתועים פון די וועלכע זיצן ביי די שיסל גייט אריבער א יעדע מאס פון די מטרה פון דעם צדיק דער מייסד המוסדות. וואס אין זיינע צייטן ווען א איד האט נישט געהאט קיין געלט צו צאלן שכר לימוד האט ער געהייסן אז מ'זאלל אריינלאזן די קינדער. און ווען דער טאטע האט געהאט א ביסל געלט. דאמאלס האט מען גענומען ביי איהם שכר לימוד. און אין יענע צייטן איז נאכנישט געווען קיין רעגירונגס פראגראמען...!
איך בין נישט באקאנט בענין קאראפשען ומעשי תעתועים פון וואס זיצן ביים שטיסל, קען זיין יא קען זיין נישט. אבער דיין צושטעל צו אמאל איז נישט ריכטיג. היינט זענען דא אסאך אירע וואס עפארדן זיך א שווענדערישע לייפסטייל אבער ווען ס'קומט צו שכר לימוד שרייט מען אין לי. און נישט נאר דאס נאר ווען מ'שיקט א ביל פארלאנגענדיג די שכר לימוד, מאכט מען זיך מיטאמאל וויסענדיג. איינער וואס לעבט טאקע ארעם און קומט זיך בעטן מ'זאל נאכלאזן די שכר לימוד ווייל ער קומט נישט אויס מיט די געלט, וועט מען גיבן אן הנחה. אבער ס'זענען דא אנדערע וואס פארשטייען נישט קיין אנדערע שפראך.
זיי דארפן לערנען מער מענטשליכקייט מיט די קינדער ווען מ'איז נאך אינג אז ווען זיי ווערן עלטער זאלן זיי פארשטיין וויאזוי זיך אויפצופירן, ווייל אז נישט דער זעהט מען זיך אין אזא מצב.
איך גלייב אויב וואלסט געווען באקאנט ווער סאיז דער יוד וואס איז געשטעלט צי געבן הנחת, וואלסטי נישט געשריבן די תגובה, א ספעציעלער שלעכטע מענטש וואס האט א תאווה צי פארשעמען אנדערע יודן ווען סקימט צי בעטן א הנחה,
נשלח: דינסטאג יוני 30, 2020 9:14 am
דורך [NAMELESS]
די מוסד פין וואס מרעדט דא, האט איצט ארויף געשטעלט אלע מלמדים אויף אנעפלוימענט פין June 15, דאס מיינט בו בזמן וואס זיי האבן געשטעלט די גארדס האב זיי ניטמאל באצאלט פעיראל!!
נשלח: דינסטאג יוני 30, 2020 9:28 am
דורך מפיל קינד
berlbalaguleh האט געשריבן:גרינער זונטאג: דו רעדסט וויפיהל ס'דארף קאסטן שכר לימוד. אדער וויפיהל מ'טשארדזש'ט...?
אויב מ'טשארדזשט נאר $75.00 א חודש שכר לימוד (וואס איך גלייב קוים) פער קינד, דארף מען יא זעהן צו באצאללן אין צייט. ווייל אויב נישט איז עס קרוב צו א פשיעות.נאר כ'האב מורא אז מ'רעכנט שוין אריין אין די עקספענסעס די נייע קיטשן וואס די מענטשן פון די הנהלה האבן געלאזט בויען אין זייער הויז...!
די פרייז איז נישט 75, אבער אין אלגעמיין האט דער מוסד גראדע די ביליגסטע שכר לימוד פון אלע מוסדות. איך צאל ארום 450 פער קינד, בשעת זיי בעטן ארום 200 א חודש.
נשלח: דינסטאג יוני 30, 2020 9:34 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
green sunday האט געשריבן:For 2016שמועסענדיג מיט א חבר זאגט ער מיר אז די הנהלה האט געשריבן אז זייער בודזעט איז $52M
און ביי די דינערס שרייבן זיי אז עס איז דא קע"ה 11,000 קינדער אין די מוסד,
יעצט $52,000,000
מיינוס וואס די ישיבה באקומט פון די גאווערמענט
Total of $42,537,098בלייבט איבער $10,000,000
יעצט
$10,000,000 מיליאן
דיוויידעד צווישן ÷11,000 קינדער,
קומט אויס =$909.10 פער קינד א יאר!
דיוויידעד אין ÷12 חדשים,
קומט עס אויס =$75.75 א חודש!!!!
די שכר לימוד פער קינד איקלודעד, טראנספארטאציע, קרן הבנין, דינער געלט, רעגיסטראציע פי, איז נישט מער ווי $75 דאללאר א חודש!!!!
נישט קיין 5-6 הונדערט אדער אפי' $225 , אפי' נישט קיין "כולל פרייז" פון $130
נאר א נישטיגע $75!!!
שומו שמים וואס דא טוט זיך אָפּ!
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=3&t=34430&p=1514044#p1514044
מיין קאלקיולעטאר זאגט מיר אז
$52M - $42537098
מאכט
$9,462,902
ווען דאס ווערט דיוויידעד ביי די עלעף טויזענט קינדער מאכט עס
$860.26
שכר לימוד פאר א גאנצע יאר
איינגעטיילט אין צוועלף מאכט עס
$71.69
שכ"ל פער חודש
נשלח: דינסטאג יוני 30, 2020 8:07 pm
דורך יודישע שרייבער
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:green sunday האט געשריבן:For 2016שמועסענדיג מיט א חבר זאגט ער מיר אז די הנהלה האט געשריבן אז זייער בודזעט איז $52M
און ביי די דינערס שרייבן זיי אז עס איז דא קע"ה 11,000 קינדער אין די מוסד,
יעצט $52,000,000
מיינוס וואס די ישיבה באקומט פון די גאווערמענט
Total of $42,537,098בלייבט איבער $10,000,000
יעצט
$10,000,000 מיליאן
דיוויידעד צווישן ÷11,000 קינדער,
קומט אויס =$909.10 פער קינד א יאר!
דיוויידעד אין ÷12 חדשים,
קומט עס אויס =$75.75 א חודש!!!!
די שכר לימוד פער קינד איקלודעד, טראנספארטאציע, קרן הבנין, דינער געלט, רעגיסטראציע פי, איז נישט מער ווי $75 דאללאר א חודש!!!!
נישט קיין 5-6 הונדערט אדער אפי' $225 , אפי' נישט קיין "כולל פרייז" פון $130
נאר א נישטיגע $75!!!
שומו שמים וואס דא טוט זיך אָפּ!
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=3&t=34430&p=1514044#p1514044
מיין קאלקיולעטאר זאגט מיר אז
$52M - $42537098
מאכט
$9,462,902
ווען דאס ווערט דיוויידעד ביי די עלעף טויזענט קינדער מאכט עס
$860.26
שכר לימוד פאר א גאנצע יאר
איינגעטיילט אין צוועלף מאכט עס
$71.69
שכ"ל פער חודש
[tag]ליטוואק פון בודאפעסט[/tag] דו האסט נישט אריינגערעכנט וויפיל עס קאסט א מסע הקודש, א פלאטע פון בערך 20 יוקאנס און סאמבערבענס (פארשטייט זיך די טייערסטע, און אויסגעשטאטעט מיט די לעמפעלעך און טויב מאכער סיירינס), גרויסע הייזער אין הארץ פון וויליאמסבורג פאר אלע וואס זיצן ביים שיסל וכו' וכו'
נשלח: דינסטאג יוני 30, 2020 10:30 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:המלוכה והממשלה: אויב, כדבריך, א ראציגער יונגערמאן וואס האט א ווייב א קלאפטע ווייל די מחותנים שטימען טרייסט זיך א ביסל מיט זיין עסקעלעיד, דארף טאקע די ת"ת דאס נישט סובסידירן. אמת ער איז א רחמנות. אבער דאמאלס זאלל ער גיין צו מערידזש קאונסעלינג. אדער, בלית ברירה זיך גט'ן. מ'רעדט פון א מענטש וואס ס'איז כלו כל הקונצן. רענט מוז ער באצאלן. יוטיליטיעס מוז ער באצאללן. מעג דער מוסד וואו ער באלאנגט. און איז מסתמא דארט אויפגעוואקסן, איהם געבן א שטיקל הנחה. מ'מוז נישט גיין מיט איהם בכל חומר הדין. דאס אלעס...!
ר' בערל, מערידזש קאונסלינג קאסט היינט מער ווי א עסקעלעיד און א באגעבו....
שמעקעדיג: מיין נקודה איז, אז דער מוסד. אין דעם פאל די תלמוד תורה איז נישט קיין סאושל עידזשענסי. און אויב ער קען טרעפן אין זיין בודזשעט דאס געלט צו באצאלן שכר לימוד פאר זיינע קינדער, איז נישטא קיין שום זייטיגער תירוץ אז ער זאל נישט צאלן...!
נשלח: מיטוואך יולי 01, 2020 8:36 am
דורך [NAMELESS]
.
Re: דער אומדערהערטער ווייגעשריי פון הונדערטער חסידי סאטמאר ו
נשלח: מיטוואך יולי 01, 2020 9:26 am
דורך אונטער חכם
ווער זענען די צוויי מענטשן?
נשלח: מיטוואך יולי 01, 2020 12:03 pm
דורך מפיל קינד
גוט צו וויסן אז אודווארי האט א מקוה...