בלאט 2 פון 2
נשלח: דינסטאג יולי 07, 2020 2:18 am
דורך וואלווי
mevakesh האט געשריבן:כמונטסורי ועוד לוואלווי זעה איך נישט אז מען פרובירט דא איבערצושרייבן היסטאריע קיינער מעקט זיי נישט אויס פון היסטאריע נאר מען שטעלט זיך קעגן זייער גלאריפיקאציא
בכלל האט איינער גוט געזאגט אז ביי יידן איז סטאטועס אסור אפשר טאקע פאר דעם ווייל דוירכן גלאריפרן א מענטש וועט מען גלאריפיצירן זיינע פעלערן אויך און מאכן פון זיינע חטאים א תורה שלימה ודפח"ח
נ.ב. איך האב נישט געזוכט באמת קיין כבוד אריינצורעדן און ציען די פיילן אבער אז עס איז דא ווייניג וואס ברענגן ארויס די מיינונג האב איך זיך געשטעלט במקום שאין איש
שעם דיך נישט קום אריין מער אפט. ס'דא גענוג און נאך וואס וועלען זיך אויפרישן מיט אזעלעכע געדאנקן.
נשלח: דינסטאג יולי 07, 2020 10:26 am
דורך גבור חיל
מונטסורי האט געשריבן:
דערווייל האב איך נישט באמערקט מען זאל פרובירן צו טוישן אדער מעקן היסטאריע.
וואלט עס ווען געבליבן ביי קאנפעדערט מאנומענטן וואלסטו מיך געקענט פרובירן איינצורעדן אז מען פרובירט נישט צו מעקן היסטאריע...
מונטסורי האט געשריבן:
מען דעבאטירט אויב די אלטע פיגורן זענען עפעס מיט וואס מיר שטאלצירן מיט סטאטוען אין די פארקס, אדער באלאנגען זיי טאקע אין מוזיאום, צוזאמען מיט אלע אנדערע גוטס און שלעכטס פון אונזער היסטאריע.
נישט געזעהן קיין דעבאטע אינערגעץ, קיין אנפרעג פאר פאבליק אפיניען, אדער דורך אנארכיסטישע טעראריסטן, אדער דורך קליינע דיקטאטארן אין פארעם פון בארד מעמבערס...
מונטסורי האט געשריבן:
צו דארפען מיר גלאריפיצירן מענטשען וואס זענען לויט די היינטיגע סטאנדארטען ראסיסטען?
א שטייגער ווי די סטאטוס פון טעדי רוזוועלט ביים מוזיעם וואס זיין פאטער האט אויפגעשטעלט אין ניו יארק מיטן פנים צו סענטראל פארק, וואס צייגט ווי ער רייט אויף א פערד, און ביי זיינע זייטן זענען אן אפריקאנער און א אנדיאנער, די חטא פון דעם איז ווייל ער איז העכער ווי די אנדערע פיגורן אינעם בילד.
ווער עס ווייסט די היסטאריע אינטער דעם, וואס איז אז אין 1901 נאך ער האט זיך אריינגעצויגן אינעם ווייסן הויז, האט ער איינגעלאדענט באקער וואשינגטאן צום ווייסן הויז, וואס דאס איז געוועזן די ערשטע מאל אין היסטאריע וואס א שווארצער האט דארט געגעסן א מאלצייט און איז אפציעל געלאדענט געווארן דורכן פרעזידענט.
דער שטורעם וואס דאס האט ארויסגערופן איז געוועזן ריזיג גרויס, כל ימיו האט מען אים גערודפט פאר דעם, אבער הוא באחד ומי ישובנו, און ער האט נישט צירוק געצויגן קיינמאל.
די מאנומענט צייגט ראסיזים אדער דאס פארקערטע? שטעל דיך אפ! טראכט! זענען מיר פארריקט?
מונטסורי האט געשריבן:
לאמיר פילן א מינוט וויאזוי מיר רעאגירן ווען אונזערע זיידעס אינטערדריקער ווערן באערט, כמעלניצקי אין אוקריינע, איר גלייכט דאס? יא אוודאי, אין מוזיאום, אין די טעקסט ביכער, אבער א ראול מאדעל? א סטאטוע?
האסט אמאל געהערט פון שער טיטוס? איינמאל געהערט איינעם שרייען, דער האטאך אריינגעשטאכן א מעסער אינעם פרכות! נידער דעם ארטש!
און נאך אסאך...
דערמאנט מיך א ווארט וואס כהאב אמאל געזעהן פון איינעם, "דו קענסט נישט האבן א בעסערע מארגן ווען דו מעקסט אויס דעם נעכטן".
מעקן היסטאריע איז א שאנדע און א פארראט אין די וואס האבן זייער בלוט און פלייש אוועק געגעבן פאר דאס לאנד.
נשלח: זונטאג יולי 19, 2020 1:26 pm
דורך ליב צו וויסן
מיינע צוויי צענט:
1-הירא' און 'היסטארישער פיגור' איז נישט די זעלבע זאך..
2-וואס איז דאס א הירא?.. א הירא איז איינער וואס האט געטוהן א העראישע אקט..
וואס איז א העראישע אקט?.. -א אקט וואס איז געווען שווער צו טוהן. -און עס האט בענעפיטירט די וואס העראאיזירן עס.
3-א הירא איז נישט נאר אזא איינער וואס איז געווען הייליג.. פאר מען טוט באטיטלען א סאלדאט וואס געראטעוועט זיין באטאליאן, קוקט מען נישט אויב ער רעדט לשון הרע..
4-א סאלדאט וואס האט געטוהן העראישע אקטן אבער איז א באוואוסטער 'שלעכטער' מענטש.. וועט זיין שווער אים צו באזינגען..
וואשינגטאן, דזשעפרעסאן וכדומה
-האבן געטוהן העראישע אקטן, אקטן וואס זענען נישט אנגעקומען גרינג, און בענעפיטירן "אלע" אמעריקאנער ביז היינט.
-דערפאר ווערן זיי אנגעקוקט ווי אמעריקאנע Heroes..
-זיי זענען זיכער נישט געווען אויסגערופענע שלעכטע מענטשן (אפילו צווישן די קנעכט..) אז ס'זאל זיין שווער זיי צו העראיזירן..
-דאס מיינט בכלל נישט אז זיי האבן געהאלטן זמן רבינו תם..
כלעמינצקי איז טאקע געווען גאר געלונגען (?) און אפשר א הירא פאר "זיינע" פערזענליכע בענעפיטן.. אבער נישט פארן כלל, ער קען מערסטנס ווערן אנגערופן אן היסטארישער פיגור.
די סיבה פאר די היינטיגע קעגנערשאפט צו העראיזירן אונזערע העלדן נעמט זיך בדרך כלל פון:
-היסטארישע אומוואוסנהייט ארום די קנעכשאפט עפאכע (במילא קוקט מען זיי אן ווי 'שלעכטע' מענטשן).
-די געברויך פון געוויסע צו באשמוצן אלעס וואס בשם אמעריקע/קאפיטאליזם יכונה..
זעלבסט פארשטענדליך אז די קאנפעדערעט ארמיי פירער זענען מער היסטארישע פיגורן ווי איידער אמעריקאנע Heroes, און ס'איז פארשטענדליך די פארלאנג פון געוויסע זיי צו לייגן אין מוזעאומס.
Mob rule איז קיינמאל גוט.. די גרופעס וואס דרייען זיך ארום וואנדאליזירן וואס ס'קומט זיי אונטער, ברויכן באהאנדעלט ווערן ווי סיי וועלכע פאברעכער.
Re: איכה היתה לזונה קריה נאמנה?
נשלח: זונטאג יולי 19, 2020 2:23 pm
דורך אונטער חכם
גבור חיל האט געשריבן:מונטסורי האט געשריבן:
דערווייל האב איך נישט באמערקט מען זאל פרובירן צו טוישן אדער מעקן היסטאריע.
וואלט עס ווען געבליבן ביי קאנפעדערט מאנומענטן וואלסטו מיך געקענט פרובירן איינצורעדן אז מען פרובירט נישט צו מעקן היסטאריע...
מונטסורי האט געשריבן:
מען דעבאטירט אויב די אלטע פיגורן זענען עפעס מיט וואס מיר שטאלצירן מיט סטאטוען אין די פארקס, אדער באלאנגען זיי טאקע אין מוזיאום, צוזאמען מיט אלע אנדערע גוטס און שלעכטס פון אונזער היסטאריע.
נישט געזעהן קיין דעבאטע אינערגעץ, קיין אנפרעג פאר פאבליק אפיניען, אדער דורך אנארכיסטישע טעראריסטן, אדער דורך קליינע דיקטאטארן אין פארעם פון בארד מעמבערס...
מונטסורי האט געשריבן:
צו דארפען מיר גלאריפיצירן מענטשען וואס זענען לויט די היינטיגע סטאנדארטען ראסיסטען?
א שטייגער ווי די סטאטוס פון טעדי רוזוועלט ביים מוזיעם וואס זיין פאטער האט אויפגעשטעלט אין ניו יארק מיטן פנים צו סענטראל פארק, וואס צייגט ווי ער רייט אויף א פערד, און ביי זיינע זייטן זענען אן אפריקאנער און א אנדיאנער, די חטא פון דעם איז ווייל ער איז העכער ווי די אנדערע פיגורן אינעם בילד.
ווער עס ווייסט די היסטאריע אינטער דעם, וואס איז אז אין 1901 נאך ער האט זיך אריינגעצויגן אינעם ווייסן הויז, האט ער איינגעלאדענט באקער וואשינגטאן צום ווייסן הויז, וואס דאס איז געוועזן די ערשטע מאל אין היסטאריע וואס א שווארצער האט דארט געגעסן א מאלצייט און איז אפציעל געלאדענט געווארן דורכן פרעזידענט.
דער שטורעם וואס דאס האט ארויסגערופן איז געוועזן ריזיג גרויס, כל ימיו האט מען אים גערודפט פאר דעם, אבער הוא באחד ומי ישובנו, און ער האט נישט צירוק געצויגן קיינמאל.
די מאנומענט צייגט ראסיזים אדער דאס פארקערטע? שטעל דיך אפ! טראכט! זענען מיר פארריקט?
מונטסורי האט געשריבן:
לאמיר פילן א מינוט וויאזוי מיר רעאגירן ווען אונזערע זיידעס אינטערדריקער ווערן באערט, כמעלניצקי אין אוקריינע, איר גלייכט דאס? יא אוודאי, אין מוזיאום, אין די טעקסט ביכער, אבער א ראול מאדעל? א סטאטוע?
האסט אמאל געהערט פון שער טיטוס? איינמאל געהערט איינעם שרייען, דער האטאך אריינגעשטאכן א מעסער אינעם פרכות! נידער דעם ארטש!
און נאך אסאך...
דערמאנט מיך א ווארט וואס כהאב אמאל געזעהן פון איינעם, "דו קענסט נישט האבן א בעסערע מארגן ווען דו מעקסט אויס דעם נעכטן".
מעקן היסטאריע איז א שאנדע און א פארראט אין די וואס האבן זייער בלוט און פלייש אוועק געגעבן פאר דאס לאנד.
איך פארשטיי נישט, ווען מען פרעגט דיך דען אלס איד צו מען זאל אריינשטעלן דעם שער טיטוס אין א מוזעאום, אנשטאט אים גלאריפיצירן, וואלסטו נישט געהאלטן אזוי?
נשלח: זונטאג יולי 19, 2020 10:01 pm
דורך berlbalaguleh
אונטער חכם: דער שער טיטוס און די סטאטוע פון דזשארדזש וואשינגטאן זענען אויף נישט קיין גלייכע סקעיל. דער שער טיטוס איז געווען אן אפענע מלחמה אויסרוף אקעגן דאס אידישע פאלק. דארט שטייט נאך א פסוק אויף לאטייניש..."Iudea Capta"...יהודה איז געפאנגען געווארן...!
משא"כ דזשארדזש וואשינגטאן האט נישט אויסגערופן קיין מלחמה אקעגן די אפריקאנער- אפשטאמיגע שקלאפן...!
נ.ב.: פאר די פסעוודא אינטעלעקטואלן וועלכע האבן געשעפט זייער גאנצע חכמה פון די אפיקורסישע ביכער און טעאריעס. אבער זענען נאך געבליבן מיט די וועלטליכע וויסנשאפט פונ'ם ..."חעידער"...(דזשענעריק.). וועלכע וועללן אודאי לאכן מיט א הילכיג געלעכטער אז דער בעל עגלה קען נישט ספעללן ענגליש. ווייל ער שרייבט..."Iudea"...vs. "Judea"...ווילל איך מודיע זיין אז אזוי האט מען אמאל געשריבן אויף לאטייניש. דער לעטטער..."דזשעי"... איז ערשט שפעטער אריינגעקומען אין באנוץ...!
נשלח: מאנטאג יולי 20, 2020 2:50 pm
דורך מנחם ציון
berlbalaguleh האט געשריבן:
נ.ב.: פאר די פסעוודא אינטעלעקטואלן וועלכע האבן געשעפט זייער גאנצע חכמה פון די אפיקורסישע ביכער און טעאריעס. אבער זענען נאך געבליבן מיט די וועלטליכע וויסנשאפט פונ'ם ..."חעידער"...(דזשענעריק.). וועלכע וועללן אודאי לאכן מיט א הילכיג געלעכטער אז דער בעל עגלה קען נישט ספעללן ענגליש. ווייל ער שרייבט..."Iudea"...vs. "Judea"...ווילל איך מודיע זיין אז אזוי האט מען אמאל געשריבן אויף לאטייניש. דער לעטטער..."דזשעי"... איז ערשט שפעטער אריינגעקומען אין באנוץ...!
ווער לאכט??
===========
סתם געהאקט
נשלח: דינסטאג יולי 21, 2020 12:46 am
דורך berlbalaguleh
מנחם ציון: דו ביסט דאך נישט פון די פסעוודא-אינטעלעקטואלן. נאר ס'איז פארהאן אט אזא עלעמענט אויכעט...!
נשלח: דינסטאג יולי 21, 2020 1:24 pm
דורך מנחם ציון
berlbalaguleh האט געשריבן:מנחם ציון: דו ביסט דאך נישט פון די פסעוודא-אינטעלעקטואלן. נאר ס'איז פארהאן אט אזא עלעמענט אויכעט...!
בערל די דרייסט דיך ארום מיט א קופה של שרצים פון קאמפלעקסן און טעאריעס אנגעהויבן
דא און געענדיגט ביי דיין לעצטיגע תגובה
וואס פאלט דיר איין אז איינער לאכט\ איגנארירט דיר אדער דיינע תגובות
און אפי' אויב איינער לאכט יא, אלס א איד ווייסטו נאך פון ישיבה, (ווען ס'האט אנגעכאפט אזא רב וואזנער סינדראם, מע גייט זיך נעמען לערנען! וד"ל... דאקטוירים זאגן אז דאס איז עפעס וואס לויפט פאראלעל מיט די פלו, נעמליך ביידע פארשפרייטן זיך שובבי"ם צייט.... ) אז ועל יבוש מפני המלעיגים.
#המה כרעו ונפלו וגו'
נשלח: מאנטאג אקטאבער 12, 2020 5:47 pm
דורך גבור חיל
הקדוש רעב אברהם לינקאלן הי"ד איז גענידערט געווארן אין פארטלאנד נעכטן נאכט דורך די ציושעטע אנטיפא טעראריסטן.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 15, 2020 3:52 pm
דורך גבור חיל
אמעריקע וואס פון דיר איז געווארן...
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2020 3:10 pm
דורך מנחם ציון
נעכטן געהערט א מעשה
א פרוי האט ביים געבורט געברויכט טראגן א מאסקע ווי די שטייגער היינט און ביי "pushing" האט זי שווער געאטעמט
ווען זי זיך אפגערעדט פאר די נורסעס און געזאגט i cant' breath
האט איר א שווארצע נורס געזאגט אז זי איז א ראסיסט זי דארף זאגן i have difficulties with breathing
קיין בעסערע דאגות פאר א פרוי בשעת לידה......
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2020 4:58 pm
דורך berlbalaguleh
גבור חיל האט געשריבן:הקדוש רעב אברהם לינקאלן הי"ד איז גענידערט געווארן אין פארטלאנד נעכטן נאכט דורך די ציושעטע אנטיפא טעראריסטן.
20201012_133357.jpg
גיבור חיל: אונז האמיר פון אט די סחורה צווישן אונזערע אייגענע רייען. אולטרא-לבעראלן און פסעוודא אינטעלעקטואלן מיט אוואנגארדיסטן, (לאמיר זעהן ווער ס'ווייסט...(מנחם ציון...?) די מיינונג און אריגין פון דעם לעצטן שם הכינוי...?!)...וועלכע ווירבלען און לעבן ארום אויף ביידע באקן. טראץ זייער חסידיש-היסטארישן, כאניאקישן בעקגראונד...!
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2020 5:14 pm
דורך מנחם ציון
פראנצויזיש?

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2020 9:59 pm
דורך berlbalaguleh
מנחם ציון: יא. די שפראך איז פראנצויזיש. אבער וואס מיינט דאס...?!
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2020 10:04 pm
דורך מנחם ציון
berlbalaguleh האט געשריבן:מנחם ציון: יא. די שפראך איז פראנצויזיש. אבער וואס מיינט דאס...?!
ווי איך פארשטיי איז דאס אזא איינער וואס רעוואלטירט און די אנגענומענע נארמע און סיי וועלכע תחום און גייט מיט זיין אייגענעם מהלך
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2020 10:14 pm
דורך berlbalaguleh
מנחם ציון: ליטעראריש איבערגעטייטשט. מיינט דאס אין די פראנט גווארדיע. ער איז פון די ערשטע רעוואלוציאנערן מיט זיינע איידיעס און קוראזש...! (דאס דארף צו זיין א שבח ביי די רעוואלוציאנערן)