נשלח: מיטוואך יולי 08, 2020 10:11 am
בעל דברי שלמה
http://vps9000.inmotionhosting.com/~kavesh6/
http://vps9000.inmotionhosting.com/~kavesh6/viewtopic.php?t=14015
בעל דרשן האט געשריבן:בעל דברי שלמה
וואלווי האט געשריבן:הדד בן בדד האט געשריבן:איך בין מער ווי אביסל דיסעפוינטעד אין דעם אשכול....
מ'פארשטייט אייער דיסעפוינטמענט, די אשכול וואלט געדארפט אריבערגעפירט ווערן אין צימעס אריין, אדער אפשר אפילו דארט אויך נישט. אנשטאטס דעם פאסט אן אשכול אין אנשי שם מיט מעטשור מענטשליכע תגובות.
אבער, מ'דארף פארשטיין די פערספעקטיוו פון די מגיבים דא. ס'איז ליידער זייער מצוי אין אונזער היינטיגער וועלט, אז מענטשן מאכן זיך אליינס צו נאר, אין די זעלבע צייט באגראבן זיי די קאפ אין דער ערד, כדי זיך איינרעדן אז די וועלט איז פאר'כישופ'ט פון די קינדערישע נערנות. דער גריבעווער זצ"ל איז נישט קיין אויסנאם, אדרבה זאל יעצט זיין א צייט צו איבערקלערן ווי ווייט אונז זעמער פארקראכן אין די הוילע ליצנות פון כבוד התורה וחסידות.
אז א מענטש מאכט זיך אליינס נער, און זייינע קינדער שפילן דאס אויף אקעגן די גאנצע וועלט, פארוואס זאל דאס נישט ווערן א ליצנות? די געדאנק פון אויסשרייען בריש גלי "הגה"ק מ'צאנז" איז א ביטערער געלעכטער, און א יעדער ביי זיך ווייסט אז דאס איז ערשט קלאסיק'ער ב"ש. אמת אנדערע טוען דאס אויך, אבער ליצנות איז ליצנות, וואס איז דוחה מאה הוכחות אז די זיידע איז געווען די לעצטע רב אין צאנז. אלעס וועגן דעם מענטש קען זיין פיין און וואויל, אבער די רבי'שע וועלט ווערט וואס א טאג מער און מער פורים ושכורת ולא מיין. נישט קיין חילוק וויפול אנדערע זענען קראנק אויף די זעלבע קרענק, היינט איז זיין טאג ליידער, און ער איז געווארן די דזשאוק אוו די דעי.
ס'דא א באוויסט כלל, אז ביי חתונות און לוויות פראוועט מען נישט קיין קנאות. די זעלבע זאך וואלט געדארפט זיין די כלל ביי ליצנות, אז ווען יענער פרייעט זיך אדער איז בצער, האלט מען זיך די מויל פארמאכט. אבער מה יעשה הבן שלא יחטא? מ'פארשטעלט זיך און די גאנצע משפחה מיט פורים פארשטעלאכץ און מ'וויל די עולם זאל זיין רעספעקטפול? וואס צאנזער רב, ווי בנין וחתנין רבנים, צאנז-קרייז-קרעניץ מיט אלע צונעמען וועט נאך אלס נישט אראפנעמען די ליצנות.
א מענטש דארף וויסן צו זיין רעספעקטפול צו אנדערע, אבער ליידער איז די ליצנות על פי רוב א פראדוקט פון א באטראפענעמ'ס אייגענע דמיונות.
בעל דרשן האט געשריבן:נישט געהאט אין זיך די קנאה תאווה וכבוד נישט געפירט קיין מחלוקות מיט קיין איינעם, געווען א גוטע איד, ווי עס פאסט זיך פאר א צאנזער אייניקעל
berlbalaguleh האט געשריבן:אדרבה: זאג מיט וועם ער אדער זיינע קינדער האבן סיי ווען אימער געפיהרט עפעס א מחלוקת אדער סכסוך. נישט פרעטענדירט צו פיהרן אידישקייט מערכות. אדער מחלוקת איבער געלט אדער כבוד...!
ווער האט ארויסגעגעבן דעם קונטרס? ווער שטייט אונטער מכון צאנז?האט געשריבן:אויף אייוועלט האט מען ארויפגעשטעלט א אינטערסאנטע קונטרס פון תולדות אדמו"ר מצאנז זצ"ל
היכי דמי האט געשריבן:הער איך אז איינע פון די קינדער האבן אפגעקויפט א גרויסע שטח אין די קעטסקילס ראיאן ווי ער פלאנט אויפצובויען בערך 2700 דירות. איך האב עס געהערט פון אן אייניקל.
תרמב האט געשריבן:היכי דמי האט געשריבן:הער איך אז איינע פון די קינדער האבן אפגעקויפט א גרויסע שטח אין די קעטסקילס ראיאן ווי ער פלאנט אויפצובויען בערך 2700 דירות. איך האב עס געהערט פון אן אייניקל.
דאס איז די צווייטע זוהן הרב מרדכי זאב, א גרויסע נגיד, ער פלאנט צו געבן פאר ווער עס וועט קומען מיט הונדערט מענטשן, א בית מדרש.
berlbalaguleh האט געשריבן:תרמב האט געשריבן:היכי דמי האט געשריבן:הער איך אז איינע פון די קינדער האבן אפגעקויפט א גרויסע שטח אין די קעטסקילס ראיאן ווי ער פלאנט אויפצובויען בערך 2700 דירות. איך האב עס געהערט פון אן אייניקל.
דאס איז די צווייטע זוהן הרב מרדכי זאב, א גרויסע נגיד, ער פלאנט צו געבן פאר ווער עס וועט קומען מיט הונדערט מענטשן, א בית מדרש.
תרמב: איך געב, בלי"נ אן אייגן ביהמ"ד מיט אן ארון קודש און קידוש א גאנץ יאר פאר ווער ס'קומט מיט 50 מענטשן צו דעם יישוב וואס איך וועלל אי"ה אויפבויען. (כ'ווייס נאכנישט וואו. ערגעץ וואו אין ווייאמינג. מסתמא אין ..."לאון וואלף"... קאונטי)...! אויב איך געווין די פאוערבאלל פון א האלב ביליאן דאללער...!