בלאט 2 פון 2
נשלח: דינסטאג יולי 14, 2020 6:33 pm
דורך קאצקע ציקער
"קים אריין קלאר"
נשלח: דינסטאג יולי 14, 2020 7:45 pm
דורך בוטן
קאצקע ציקער האט געשריבן:"קים אריין קלאר"
אן א קעקעץ...
נשלח: דינסטאג יולי 21, 2020 11:40 am
דורך באר מים
אין באבענס באבען אריין
נשלח: דינסטאג יולי 21, 2020 12:51 pm
דורך בוטן
באר מים האט געשריבן:אין באבענס באבען אריין
דאס איז שוין געווען פאר'ן קריג א אויסדרוק
נשלח: דינסטאג יולי 21, 2020 12:59 pm
דורך בוטן
ער איז משלנו?
אוי איז ער א שבח יוד...
ער איז נישט מיט אלעמען
כ'האב עפעס געפאשעט מיט דיר אינאיינעם? כ'בין עפעס דיין שפיל חבר?
ער קראצט די אויערן מיט'ן לינקן האנט
כ'האב דיך אין לינקן זאקען
וואס עפעס א יחסן? ער מאכט עפעס שמן זית?...
ער האט קוים ברויט אויף קאשע
ער איז א בעסערע גאטשע
כ'פארקויף נישט מיין נשמה פאר'ן שטן
ער פארקויפט נישט זיין יודישקייט פאר א קוואדער.
נשלח: זונטאג אוגוסט 30, 2020 2:45 pm
דורך נײגעריגער
אלע האב איך שױן געהערט, און מסתמא געניצט, אױסער די צװײ
בוטן האט געשריבן:כ'האב דיך אין לינקן זאקען
וואס עפעס א יחסן? ער מאכט עפעס שמן זית?...
האט די לינקע זאקן די זעלבע באדײט װי "כ'הער עם װי די לינקע פּאה"? (אלטע אויסדרוק, דאכט זעך)