בלאט 2 פון 2

נשלח: מאנטאג יולי 06, 2020 7:44 pm
דורך יודישע שרייבער
כרם זית האט געשריבן: :) דערמאנט מיך פון גורעוויצ'עס דמיון מאווי, וואו די נעא נאצי האט געזוכט צו פארכאפן א קבהליסט כדי צו באשאפן א גולם...

אדער פון חיים אהליאב'ס בוק (איך געדענק נישט די נאמען, אפשר "א צוואה אויף הונדערט יאר"?)

Re: דער טונקעלער געוועב - וואס פארקויפט דאס?

נשלח: מאנטאג יולי 06, 2020 8:26 pm
דורך פאליטיקאנט
א צוואה אויף הונדערט יאר האט יאיר וויינשטאק (אגב עס איז זיין עכטע נאמען) געשריבן, און ניין עס האט נישט אזא זינלאזע פלאט.

נשלח: דינסטאג יולי 07, 2020 12:28 am
דורך לכבוד שבת קודש
וואס איז דאס 'סילק ראוד'?

Re: דער טונקעלער געוועב - וואס פארקויפט דאס?

נשלח: דינסטאג יולי 07, 2020 12:40 am
דורך פאליטיקאנט
עס איז געווען די עמעזאן פון די אומלעגאלע מארק אויפן טונקעלע געוועב.

עס איז געווען איינער פון די איינציגסטע סייטס וואס מען האט געקענט טראסטן, און עס האט געהאט ריוויוס, מיט א געהעריגע סיסטעם.....

נשלח: דינסטאג יולי 07, 2020 3:14 am
דורך שבת אחים
איך האב פרובירט שוין אפאר מאל צו באזוכן די ״טונקעלע געוועב״ אבער די TOR Browser ארבעט זייער זייער שטייט. וואס איז פשט אז סאיז אזוי פאמעליך?

Re: דער טונקעלער געוועב - וואס פארקויפט דאס?

נשלח: דינסטאג יולי 07, 2020 3:27 am
דורך פאליטיקאנט
פשוט ווייל דיין גאנצע טרעפיק דארף באונסן מינימום דורך דריי סערווערס (אויפגעהאלטן דורך וואלונטירן וואס מיינט אז עס איז אויך נישט אזוי שנעל סתם אזוי), סיי ארויסגייענדע טרעפיק סיי אריינקומענדע.

נשלח: דינסטאג יולי 07, 2020 2:38 pm
דורך לכבוד שבת קודש
לאמיר פארשטיין, פארוואס זאלסטו 'וועלן' באזוכן דעם טונקעלן געוועב? - וואס זוכסטו דארט?

נשלח: מיטוואך יולי 08, 2020 9:55 pm
דורך רביה''ק זי''ע
פאליטיקאנט האט געשריבן:למעשה איז עס וועט נישט וואס מען מיינט עס איז...

דאס האב איך מיך אליינס פארגעשטעלט.. וואס איז עס אבער יא?

Re: דער טונקעלער געוועב - וואס פארקויפט דאס?

נשלח: מיטוואך יולי 08, 2020 9:58 pm
דורך פאליטיקאנט
פאר די וואס ווייסן ווי צו גיין (נישט דורך ארומסוירטשן און פרובירן אויסגעפינען), זיי האבן א נוצן - ספעציעל פאר אומלעגאלע זאכן....

Re: דער טונקעלער געוועב - וואס פארקויפט דאס?

נשלח: מיטוואך יולי 08, 2020 10:02 pm
דורך פאליטיקאנט
צו אביסל ממחיש זיין וואס עס איז אלץ דא אויפ'ן טונקעלען געוועב אונטערן שלייער פון אנאנימיטעט:

את חטאי אני מזכיר איך האב מיך אסאך געדרייט אויף א סייט ווי מענטשן טיילן מיט "אינעווייניגסטע אינפארמאציע" (אינסייד אינפארמעישן) פון קאמפעניס אויפ'ן סטאק מארקעט - וואס כידוע איז דאס שטארק אומלעגאל און הארב באשטראפט, איך גיי נישט אריינגיין פונקטליך וויאזוי עס ארבעט און פארוואס / ווען מ'קען טראסטן, און אויך נישט וויאזוי איך בין צוגעקומען דערצו....
כ'וויל בלויז ארויסברענגן די נקודה.

נשלח: מיטוואך יולי 08, 2020 10:07 pm
דורך במדבר
לכבוד שבת קודש האט געשריבן:לאמיר פארשטיין, פארוואס זאלסטו 'וועלן' באזוכן דעם טונקעלן געוועב? - וואס זוכסטו דארט?


נוקאלערע געווער (צימערמאן האט מיר פארדעם צוגעזאגט שבעים ושתים בתולות און א ריזיגע פלאכע שטח ביי די מעדיטרעינישע ברעגעס)


VICE - How to Buy Nukes on the Black Market

נשלח: מיטוואך יולי 08, 2020 10:46 pm
דורך [NAMELESS]
איך גרייך נישט קיין ערגעץ מיטן תירוץ די צייט איז אויסגעלאפן ווי אזוי פארמיידט מען דאס?

Re: דער טונקעלער געוועב - וואס פארקויפט דאס?

נשלח: מיטוואך יולי 08, 2020 11:24 pm
דורך פאליטיקאנט
וועלכע בראוזער נוצט איר?
צו זענט איר זיכער אז די סייט איר פרובירט צוצוקומען איז טאקע פונקציאנעל?

נשלח: מוצ"ש יולי 11, 2020 9:59 pm
דורך [NAMELESS]
טאקע דיין ברעוו!

Re: דער טונקעלער געוועב - וואס פארקויפט דאס?

נשלח: מוצ"ש יולי 11, 2020 10:08 pm
דורך פאליטיקאנט
די טונקעלע געוועב און מער ספעציפיש די צוויבל טעכנאָלאָגיע דערונטער, מאכט אז די שנעלקייט פונעם קאנעקשען איז גאר שטייט (דאס איז חוץ פון דעם אז רוב סייט'ס נוצן גאר שוואכע סערווערס), אויכעט קומען און גייען סייט'ס אויף א רעגלמעסיגע פארנעם.

איז אויב באקומט איר א connection times out ווען איר האט בעצם א גוטע קאנעקשען איז עכט גארנישט דא צו טון נאר צו זוכן א צווייטע סייט (אדער פרובירן נאכאמאל).

נשלח: מוצ"ש יולי 11, 2020 10:13 pm
דורך [NAMELESS]
ייש''כ

נשלח: פרייטאג יולי 30, 2021 3:49 am
דורך נעקסט לעוועל
פאליטיקאנט האט געשריבן:עס איז געווען די עמעזאן פון די אומלעגאלע מארק אויפן טונקעלע געוועב.

עס איז געווען איינער פון די איינציגסטע סייטס וואס מען האט געקענט טראסטן, און עס האט געהאט ריוויוס, מיט א געהעריגע סיסטעם.....

איז דא אן אלטערנאטיוו ?

Re: דער טונקעלער געוועב - וואס פארקויפט דאס?

נשלח: פרייטאג יולי 30, 2021 4:40 am
דורך פאליטיקאנט
נעקסט לעוועל האט געשריבן:
פאליטיקאנט האט געשריבן:עס איז געווען די עמעזאן פון די אומלעגאלע מארק אויפן טונקעלע געוועב.

עס איז געווען איינער פון די איינציגסטע סייטס וואס מען האט געקענט טראסטן, און עס האט געהאט ריוויוס, מיט א געהעריגע סיסטעם.....

איז דא אן אלטערנאטיוו ?
נישט געהעריג גרויס און טראסטבאר.

נשלח: דינסטאג אפריל 25, 2023 12:45 am
דורך אדוני המלך
סדאכט זיך מיך אז מקען קויפן קים יונג אנס מח אויף די דארק וועב. אויב איינער איז בכלל אינטערעסירט דאס צי האבן

נשלח: מיטוואך אפריל 26, 2023 6:50 pm
דורך מרדכי מרדכי
אדוני המלך האט געשריבן:סדאכט זיך מיך אז מקען קויפן קים יונג אנס מח אויף די דארק וועב. אויב איינער איז בכלל אינטערעסירט דאס צי האבן
איז עס בכלל מעגליך צי וועריפייען?