בלאט 2 פון 20

Re: קאמענטארן

נשלח: מאנטאג מערץ 12, 2012 9:44 pm
דורך זר זהב
וואזוי ארבעטן די זייגערס דא ? ס'הערשט א צעמישעניש ביי די תגובות, כ'קען נישט מיטהאלטן וואו ס'דא א פרישע פאוסט ווייל די צייט איז זייער דיפפרענט פון איינעם צום צווייטן. פארשטייט איינער מאן ("מיין" בלע"ז) פראבלעם ?

Re: קאמענטארן

נשלח: מאנטאג מערץ 12, 2012 10:11 pm
דורך באריסטא
איך זע נישט אז עס זאל זיין א פראבלעם מיט דעם זייגער. בסך הכל איז אלעס א שעה צוריקגעבליבן, ווייל דער זייגער האט זיך נישט געריקט אויטאמאטיש פארגאנגענעם מוצ"ש.

Re: קאמענטארן

נשלח: מאנטאג מערץ 12, 2012 10:18 pm
דורך זר זהב
אקעי ישר כח פארן פארשטיין געבן.

Re: קאמענטארן

נשלח: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:14 pm
דורך Java
אךשמח האט געשריבן:איצט עטליכע הגהות אויף דעם פורום בכלליות.

אויפן דף הראשי זע איך אט דאס:

ווייז אשכולות אן קיינע רעאקציעס • ווייז הודעות וועלכע זענען נאך נישט געלייענט געווארן • ווייז נייע הודעות • זע אקטיווע אשכולות

אויב קען מען דאס פארקערצערן וואס געווען א גוטע זאך, ווייל עס איז זייער לאנג און פעלט נישט אויס.
געטון.

"ווייז אשכולות אן קיינע רעאקציעס" קען געטוישט ווערן צו "אומגעענטפערטע אשכולות" אדער אוועקנעמען דעם "ווייז".
געטון.

"ווייז הודעות וועלכע זענען נאך נישט געלייענט געווארן" קען מען טוישן צו "אומגעליינטע אשכולות".
געטון.

"ווייז נייע הודעות" קען מען אראפנעמען דעם "ווייז".
געטון.

"זע אקטיווע אשכולות" וואס פעלט אויס דעם "זע"?
געטון.

ביי די אשכולות ווערט שנעל א נייער דף, דער צענטער תגובה ווערט שוין א צווייטע דף, עס דארף פארלענגערט ווערן.
געטון. (25 פער בלאט.)

Re: קאמענטארן

נשלח: מוצ"ש מערץ 17, 2012 9:42 pm
דורך קול גדול
צופעליג בין איך אנגעקומען צו דעם פארום, און ס'איז מיר גוט געווארן, שוין לאנג וואס איך האב געהאפט אז ענדליך וועט זיך עפענען א פארום אין אונזער מאמע לשון די אידישע שפראך וואס מיט דעם זענען מיר אויפגעוואקסן, און דער פארום וועט זען אן קיין צענזור ווי ס'הערשט אין אנדערע מקומות, וואס ווען מ'שרייבט נאר עפעס וואס ס'שמעקט איינעם נישט גלייך צעזורירט מען און מ'ווארפט יענעם ארויס.
איך האף אז דא וועט זיין א פרייהייט פון אויסדרוק וואס איז דאך אזוי וויכטיג אין די היינטיגע דעמאקראטישע וועלט, און איך וועל מיך דא טרעפן מיין ארט.

Re: קאמענטארן

נשלח: זונטאג מערץ 18, 2012 1:54 am
דורך אךשמח
א דאנק ר' זשאווא!! א פארגענוגען צו זען אז מען הערט אויס די ליינער.

און וועלקאם ר' קול גדול! לאמיר הערן וואס דיין גרויסער קול קען באווייזן!

Re: קאמענטארן

נשלח: זונטאג מערץ 18, 2012 2:47 pm
דורך באריסטא
קול גדול האט געשריבן:צופעליג בין איך אנגעקומען צו דעם פארום, און ס'איז מיר גוט געווארן, שוין לאנג וואס איך האב געהאפט אז ענדליך וועט זיך עפענען א פארום אין אונזער מאמע לשון די אידישע שפראך וואס מיט דעם זענען מיר אויפגעוואקסן, און דער פארום וועט זען אן קיין צענזור ווי ס'הערשט אין אנדערע מקומות, וואס ווען מ'שרייבט נאר עפעס וואס ס'שמעקט איינעם נישט גלייך צעזורירט מען און מ'ווארפט יענעם ארויס.
איך האף אז דא וועט זיין א פרייהייט פון אויסדרוק וואס איז דאך אזוי וויכטיג אין די היינטיגע דעמאקראטישע וועלט, און איך וועל מיך דא טרעפן מיין ארט.

איך האף אויך אז איר וועט הנאה האבן, און אויף אייער שפראך דערקענט זיך אז מיר וועלן קענען פון אייך א סך הנאה האבן. איך וויל נאר קאמענטירן אויף דעם ענין פון צענזור אז עס איז כדאי צו לייענען דעם "ווארט צו דעם נייעם מעמבער" וואס שמועסט אויס דעם ענין. אויב איר האט סיי וועלכע פראגעס, שפיר זיך באקוועם מיר צו פרעגן אין אישית, אדער איינער פון די אנדערע מנהלים.

Re: קאמענטארן

נשלח: מאנטאג מערץ 19, 2012 12:50 pm
דורך הניק שלי
וואס איז פשט אז דער סימבאל אויף די זייט פון געוויסע אשכולות פליט ארויף און אראפ און אנדערע אשכולות געשעהט עס נישט? ס'מאכט מיר זייער נערוועז.

Re: קאמענטארן

נשלח: מאנטאג מערץ 19, 2012 12:58 pm
דורך באריסטא
דאס איז א צייכן אז די נושא איז ״ביזי״ און האט מערערע הודעות. אויב דער עולם וועט פארלאנגען וועלן מיר עס בל״נ טוישן.

Re: קאמענטארן

נשלח: מאנטאג מערץ 19, 2012 1:04 pm
דורך הניק שלי
פארוואס ביי אזוי ווייניג הודעות? מאך אז עס זאל זיך ערשט אנהייבן צו רוקן ביי - לאמיר זאגן - פינף טויזנט אדער צעהן טויזנטן הודעות.

Re: קאמענטארן

נשלח: מאנטאג מערץ 19, 2012 1:05 pm
דורך זר זהב
באריסטא האט געשריבן:דאס איז א צייכן אז די נושא איז ״ביזי״ און האט מערערע הודעות. אויב דער עולם וועט פארלאנגען וועלן מיר עס בל״נ טוישן.

איז עס אלעמאל אזוי ? איך זעה למשל ביים "מידיע ווינקעל" אפטיילונג ביי די אשכול "דער איד גייט א טריט ווייטער" איז שוין נישטא קיין נייע תגובה אנדערהאלבן וואך אבער דער סימבאל אין דער זייט פליט ארויף און אראפ.

Re: קאמענטארן

נשלח: מאנטאג מערץ 19, 2012 1:07 pm
דורך זר זהב
וואס מיינט הודעות ? מיינבט אפשר 'צפיות' ? 5000 קאממענטס איז טו מאטש.

Re: קאמענטארן

נשלח: מאנטאג מערץ 19, 2012 1:07 pm
דורך באריסטא
עס ווענדט זיך וויפיל הודעות די נושא האט, נישט ווי אפט מען רעאגירט דארטן.
עס איז יעצט אנגעשטעלט אויף דיפאלט - דאס הייסט אזוי קומט עס לכתחילה אנגעשטעלט. אבער, ווי געזאגט, אויב וועט זיין א פארלאנג וועלן מיר עס בל״נ טוישן.

Re: קאמענטארן

נשלח: מאנטאג מערץ 19, 2012 1:33 pm
דורך שמואל הלוי
ייש"כ פאר די מנהלים און אחראים פארן אויסהערן וואס מיר פשוט'ע מעמבערס האבן מעיר צו זיין.

אויב וואלט איך געמאגט צולייגן איין הערה'לע ביים אריינסיינען איז א בעסערע לשון עס זאל שטיין "אריינסיינען - ארויססיינען", און נישט "איינשרייבן - ארויסשרייבן", וייש"כ למפרע.

Re: קאמענטארן

נשלח: מאנטאג מערץ 19, 2012 1:46 pm
דורך באריסטא
שמואל הלוי האט געשריבן:ייש"כ פאר די מנהלים און אחראים פארן אויסהערן וואס מיר פשוט'ע מעמבערס האבן מעיר צו זיין.

אויב וואלט איך געמאגט צולייגן איין הערה'לע ביים אריינסיינען איז א בעסערע לשון עס זאל שטיין "אריינסיינען - ארויססיינען", און נישט "איינשרייבן - ארויסשרייבן", וייש"כ למפרע.

א פשוט׳ער מעמבער איז גארנישט ווייניגער ווי א פשוט׳ער מנהל...
אריינשרייבן און ארויסשרייבן איז א גוטע איבערטייטש פון ״סיין אין״ און ״סיין אוט״. אריינסיינען - ארויססיינען איז נישט אידישליך...

Re: קאמענטארן

נשלח: דאנערשטאג מערץ 22, 2012 11:18 pm
דורך אךשמח
אין פארשידענע אשכולות איז דא דער 'תגובה מהירה' קנעפל אין צוגאב צום געווענליכן 'שלח תגובה' קנעפל.

פארוואס איז עס נישט אין אלע אשכולות?

עס מאכט פיל גרינגער ווען מען וויל קענען צוריקבליקן אויף די פריערדיגע תגובות בעת מען שרייבט צו א הגה.

א דאנק.

Re: קאמענטארן

נשלח: פרייטאג מערץ 23, 2012 12:17 am
דורך קארלסבורג
באריסטא האט געשריבן:עס ווענדט זיך וויפיל הודעות די נושא האט, נישט ווי אפט מען רעאגירט דארטן.
עס איז יעצט אנגעשטעלט אויף דיפאלט - דאס הייסט אזוי קומט עס לכתחילה אנגעשטעלט. אבער, ווי געזאגט, אויב וועט זיין א פארלאנג וועלן מיר עס בל״נ טוישן.

אזוי ווי דאס שטיבל בליט ב"ה, און די אשכולות ווערן פילער און פילער ווערן מער און מער אשכולות "ריקעדיג" אין דער זייט, און עס מאכט נערוועז. איך שטעל מיך צו צו "הניק שלי" מיט א בקשה צו די מנהלים אז מ'זאל עס טוישן.

Re: קאמענטארן

נשלח: זונטאג מערץ 25, 2012 2:04 am
דורך Java

Re: הצעה: א "לייק" קנעפל

נשלח: זונטאג מערץ 25, 2012 12:58 pm
דורך לאדיך אפ
טאמבל סאס האט געשריבן:איך האלט פערזענליך אז ס'בעסטע און ווירקזאמסטע מיטל אז די מעמבערס זאלן האבן חשק צו שרייבן און תגובה'נען איז ווי פולע האבן שוין באטאנט און ערווענט אומצאליגע מאלן סיי דא. און סיי אין דאס אנדער קרעטשעמע. - א 'לייק' קנעפל. און די אורזאך איז א פשוט'ע. נעמליך יעדעס לייק פון סיי וועם אימער עס איז נאר גיט אומגעהויערע חיזוק און מוטיגונג פארן שרייבער.

גם אני מצטרף בקול רעש גדול.

Re: קאמענטארן

נשלח: זונטאג מערץ 25, 2012 1:05 pm
דורך Java
טאמבל סאס און לאדיך אפ - מיר ארבייטן העפטיג אויף דעם לייק קנעפל. עס איז דא פיל טעכנישע איינצעלהייטן וועלכע דארפן ווערן אויסגעארבייט, און היות אלע קאוועשטיבל איינגעשטעלטע ארבייטן אלץ וואלונטירן נעמט עס צייט ווי לאנג אלעס ווערט ערלעדיגט. מיר האפן אבער אז דער לייק קנעפל וועט זיין אפ ענד ראנינג בקרוב ממש אי"ה.

Re: קאמענטארן

נשלח: זונטאג מערץ 25, 2012 1:26 pm
דורך ידען
דאס איז נישט א לייק עמאטיקאן

:like

?

Re: קאמענטארן

נשלח: זונטאג מערץ 25, 2012 9:22 pm
דורך אברעמעל
וואס איז די Hide וואס איז צוגעקומען אינדרויסן פון די אשכול?

Re: קאמענטארן

נשלח: זונטאג מערץ 25, 2012 10:17 pm
דורך Java
אברעמעל האט געשריבן:וואס איז די Hide וואס איז צוגעקומען אינדרויסן פון די אשכול?

עס האט מיט די נייע לייק קנעפל וועלכע מיר האבן צוגעלייגט. מיר האפן דאס מסדר צו זיין ווי אמשנעלסטן.