ממהרים לבא - מאכן שבת פרי

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:דער תרומת הדשן שרייבט דאך שוין וואס מ'פלעגט טון...

בכלל ווייסן מיר דאך אז ביי חסידים האט מען נישט מקפיד געווען אויף חדש...


פאר זיך נישט. פאר יענעם יא.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

דאכציך אז אין אבן שתיה ווערט געברענגט אז דער תורת חיים פון קאסוב פלעגט מאכן זייער פרי שבת, עד כדי כך אז מ'האט געזאגט אז די זון האט אריין געשיינט אין בעכער ביי קידוש. נאך עפעס דערציילט מען אז נאכען טיש פלעג די תו"ח זיך גיין צולייגן, און ער איז אויפגעשטאנען כדי צו קענען איבערליינען קרי"ש של ערבית נאכן זמן.

חוץ אויב ער האט זיך נוהג געווען ווי אונזער [tag]ליטוואק פון בודאפעסט[/tag] און געמאכט קידוש פאר כגוונא, וואס ליבי אומר לי אז די פלאם פון אזא צדיק האט עם נישט ערלויבט צו מפסיק זיין די דאווענען, דארף מען זעהן ווי אזוי אזא מעשה לייגט זיך אויפ'ן שכל. איז דען מציאות'דיג, צו זאגן מזמור שיר ליום השבת, ממשיך זיין מיט א חסידישען מעריב, ווינטשען גוט שבת פאר'ן ציבור בצהלת פנים, זינגען זמירות, די זון זאל אריינשיינן אין בעכער, עסען א סעודה, איינשלאפן פאר צאת, אן האבן מקבל שבת געווען פאר די פלג?

נאך אנאליזן די פיסיקס פון קאסוב אינדערהיים, שטעלט זיך אויס אז ער האט מקבל שבת געווען נאכ'ן פלג. די בית המדרש אין קאסוב האט דאך נישט געהאט קיין סקיילייטס, קומט דאך אויס אז די זון האט געשיינט פון די געהעריגע פענסטערס מן הצד. די מציאות איז אויב די זון שיינט אריין פון פענסטער דארף דאס זיין אויף א שיפע ענגעל אז ס'זאל קענען אריינשיינן פון פענסטער אין בעכער אריין, וואס דאס מיינט לכאורה אז די זון האט געהאלטן נאכ'ן פלג.

איי וועסטו פרעגען ווי אזוי קען מען אריינרוקן אזוי פול עבודת הקודש אין אזא קורצע טיים פרעים? נאר, פארשטייט זיך אליינס אז נישט אלעס דארף מען אליינס פארשטיין.

הללו עבדי השם וכו' ממזרח שמש עד מבואו...
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

מיינונגזאגער - האסט אויסגעמישט אמת מיט נישט אמת אינאיינעם.

די הלכה איז געפסקנ'ט אין שו"ע אז פון א פאר מינוט פאר די שקיעה טאר מען קיין מלאכה נישט טון. יא, די זעלבע שו"ע, אין די זעלבע סימן, וואס פסקנ'ט ווי רבינו תם אז בין השמשות הייבט זיך אן לאנג נאך די שקיעה, פסקנ'ט אז פון א פאר מינוט פאר די שקיעה 'חמה בראש אילנות' דארף מען אויפהערן טון מלאכה.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
אונטער חכם
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1003
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 4:42 pm
האט שוין געלייקט: 565 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 524 מאל

Re: ממהרים לבא - מאכן שבת פרי

שליחה דורך אונטער חכם »

נאר ווער עס איז נישט בקי.
און חמה בראש אילנות מיינט נישט דווקא פאר די שקיעה, עס איז נאר די לעצטע פלאץ ווי מען קען זעהן די זון.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

יא, און מיר זענען נישט בקי. וואס מיינט בקי? ער ווייסט ויאזוי עס קוקט אויס אין די צייט פון דריי פערטל מיל פאר צאת הכוכבים. ווער ווייסט וואס דאס מיינט? ווער ווייסט וויפיל ליכט איז דעמאלס דא?

און חמה בראש אילנות מיינט זיכער פאר די שקיעה, ווייל נאכ'ן שקיעה קען מען דער זון נישט זען.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

חסידישע אידן לייגן זיך נישט פרייטאג צונאכטס פאר חצות, נו וואס האט עטץ פון דאווענען פרי?
וואס פארשטייען די מאדערנע
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:און איך טו אזוי אין לעיקוואד אויך, איך דאווען מנחה גדולה ווי געווענדליך, און ביים זמן שבת זאג איך קבלת שבת און איך מאך קידוש און עס א סעודה, און נאכ'ן סעודה גיי איך דאווענען. דער גר"א שרייבט מ'זאל דאס נישט טון.

עס איז מיר מאדנע אז אין מאנטשעסטער איז געווען אין יענער יארן א מנין נאכ'ן זמן פרייטאג צו נאכט. אין ענגלאנד מאכן אפילו חסידיש'ער אידן שבת פרי, קוק אויף אייוועלט ווי אנעים זמירות פארשטייט נישט וואס מ'וויל פון די וואס מאכען שבת פרי. צאת הכוכבים אין מאנטשעסטער קען זיך ציען ביז עלעף אזייגער. שבועות ביינאכט האט מען כמעט נישט געלערנט דארט.


וויאזוי ארבעט מען מיט א שומר?
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

אז מ'וואשט זיך פאר די האלבע שעה פאר'ן זמן ק"ש, איז עס נישט קיין פראבלעם. איך וואש מיר נאך פאר די שקיעה
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
מיינונגזאגער

Re: ממהרים לבא - מאכן שבת פרי

שליחה דורך מיינונגזאגער »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אז מ'וואשט זיך פאר די האלבע שעה פאר'ן זמן ק"ש, איז עס נישט קיין פראבלעם. איך וואש מיר נאך פאר די שקיעה
דאס מיינט נאך נישט אז עס נישט קיין פראבלעים אז די אוהסט עס!


Sent from my iPhone using Tapatalk
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

מען ברויך עסן א כזית ווען עס איז שוין נאכט, אז נישט דארף מען זיך וואשן בייטאג דריי מאל, ווען בענטשט מען אויב מען וויל נאך דאווענען מעריב מיט דער מנין?

דער מנחת יצחק האט אפשר נישט געבענטשט ביז נאך מעריב, ווען ער איז צוריקגעקומען און געגעסן נאך א כזית.

וואס טוט איר ר' ליטוואק?
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

'מען ברויך' איז דוכט זיך א מג"א, אבער איך געדענק נישט אז דאס איז די געפסקנ'טע זאך אין די שפעטערע ליקוטים, ערוה"ש, מ"ב קיצור שו"ע וחיי"א. די מנהג איז זיכער נישט אזוי געווען, טאמער מ'איז געגאנגן שפאצירן ביים טייך נאכ'ן סעודה, כמו"ש התרוה"ד (איך שרייב פון זכרון, באשטיינער מיר נישט).

אלס אינגעל געדענק איך אז מחמירים האבן אזוי געטון, אבער דאס איז נישט געווען די פסק הלכה. אין ישיבה אין מאנטשעסטער זענען א קליינע מאס בחורים געבליבן נאכ'ן סעודה צו קענען עסן א כזית נאך צאת הכוכבים.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

דער משנה ברורה זאגט אז לכתחילה זאל מען עסן ביינאכט א כזית.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך האב יעצט געזען א ליקוט אויף היברובוקס בנוגע דער ענין, ועי' כאן בענין עסן נאך צאה"כ. נישט קיין גרויסע חידושים, נאר מלקט געווען די נעמן און מראי מקומות

דער ערוה"ש רופט עס טאקע אן א 'חומרא בעלמא ממדת החסידות' אזוי ווי עס איז מיר געלעגן אין קאפ אז אזוי איז. אבער אה"נ דער שו"ע הרב און דער מ"ב שרייבן עטוואס שארפער 'טוב לחוש לדבריהם'.

ווען איך וואלט געהאט א ברירה, וואלט איך עס געדארפט טון. אבער איבערקערן א גאנצע שטוב, פאר א 'טוב לחוש לדבריהם' זעט מיר נישט אויס אן אויסגעהאלטענע זאך. די פרייז וועט זיין מער ווי דאס איז ווערט.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1702
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 253 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל

שליחה דורך בן ישי »

אישתישבי האט געשריבן:ביי די מער מאדערענער פרומע עולם, איז מאכן שבת פרי דער נארמע, ביי אונז חסידים איז דא אסאך מנינים צו מאכן שבת פרי. אבער זעהנדיג א אינטרעסאנטע אבזערוואציע איז כדי דאס אויסצושמועסן.

אין הלכה ווערט די זאך ברייט אויסגעשמועסט אין הל' שבת אין מג"א, ווי ער זאגט התירים צו דאווענען פרי ערב שבת, אפילו מען דאווענט נישט פרי אגאנצע וואך. אין בית יוסף קען מען זעהן גדולים פין די חכמי אשכנז וואס האבן מקבל שבת געוועהן פרי, און דערנאך שפאצירט ביים וואסער ווען עס איז נאך געוועהן לעכטיג. דער צאנזער רב דער דברי חיים האט מקבל געוועהן פרי שבת חנוכה, אז מען האט געזאגט גוזמאות אז ווען ער האט קידוש געמאכט האט דער זון געשיינט אויף דער בעכער (זעהט אויס דער בעכער איז דעמאלסט נישט געוועהן פארמשכון'ט), און דער זאך איז א אנגענומענע ביתר אז מען "קען" דאס טוהן.

בשם דער גר"א ווערט געברענגט אז מאכן שבת פרי איז א גרויסע מצוה און א קליינע עבירה, און מקבל זיין שפעט בזמנה איז א קליינע מצוה און א גרויסע עבירה, נעמליך אז די הלכה'דיגע פראבלעם פין מאכן פרי מאכט עס א קליינע עבירה, אבער שפעט האט דער חסרון אז מען איז נישט אזוי בשמחה.

מיט דעם אלעם איז היינט געווארען א שלעכטע בליק אויף דער "ערלי שבת", מען טוט עס אזוי סטעריאטייפען אלס א מאדערנע פויערישע זאך, גרויסע רבי'ס וועלען קיינמאל נישט דאווענען פרי, און אפילו קליינע רבי'ס וואס האפן צו זיין גרויס וועלען אויך דאווענען שפעט, אפילו אין זייערע בתי מדרשים איז דא א ערלי מנין.

אין בעלזא האט דער רב מתיר געוועהן צו מאכן ערלי מנינים אין די שטיבלעך, אבער ער איז א יוצא מן הכלל, כמעט נישט דא קיין גרויסע חסידישע בתי מדרשים וואס וועלען האבן ערלי מנינים אין זייער בית המדרש.

און דו איז דא שאלה פארוואס?

וואס האבן דא בעסערע עליטישע שוואנצאנישע קעגען דער ערלי שבת? וואס האט עס געזינדיגט?

איך קען זעהן אז אין די נאנטע עתיד וועט איינער פין די רבי'ס לאזן פאלען ווערטער קעגן דער ערלי שבת, אז דאס איז נישט קיין משנת חסידים, צוביסלעך וועט מען עס אסר'ן, צוביסלעך וועט מען טראסקענען קינדער פין מוסדות ווען דער טאטע דאווענט ערלי. איינער פין די שאלות אויף די אינטערנעט פאפיר וועט זיין, ווי דאווענט איר פרייטאג מנחה מעריב?

קען דאס איינער מסביר זיין?
בייגעלייגטע פיילס
IMG_20210426_004411.jpg
דוד בן ישי עבדך משיחך
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

כ׳האב נישט געוואוסט אז די בעלי התוספות און דער תרומת הדשן האבן געוואוינט אין אמעריקע, אקעי, נאך א ידיעה אין מיין ידיעות באגאזש.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:כ׳האב נישט געוואוסט אז די בעלי התוספות און דער תרומת הדשן האבן געוואוינט אין אמעריקע, אקעי, נאך א ידיעה אין מיין ידיעות באגאזש.


און ווען איינער זאגט אים חינוך פין די קינדער, האט ער נעבעך נישט וואס צו ענטפערן, זאגט ער אז ער קען זאגן צען זאכען וואס ער טוט קעגן דער חינוך פין די קינדער.

און די ערשטע זאך, אז מען נעמט איינער פאר א רבי, וואס האט א פיסק וואס איז נישטא אין די גאנצע חריידישע וועלט, דאס איז זיכער קעגן די חינוך פין אונזערע קינדער.

למשל זאגן עפרא לפומיה אויף א רב וואס איז עלטער און חשובער, אדער איינער וואס קען נעבעך נישט צוזעהן ווי איינער נעמט איין נעבעך צו אפאר חסידים. דאס איז אלעס אקעי מיט חינוך הבנים. נאר דוקא דער פריער שבת, דאס האט דער פעטער נישט געוואלט, ווייל דער רבי האלט אז טאמער איז דא א מצוה וואס קען זיין געשמאק איז דא א חיוב עס שווער צו מאכען.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
צפור בודד
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 473
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 14, 2018 11:32 am
האט שוין געלייקט: 244 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 579 מאל

שליחה דורך צפור בודד »

"ירידת הדורות" ווייל מען וויל דאוענען אביסל פריער און צוגעבן אן עונג שבת פאר די ווייב און קינדער, אזויווי עס איז איינגעפירט איבעראל אין אייראפע?! לאמיר אויך נישט פארגעסן אז די זענען די זעלבע וואס מאחרים לצאת איז ביי זיי א מ"ע דאורייתא און דאווענען מנחה אין אלף השישי אויף דעם חשבון.

ווען מען וועט שרייבן פון אונז די היסטאריע, וועט מען ברענגען די דרשות פון יוסף קרויס קעגן דער פרקי אבות שיעור פון הגה"ק שליט"א און אלעס וועט פארענטפערט ווערן.
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

כ'פארשטיי נישט, דער טאטע פין יוסף קרויס מאכט שבת פרי?
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
צפור בודד
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 473
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 14, 2018 11:32 am
האט שוין געלייקט: 244 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 579 מאל

שליחה דורך צפור בודד »

אישתישבי האט געשריבן:כ'פארשטיי נישט, דער טאטע פין יוסף קרויס מאכט שבת פרי?

טאמער פארשטייסטו טאקע נישט, דא איז א בחור פונעם זעלבן שטעטל וואס בלוטיגט ברבים איבער דער ווערטשאפט פון יענעם שטעטל. און דא איז דער רב השטעטל וואס האלט אז ירידת הדורות איז ווייל עלטערן ווילן מאכן שבת קודש אביסל מער אינגענעמען פאר זייער פאמיליע. השומר שבת הבן עם הבת = ירידת הדורות.

און טאמער פארשטייסטו נאך אלץ נישט, קען זיין דו רויכערסט וואס ער רויכערט. און מיט דעם פארשטיי איך שוין בעסער, [tag]איש תשבי[/tag]... תשמחנו בנים על אבות במוצאי שבתות. פרייטיג צו נאכטס זענען בנים על אבות ירידת הדורות, נאר מוצאי שבת, נאך ר"ת שטייטזעך, דעמאלסט מעג מען.
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

צפור בודד האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:כ'פארשטיי נישט, דער טאטע פין יוסף קרויס מאכט שבת פרי?

טאמער פארשטייסטו טאקע נישט, דא איז א בחור פונעם זעלבן שטעטל וואס בלוטיגט ברבים איבער דער ווערטשאפט פון יענעם שטעטל. און דא איז דער רב השטעטל וואס האלט אז ירידת הדורות איז ווייל עלטערן ווילן מאכן שבת קודש אביסל מער אינגענעמען פאר זייער פאמיליע. השומר שבת הבן עם הבת = ירידת הדורות.

און טאמער פארשטייסטו נאך אלץ נישט, קען זיין דו רויכערסט וואס ער רויכערט. און מיט דעם פארשטיי איך שוין בעסער, [tag]איש תשבי[/tag]... תשמחנו בנים על אבות במוצאי שבתות. פרייטיג צו נאכטס זענען בנים על אבות ירידת הדורות, נאר מוצאי שבת, נאך ר"ת שטייטזעך, דעמאלסט מעג מען.


:like
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

איך האב נאכנישט געליינט וואס די אנדערע מגיבים האבן געזאגט אבער לפענ"ד איז כ"ק מהר"א קר"י'ס גאר שטארקע געגנערשאפט צו מאכן פריע מנינים פרייטיג צו נאכטס. א זאך וואס לייגט זעך נישט אויפ'ן שכל. יונגעלייט וועלכע האבן גאר קליינע קינדער אין שטוב מוטשען זיך זייער מיט די קינדער ווען מ'מאכט קידוש שפעט. ער זאגט כמעט ביי א יעדע עפנטליכע דרשה ארויס א מיינונג אקעגן דעם. כאילו ס'איז א פירצה אין אידישקייט...!

די איינציגע סיבה וואס איך ערלויב מיר צו טראכטן פאר זיין שטארקע קעגנערשאפט, קען מעגליך זיין אז ר'האט מורא אז ער'ט נישט האבן קיין גרויסן עולם ביי זיין טיש...!
באניצער אוואטאר
שארפןקאפ
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 89
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 17, 2020 2:21 am
האט שוין געלייקט: 281 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 82 מאל

שליחה דורך שארפןקאפ »

לאו דווקא זיין טיש, זיין דאווענען
[emoji1784]
אלע צוזאמען
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 838
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
האט שוין געלייקט: 1835 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל

שליחה דורך אלע צוזאמען »

א באקאנטער מיינער, א חסיד פון ר' לייבוש לייזער מ'פשעווארסק, איז ליידער דייעגנעזירט געווארן מיט א געפערליכע מחלה ל''ע, ווען ער איז זיך געגאנגען מזכיר זיין ביי זיין רבי, האט אים ר' לייבוש געהייסן ער זאל אנהייבן מקבל זיין שבת פרי, בעיקר און די זומער חדשים, אזוי אז זיין ווייב און קינדער זאלן קענען מיטהאלטן די סעודה יעדע וואך.
You have to think anyway, think big.
Donald Trump
פארשפארט