גדליה האט געשריבן:איך קען נישט קיינע פון די צדדים אבער סקוקט אויס די בילד אזוי:
שטיינמעץ מאכט געלד פון א עירוב מיט השגחות.
און שפיגל מיט ראטענבערג ווילן אויך מאכען געלט.
במילא איז דא א פייט.
פירוד ל..... נאה להם ולעולם.
[tag]גדליה[/tag] אויסדריקלעך נישט!! אלץ איינער וואס האלט מיט מאנסי'ער נייעס און קען גאנץ גוט אירע רבנים/פאליטיק שוין יארן לאנג זעה איך אז דו האסט א פאלשע בליק.
לאמיר אנפאנגן פון אנפאנג, די מאנסי עירוב איז יארן צוריק געווען תחת השגחת הרה"ג רבי שמואל ניימאן, שפעטער איז עס אריבער תחת השגחת הרה"ג רבי יחיאל שטיינמעץ (וואס לויט ווי ער זאגט איז געווען אסאך פראבלעמען דערמיט ווען ער האט עס איבערגענומען, און דאס איז איינער פון די סיבות פארוואס ער איז "
נישט קיין גרויסע חסיד" פון רבי שמואל אאכמ"ל).
למעשה דארף מען נעמען אין באטראכט אז צו זיין דער רב המכשיר פונעם פונעם עירוב איז נישט [נאר...] א שיינע טיטל און כבוד, נאר עס נעמט אריין די דאגות וואס קומט מיט מיט דעם, צו פיזיש אראפ גיין פון צייט צו צייט צו עס בודק זיין, צו איז עס זיין עומד בראש פון אלע משגיחים און נעמען די אחריות וואך איין וואך אויס, אדער גאר די וויכטיגסטע דאגה, האבן די אחריות און עול הכספי פונעם עירוב.
למעשה אין די לעצטע 10/15 יאר איז די היימישע געגנטער אין מאנסי געווארן געדאפלט אדער געטריפלט (אדער נאך גרעסער פון דעם...) און מיט דעם איז די מאנסי'ער עירוב זיך צעוואקסן אויף אזא גרויסע פארנעם אז די מאנסי/ראקלענד עירוב איז פון די גרעסטע עירובין אין די וועלט (אפשר גאר די גרעסטע?!) און מיט דעם איז מיטגעוואקסן די אחריות און עול הכספי...
כדי צו האבן בעסערע קאנטראל און אויך פאר פראקטישע סיבות האט מען מען עס צוטיילט אויף אסאך סעקשאנס, בשעת רוב סעקשאנס זענען ווייטער געבליבן 100% אונטער רבי יחיאל'ס השגחה [אריינגערעכנט דער ריזיגער עול הכספי], איז אפאר קליינע סעקשאנס אריבער אונטער די השגחה פון הרב שבת און rottenבערג און אנדערע רבנים, און זיי האבן אויך איבערגענומען די עול הכספי פון יענע קליינע סעקשאן.
לויט ווי איך קען רבי יחיאל
גלייב איך אז ער ארבעט נישט בחינם און אז ער באקומט א געהאלט פארן זיין די רב המכשיר, אבער וואס
איך בין זיכער איז אז ער האט נישט פארדינט אדער גענומען קיין פרוטה פון די עירוב'ס קאסע וואס קומט אים נישט, ער איז פון די ערליכסטע גראדסטע מענטשן וואס איך קען נאר, אזא מענטש ווי אים איז א יקר המציאות אפילו ביי סתם מענטשן, ווער רעדט נאך צווישן די רבנים....
יעצט זענען געקומען רע-בנים און עשקנים וואס טראגן די אחריות אויף יענע קליינע סעקשאן און מחליט געווען צו גיין נאך געלט פאר זייערע קליינע סעקשאן אין
די גאנצע שטאט נאך אינטער די נאמען פון
ראקלענד עירוב וואס מאכט דעם רושם ווי כאילו זיי זענען די שטאטישער עירוב, אפילו אויב זיי האבן געהאט גוטע כוונות אין אנפאנג וואלט זייער שריט געווען א חב לאחרינא און געשטערט פאר רבי יחיאל [וואס ער טראגט טאקע די עול הכספי פונעם גרויסן עירוב] צאמצונעמען געלט פארן שטאטישן עירוב, איז רבי יחיאל ארויס געקומען און [אן באשמיצן אדער בלעקמעילן קיינעם פון זיי...] פארציילט די פשוטע מציאות אז דאס איז נישט די שטאטישע עירוב.
אנשאטאטס אפווישן זייער נאז און פארשטיין אז דאס וואס זיי האבן געוואלט טון איז געווען א עוולה און גיין ווייטער האבן זיי זיך גענומען אים בלעקמעילן און באשמיצן על לא עוול בכפו...
און אויב האב איך נאך געהאט א ספק אז אפשר וועט די געלט וואס זיי שנארן טאקע גיין פאר זייער עירוב/ערוב טראקס וכו' איז די אמת יעצט ארויסגעקומען מיט די שענסטע קאלירן, ווען די געלט זאל ווען טאקע גיין ווי עס דארף וואלטן די עשקנים נישט געמאכט אזא מלחמת חרמה קעגן רבי יחיאל, שאני הכי דאית ביה חסרון כיס... ודו"ק כי קיצרתי...[tag]ליטוואק פון בודאפעסט[/tag] האקט ענדליך.