בלאט 2 פון 3

נשלח: מאנטאג יוני 29, 2020 2:02 pm
דורך קאך_לעפל
קל וחומר האט געשריבן:
קאך_לעפל האט געשריבן:וואס מיינט א מאווי?
א געוויסע קריכעדיגע באשעפעניש מיט ציינער אויפן קאפ.


אה... שכוח.

נשלח: מאנטאג יוני 29, 2020 2:03 pm
דורך berlbalaguleh
קאצקע ציקער האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:שפילער: ייש"כ פאר די עצה. איך וועלל עס נעמען אין באטראכט. אבער איך האב ליעב קאווע שטיבל. (נאר קאווע שטיבל האט מיך נישט אזוי שטארק ליעב צוריק.)

טייערער ר'בערל פארוואס אין די וועלט האט איר אזא
Chip on your shoulder? וואס גייט פאר איך זעה נאר פארקערט אז איר זענט גאר באליבט אין שטיבל און מען באלייקט אייך אויך אבער איר קימט ציריק נאכאמאל און נאכאמאל אז מען וויל דיר נישט דא וואס גייט פאר רעביניו?

קאצקע ציקער: ייש"כ פאר פרעגן. און פאר ד'י ווארימע דברי חיזוק. נאר ס'זענען פארהאן געוויסע חשוב'ע ניקס וואס האבן אין זיך אראגאנץ.

איך האב לעצטנס געפרעגט פון איינעם אזא גאר חשוב'ן ניק א פראגע איבער דעם סאבדזשעקט וואס ער האט געשריבן. ער האט מיך אינגאנצן איגנארירט. און ארויפגעפארן אויף מיין תגובה כאילו לא היה. האביך איבערגעפרעגט. אודך כי עניתני. די זעלבע זאך. איך האב געפרעגט א לעגיטימע פראגע אין דעם ענין וואס ער האט געשריבן. זאלל ער כאטש האבן די ארנטליכקייט צו ענטפערן. ער מוז נישט מסכים זיין מיט מיר. אבער נישט ארויפפארן אויף מיין פאוסט כאילו לא היה...! און זיין חבר/שותף בדומה לו האט איינגעריסן דעם הימל כאילו איך בין דא באגאנגען די גרעסטע עבירה אין די וועלט. און אז ער איז דער איידלסטער,קלוגסטער און מערסט געלערנטער פארשוין אויפ'ן פלאנעט. און איך האב געהאט די חוצפה איהם צו באליידיגן. און ער אליינס איז אויך פון די וועלכע איגנארירן ווען איך זאג עפעס...דאס קומט נאר פון אראגאנץ. פון לייקס רעד איך שוין נישט...! אן אנשטענדיגער מענטש איגנארירט נישט. ער ענטפערט. איין וועג אדער אן אנדער'ן וועג. און דאס טוט מיר וויי...!

נשלח: מאנטאג יוני 29, 2020 5:22 pm
דורך מנחם ציון
berlbalaguleh האט געשריבן:
וואו איז נחמה'לע געשלאפן יענע נאכט. און וואס איז געווארן מיט איטקע דעם שלאסער'ס טאכטער וועלל איך בלי"נ פארציילן אין דעם אשכול וואס איך האב אויפגעמאכט...ועוד חזון למועד...!



בערעלע ווי איז "דער" אשכול וואס די האסט אויפגעמאכט?

אגב א שטיק צייט צוריק האב איך פרובירט צו אפיר זיכן גראדע'ס ביכער ווי צמח אטלס און נאך והעליתי חרס

קען מיר איינער צו ווייזן ווי איך קען זיי האבן בחנם צו "דאון לאודן"?

נשלח: מאנטאג יוני 29, 2020 8:54 pm
דורך berlbalaguleh
מנחם ציון: איך מיין אז דער ייוו"א אינסטיטוט האט געפאבלישט זיינע ביכער. איך האב אין מיין באזיץ נאר 2 פון זיינע ביכער.: דער שטומער מנין. און לייבע לייזער'ס הויף...! געליינט האב איך א דריטן בוך פון חיים גראדע מיט'ן נאמען...ר' נחומ'ל דער מלווה. אלע זיינע ווערק זענען מתוק מדבש. ווען דו ליינסט עס, מיינסטו אז דו שטייסט דארט וואו די מעשה איז געשעהן. און דו לעבסט דאס מיט...!

איך גיי עס בלי"נ אויפזוכן...!

Re: געדענק נישט ווי אזוי א מאווי הייסט

נשלח: מאנטאג יוני 29, 2020 9:02 pm
דורך חוקר ודורש
נא כרם זית עפעס קליגער געווארן?

נשלח: מאנטאג יוני 29, 2020 10:08 pm
דורך כרם זית
חוקר ודורש האט געשריבן:נא כרם זית עפעס קליגער געווארן?

ליידער נישט און א גרויסע יישר כח פאר דיר, און פאר אלע וועלכע העלפן ארויס מיט די זוך אקציע.
#מדארף טון און נישט אויפטון

נשלח: מאנטאג יוני 29, 2020 10:51 pm
דורך mevakesh
איך האב גאר א שטארקע חשש אז דער כרם זית האט קיינמאל געזעהן אזא מאווי ווייל עס עקזיסטירט נישט. נאר ער וויל דער עולם דא זאל זיך באקענען מיט די יפת אלוקים ליפת אנשטאט די אהלי שם נאכדערצו ווען מיט חם'ס בלעק לייוז מעטערס וויל די עולם זיכער נישט אנקערן

Re: געדענק נישט ווי אזוי א מאווי הייסט

נשלח: מאנטאג יוני 29, 2020 10:55 pm
דורך חוקר ודורש
איך האב נעכטען געזוכט איבער א שעה, איך האפ ער מיינט עס ערענסט..

נשלח: דינסטאג יוני 30, 2020 4:07 am
דורך שמעקעדיג
מען ברויך טראכטן אריינצוברענגען די קאמענד צענטער פון שומרים כדי ארויסצוהעלפן מיט די זוך אקציע.

נשלח: דינסטאג יוני 30, 2020 8:02 am
דורך אישתישבי
חוקר ודורש האט געשריבן:איך האב נעכטען געזוכט איבער א שעה, איך האפ ער מיינט עס ערענסט..


יגעתי ולאַ מצאתי אל תאמין

נשלח: דינסטאג יוני 30, 2020 10:05 am
דורך כרם זית
mevakesh האט געשריבן:איך האב גאר א שטארקע חשש אז דער כרם זית האט קיינמאל געזעהן אזא מאווי ווייל עס עקזיסטירט נישט. נאר ער וויל דער עולם דא זאל זיך באקענען מיט די יפת אלוקים ליפת אנשטאט די אהלי שם נאכדערצו ווען מיט חם'ס בלעק לייוז מעטערס וויל די עולם זיכער נישט אנקערן

ח''ו איך וואלט קיינמאל נישט אריינגענערט די עולם. און איך האב ח''ו נישט קיין כונה מיפה צו זיין די בתי טרטראות איבער להבדיל בתי מדרשים.

נשלח: דינסטאג יוני 30, 2020 10:20 am
דורך כרם זית
אישתישבי האט געשריבן:
חוקר ודורש האט געשריבן:איך האב נעכטען געזוכט איבער א שעה, איך האפ ער מיינט עס ערענסט..


יגעתי ולאַ מצאתי אל תאמין

הני מילי בדברי תורה, אבל במילי דעלמא לית לן בה.

נשלח: דינסטאג יוני 30, 2020 10:56 am
דורך כלבאשבוע
כרם,

קענסט אנגעבן צו סאיז געווען א געהעריגע פילם אדער א חלק פון א סעריע

אויך ווי אלט אדער ניי, בערך וועלכע יאר סאיז ארויסגעקומען

נשלח: דינסטאג יוני 30, 2020 1:01 pm
דורך כוכב
איך האב שוין אויך געשפענדעט א שיין ביסל צייט צו זוכן והעלה חרס בידי.

אפשר קענסטו אויסשמועסן נאך עקרי פרטים פון די פלאט? אדער אפשר זאגסטו וויאזוי די אקטיארן האבן כאטש אויסגעזען...

נשלח: דינסטאג יוני 30, 2020 2:28 pm
דורך אישתישבי
פין דעם אז זיי האט געגוגעלט די נעמען מוז זיין אז עס איז נישט צו אלט.

נשלח: דינסטאג יוני 30, 2020 2:32 pm
דורך כרם זית
כלבאשבוע האט געשריבן:כרם,

קענסט אנגעבן צו סאיז געווען א געהעריגע פילם אדער א חלק פון א סעריע

אויך ווי אלט אדער ניי, בערך וועלכע יאר סאיז ארויסגעקומען

עס איז געווען א פילם, זעט נישט אויס צו זען צו ניי, אבער אלט אויך נישט.
כוכב האט געשריבן:איך האב שוין אויך געשפענדעט א שיין ביסל צייט צו זוכן והעלה חרס בידי.

אפשר קענסטו אויסשמועסן נאך עקרי פרטים פון די פלאט? אדער אפשר זאגסטו וויאזוי די אקטיארן האבן כאטש אויסגעזען...

קודם יישר כח. עס איז ממש א ק''ה צו זען ווי אידן העלפן זיך ארויס.
איך קען נאר צולייגן א חלק וואס כהאב נאך נישט געשריבן:
די מאמע איז געגאנגן צו די שטעטל וואו די פייער וואס האט פארברענט די קינדער האט פאסירט. זי איז געגאנגן צו זייער קברים און געוואר געווארן פון דער שומר הביה''ק אז עס איז געווען אן אנשורנס שפיצל וואס האט זיך נישט גוט גענדיגט. זי איז געגאנגן צום הויז פון דער צינדער און אים ציניש געזאגט ''א גריס פון'' - אויסרעכנדיג אלע נעמען פון די טויטע קינדער. ע''כ האב איך געזען.

נשלח: דינסטאג יוני 30, 2020 2:45 pm
דורך קאצקע ציקער
אויב דו קענסט שרייב אביסל אראפ אין ענגליש די מעשה אזוי וועט זיין גרינגער צו זיכן אין גוגל

נשלח: דינסטאג יוני 30, 2020 4:15 pm
דורך פארווע חסיד
Unfaithful ???

נשלח: דינסטאג יוני 30, 2020 5:55 pm
דורך כרם זית
פארווע חסיד האט געשריבן:Unfaithful ???

ניין.

נשלח: דינסטאג יוני 30, 2020 6:31 pm
דורך כלבאשבוע
כרם,

אפשר איז עס איינע פון די מאוויס

The Hawk
Deceived
The Stranglers Wife

The Stranger Besides Me
The Next Three Days
Sleeping With The Enemy
My Husband’s Double Life
His Double Life

נשלח: דינסטאג יוני 30, 2020 6:44 pm
דורך גבור חיל
כרם זית האט געשריבן:ח''ו איך וואלט קיינמאל נישט אריינגענערט די עולם. און איך האב ח''ו נישט קיין כונה מיפה צו זיין די בתי טרטראות איבער להבדיל בתי מדרשים.


איך ווייס נישט וואס אייערע כוונת אדער מאטיוון זענען, אבער פארוואס איך טראכט בקט שכלי אז אזא מאווי איז נישט פארהאנען איז צילוב די פאלגענדע,

איך האב סיי איבערגעטייטשט אין ענגליש און סיי אריינגעזאגט אין http://www.whatismymovie.com אייער אנגעבליכע מעשה, און קיין געוואונטשענע רעזולטאטן זענען נישט געקומען, בשעת אלע אנדערע מאוויס וואס איך קען וואס כהאב געשילדערט פארן סערטש באר אין געהאלבעטע ווערטער האט ער גאר פיין צוגעטראפן....

און בנוגע דאס פארשווינדן ווערן פון יאטאב איז אזוי, אויב די מאווי פארלעצט די קאפירייט געזעצן ווערט עס אראפ גענומען אין אונטער פיר און צוואנציג שטונדען פון ווען עס איז ארויף געלייגט געווארן, די עצה איז אדער עס צו לייסענסען געהעריג און רעגעסטרירן אונטער דעם בעל בית דערפון וואס דעמאלטס קענען זיי עס נישט אראפ נעמען, אדער מאכט מען עס א טראפעלע שטייטער ממילא מעטשט עס נישט די ארגינעלע וואס זיי האבן אין זייער דעטא בעיס, וגם אני בחלומי האב געמאכט אזא עקספיריענס מיט אינסטעגרעם ווען כהאב ארויף געשטעלט צוויי ווידיאוס פון 30 סעקונדעס מיט פאפולערע ניגונים, (כדי צו ווערן קאפירייטעד אויף אינסטע ברויך עס זיין לענגער פון 29 צעקונדען) און סאיז גלייך אראפ, דערנאך האב איך געלייגט סזעלבע צוויי ווידיאוס נאר געמאכט די אוידיאו אויף 0.9 און עס איז דארט געבליבן.

און קיין נייע מאווי איז עס אויך נישט ווייל כהאב דורך געקוקט די נייע ריליסעד מאוויס פונעם לעצטען חודש.

איז אויב איז עס נישט קיין נייע מאווי וואס איינער האט לעצטענס אפלאודעד און סאיז גלייך אראפ געפלויגן איז נישטא קיין שום סיבה זיי זאלן עס אראפ שטעלן סתם אזוי, און אפילו אויב יא וואלסטו עס געדארפט טרעפן אינעם געוועב ארכיוו https://web.archive.org/ ווי אלעס גייט ארויף אין עטליכע טעג.

האביך צוויי לימוד זכותים, איינס אז איינער האט פאר א געוויסע סיבה אפגעמאכט ארויף צו לייגן א אלטע מאווי און סאיז טאקע געפלויגן ביז פיר און צוואנציג שטונדען, אבער סאיז מאדנע.
אדער האסטו עס געקוקט ערגעץ אנדערש ווי....

אזוי צו אזוי האפיך אז ביסט נישט געוועזן סתם א מחבל כרמ'ל השם....

אבער קען אייביג זיין אנדערש, סאו ווייס מיר נישט פונקטליך, אבער זהו השני פרוטות שלי...

נשלח: דינסטאג יוני 30, 2020 6:52 pm
דורך כרם זית
כלבאשבוע האט געשריבן:כרם,

אפשר איז עס איינע פון די מאוויס

The Hawk
Deceived
The Stranglers Wife

The Stranger Besides Me
The Next Three Days
Sleeping With The Enemy
My Husband’s Double Life
His Double Life

ניין, ניין, ניין, ניין, ניין, ניין, ניין, ניין.
א כפול שמונה'דיגע ניין.
#מדארף טון נישט אויפטון
#אין שום יואש

נשלח: דינסטאג יוני 30, 2020 6:56 pm
דורך מהיכי תיתי
בדרך כלל בין איך נישט קיין גרויסע מאווי וואטשער. אבער דער זית'ל רייצט מיר אונטער...