בלאט 2 פון 5

נשלח: דינסטאג יולי 14, 2020 3:31 am
דורך טאמבל סאס
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
ראביי דזשאנעטהען סאקס איז א פילאזאפאער פאר די מאסן. ער קען רעדן צו די המון עם מיט באפוצטע פילאזאפישע אויסדרוקן, אבער איך זעי נישט קיין גרויסע דענקער אדער מחדש, ווי אויך נישט קיין גרויסע ערב רב.

לא הנחת מקום לעצמך...

נשלח: דינסטאג יולי 14, 2020 3:40 am
דורך טאמבל סאס
גבור חיל האט געשריבן:
המלוכה והממשלה האט געשריבן:https://www.youtube.com/watch?v=1KiL6d8aes4


דע מינדערסטע אנונג האב איך נישט וואס דער איד וויל מיט דעם ווידיאו.

קריסטליכע אימעדזשרי מיט מוסלעמענע סטיל פריטישינג - נאר אידישקייט איז נישט פארהאן דערין. וואספארא חרפה און א בושה.

קענטליך אז די צוויי בענקען זיך זיכער צו זייערער אראבישער האלב-אינזלישער מקור...

נשלח: דינסטאג יולי 14, 2020 7:58 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
טאמבל סאס האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
ראביי דזשאנעטהען סאקס איז א פילאזאפאער פאר די מאסן. ער קען רעדן צו די המון עם מיט באפוצטע פילאזאפישע אויסדרוקן, אבער איך זעי נישט קיין גרויסע דענקער אדער מחדש, ווי אויך נישט קיין גרויסע ערב רב.

לא הנחת מקום לעצמך...

געמיינט האב איך פאר די וואס האבן קיינמאל נישט געלערנט די סוגיא אינעווייניג

נשלח: דינסטאג יולי 14, 2020 8:53 am
דורך קאך_לעפל
וואס מיינט ערב רב? וואס דארף מען טאן צו ווערן אן ערב רב? ווער איז מחליט ווער ס'איז ווירקליך א ערב רב? איז ערב רב א גוטע זאך? אדער גאר א שלעכטע זאך? ס'הערשט אן ערבוביה...

נשלח: דינסטאג יולי 14, 2020 8:59 am
דורך טאמבל סאס
איך הער אז [tag]Arh123[/tag] פיהלט זייער בעווהל'ט אז מ'האט אויסגעלאזט מאסקאוויטש פון די ליסט.

נשלח: דינסטאג יולי 14, 2020 10:15 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך מיין מאסקאוויטש, יאווא און רובין פילן מער בעוולה'ט

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 23, 2020 12:43 pm
דורך איך אויך
.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 23, 2020 9:47 pm
דורך berlbalaguleh
דער מגיד וועלכער רופט זיך הרב יוסף מזרחי, ווען ער האט אנגעהויבן איז ער געווען א זיסער איד. וועלכער האט געזאגט שיינע דרשות וועגן אמונה. און לערנען תורה. ס'איז געווען געשמאק איהם צו הערן. און ער האט געהאט א סאך חסידים צווישן די היימישע קרייזן.

אבער ערגעץ. ביי עפעס א געוויסן פונקט האט ער זיך געגעבן א דריי. און ר'האט אנגעהויבן צו רעדן שטותים והבלים. און זאכן וועלכע זענען בכלל נישט אויסגעהאלטן עפ"י תורה ומסורת ישראל.

זיין ערשטע גרויסע באמבע איז געווען ווען ער האט געזאגט אז ביים חורבן פון די 2'טע וועלט מלחמה זענען נישט אומגעקומען קיין 6 מיליאן אידן. אפשר א האלבן מיליאן...!

אויך האט ער געטענה'ט אז אפילו אויב א גוי הרג'עט א איד ווייל ער איז א איד, הייסט יענער נאכנישט קיין קדוש. און ס'הייסט נישט אז ער איז אומגעקומען על קידוש השם...! זאלל ער דאס גיין פארקויפן פאר די אלע פארווייטאגטע אידן פון פוילן, טשעכאסלאוואקיע און אונגארן וועלכע האבן פארלוירן דעם רוב פון זייערע משפחות. ווי עלטערן, געשוויסטער און קינדער. ער איז טאקע פארדאמט געווארן פאר די בייזוויליגע שטותים...! דורך א סאך מלחמה איבערלעבער. און ספעציעל דורך דעם נאוואמינסקער רבי זצ"ל.

לעצטנס רעדט ער אזעלכע שטותים והבלים אז מ'קען קוילערן פאר געלעכטער. בכל אופן . ער האט פארלוירן זיין גאנצע קרעדיביליטי. למשל ער זאגט אז אויב ביידען וועט (ח"ו) געווינען, וועללן אלע אידן דארפן אוועקגיין פון אמעריקע. אשר על כן איז ער מייעץ פאר א יעדן אז מ'זאלל שוין, תיכף ומיד קויפן הייזער און פראפערטיס אין ארץ ישראל...!

Re: יוסף מזרחי באשטימט 14 רבנים וואס זענען פון די ערב רב

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 23, 2020 10:44 pm
דורך פאליטיקאנט
ווי אויך האט ער געזאגט אנהייב פונעם פאנדעמיע א מוראדיגע עצה (גענומען פון א נארישע קליפ וועלכע איז ארומגעפארן אויף סאציאלע מידיא) אז אויב מ'האט די וויירוס נעמט מען א האר בלאזער און מ'בלאזט אריין אינעם האלז אזוי אז עס ווערט גאר הייס און די וויירוס שטארבט (שטייצעך מ'דארף טרינקען וואסער אינצווישן - האט ער צוגעלייגט)!


מיט דעם האט ער געוויזן זיין פיקחות און מיך אפגעקויפט.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 23, 2020 11:41 pm
דורך אישתישבי
פאליטיקאנט האט געשריבן:ווי אויך האט ער געזאגט אנהייב פונעם פאנדעמיע א מוראדיגע עצה (גענומען פון א נארישע קליפ וועלכע איז ארומגעפארן אויף סאציאלע מידיא) אז אויב מ'האט די וויירוס נעמט מען א האר בלאזער און מ'בלאזט אריין אינעם האלז אזוי אז עס ווערט גאר הייס און די וויירוס שטארבט (שטייצעך מ'דארף טרינקען וואסער אינצווישן - האט ער צוגעלייגט)!


מיט דעם האט ער געוויזן זיין פיקחות און מיך אפגעקויפט.


נעבעך. גראדע האב עס געהערט פין א עלטערע גוי, וואס האט געשוואוירן אז עס ארבעט ווי בליטש.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 11:24 pm
דורך קהל'ס נער
המלוכה והממשלה האט געשריבן:די וואך האט יוסף מזרחי פארלוירן אין געריכט נאכדעם וואס נפתלי בנט האט אים אנגעקלאגט נאכדעם וואס מזרחי האט אים עקעלהאפטיג באשמיצט אז זיי מאמע איז נישט קיין איד

מזרחי דארף צאלן 40,000 שקלים און דארף זיך מתנצל זיין
דער הרב יוסי מזרחי איז א גרויליגער פארשוין, ער האלט אז די אידן זענען שולדיג אינעם האלאקאוסט, א בילבאורד סגולה אויפמאכער, א קאוויד העירדרייער סגולה באשאפער, אוטיזם און דאון סינדראם איז א שטראף אויף עבירות פונעם קינד אין פאריגן גלגול, די שיסעריי אין פיטססורג איז צוליב וואס ס׳דא א געי קאפעל אין יענע שול (למעשה איז נישט געוועין א געי קאפעל דארט, זעיט אויס אז ס׳איז געוועין א באג אין זיין רוח הקודש), דער איז א קוריאזער משוגענער, און מחלוקת אנדרייער.
אפיציעל איז ער מקרב יודן צים אייבערשטען, אבער ווען איך הער זיינע דרשות וויל איך מיך שמד׳ן.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 11:35 pm
דורך ברוך שפינוזה
קהל'ס נער האט געשריבן:ווען איך הער זיינע דרשות וויל איך מיך שמד׳ן.
לאמיך וואוסן וואס קאכט זיך למעשה אויס :lol:

Re: יוסף מזרחי באשטימט 14 רבנים וואס זענען פון די ערב רב

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 11:42 pm
דורך צוזאמגעדרייט
גלח וואַסאַ איז געווען אן אוהב ישראל אנקעגען דעם מסרחי.

וואס איז פשט אז ער האט אזויפיל צוהערער? דער רעדט דאך צוזאם א שטאפל פון שקרים און נערישקייטן וואס מען הערט ניטאמאל פון חדר יונגלעך.

אז עס גייט אים שלעכט בין איך א גוט-מוטיגער.

Re: יוסף מזרחי באשטימט 14 רבנים וואס זענען פון די ערב רב

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2023 12:10 am
דורך פונדאַמענטאַל
צוזאמגעדרייט האט געשריבן:גלח וואַסאַ איז געווען אן אוהב ישראל אנקעגען דעם מסרחי.

וואס איז פשט אז ער האט אזויפיל צוהערער? דער רעדט דאך צוזאם א שטאפל פון שקרים און נערישקייטן וואס מען הערט ניטאמאל פון חדר יונגלעך.

אז עס גייט אים שלעכט בין איך א גוט-מוטיגער.
זעהט אויס פילע צוהערער קלעבן צו די סארט זאכן... להראותך, אז האבן א גרויסע נאכפאלגערשאפט איז נישט קיין סימן אויף גוטס - אויב עפעס פארקערט.

די אמת איז אבער אין דעם פאל, אז א גרויסע טייל פון זיינע נאכפאלגער זענען בעלי תשובה אדער סתם אומוויסנדע תמימים, וואס מאכט די ערשיינונג א פיל טיפערע פראבלעם. מען רעדט נישט פון קרומע פארשוינען וועלכע האבן באשלאסן אים נאכצוגיין, מען רעדט פון תמימות'דיגע מענטשן וועלכע ווערן פארכאפט אין זיין געשליפן צינגל. דאס מאכט דאס פאר א גאר טיפע עוולה, מיט דעם וואס ער פארדרייט אידישקייט און פיטערט זיי א פאלשע (פינסטערע) ווערסיע פון אידישקייט.

Sent from my Pixel 6a using Tapatalk

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2023 1:40 am
דורך קהל'ס נער
ברוך שפינוזה האט געשריבן:
קהל'ס נער האט געשריבן:ווען איך הער זיינע דרשות וויל איך מיך שמד׳ן.
לאמיך וואוסן וואס קאכט זיך למעשה אויס :lol:
למעשה גיי איך ארויף אויפן קריסטליכע ק״ש, און איך ליין א אשכול איבער ביקורת הברית החדשה און דערנאך איבער די קארופציע און קינדער באגוואלדיגונג אין די וואטיקאן, און איך בין מחליט אז מיט אזעלכע גליקן וועל איך ענדערש עסן טשאק איי פאר ר׳ שייעלע, און זיך קרייצן מיט א טענק יו האשעם

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2023 10:35 am
דורך אלע צוזאמען
ברוך שפינוזה האט געשריבן:
קהל'ס נער האט געשריבן:ווען איך הער זיינע דרשות וויל איך מיך שמד׳ן.
לאמיך וואוסן וואס קאכט זיך למעשה אויס :lol:
גא''ם, לאז וויסן פון פאראויס וועלכע קלויסטער.

Re: יוסף מזרחי באשטימט 14 רבנים וואס זענען פון די ערב רב

נשלח: זונטאג נאוועמבער 05, 2023 10:28 pm
דורך ברוך שפינוזה
מאניס פריעדמאן באקומט קאמפעטישן

Re: יוסף מזרחי באשטימט 14 רבנים וואס זענען פון די ערב רב

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 2:14 am
דורך berlbalaguleh
איך וויל נאר קלאר מאכן א געוויסן סטעיטמענט פון הרב יוסף מזרחי. דער סטעיטמענט איז זייער קאנטראווערסיאל און איז פארדאמט געווארן דורך אזעלכע פילבארע און בארימטע גדולי ישראל ווי דער נאוואמינסקער רבי, זצ"ל וועלכער איז געווען א געוואלדיגער ידען אין אידישע היסטאריע. ספעציעל וואס אנבאלאנגט דעם שרעקליכן חורבן וואס איז אדורך אויף כלל ישראל. דער האלאקאוסט.

ר' יוסף מזרחי האט געזאגט אז אין האלקאוסט זענען נישט אומגעקומען מער ווי א געשאצטע האלבן מיליאן אידן. ער, מזרחי האט ארויסגעגעבן א קלאריפיקאציע (קלארשטעלונג/הסבר). נאר טראץ זיין קלארשטעלונג איז ער נאכאלץ ראנג. ווייל די פאקטן זאגן אנדערש.

נאך א קאנטראווערסיאלן סטעיטמענט וואס איז אויך גורם א סאך צער פאר אידישע קינדער, און איז אויך , אין פאקט נישט אמת. אז ווען א איד ווערט געהרג'עט דורך גויים אלס איד מיינט נאכנישט אז ער איז אומגעקומען אויף קידוש השם. ווייל ער איז נישט געווען קיין שומר תורה ומצוות.

די מיספארשטענדעניש נעמט זיך פון אן אנדער'ן סטעיטמענט וואס מזרחי האט געזאגט אז אין אייראפע, פאר די מלחמה זענען געווען, בערך 50% פון די אידישע באפעלקערונג חתונה געהט מיט גויים און גוי'טעס.

דאס איז סטאטיסטיש און פאקטיש נישט ריכטיג. נאר, געט ער א הסבר, אז א קינד וואס איז געבוירן פון א נישט אידישע מאמע איז עפ"י הלכה נישט קיין איד. און אזא קינד פון א געמישטע הייראט וועלכער ווערט נישט פאררעכנט אלס א איד. ווען ער/זי שטארבט הייסט דאס נישט עקה"ש. און , טענה'ט ער אז די מערסטע אומגעקומענע פון די זעקס מיליאן קדושים זענען פון אזעלכע געמישטע הייראטן.

ס'איז איבריג צו זאגן אז ער איז פאקטיש ראנג. ווייל די מציאות איז אז די גרעסטע רוב פון די אומגעקומענע קדושים זענען געווען אידן. א טייל נישט זייער שטארק רעליגיעז. אבער כשר'ע אידן

Re:

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 2:45 am
דורך berlbalaguleh
אלע צוזאמען האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2023 10:35 am
ברוך שפינוזה האט געשריבן:
קהל'ס נער האט געשריבן:ווען איך הער זיינע דרשות וויל איך מיך שמד׳ן.
לאמיך וואוסן וואס קאכט זיך למעשה אויס :lol:
גא''ם, לאז וויסן פון פאראויס וועלכע קלויסטער.
דאס דערמאנט מיך א מעשה וואס איך האב שוין פארציילט אין מילתא דבדיחותא.

ס'געווען 2 (עלטערע) בחורים וועלכע האבן געלערנט בחברותא אין א ישיבה אין די ליטא. איין טאג זאגט איינער פון די חברים אז ער האט מחליט געווען זיך צו שמד'ן. אומר ועושה. ער גייט אריבער צום גלח פון שטעטל כדי צו אפשמועסן א צייט ווען מ'וועט אדורכפיהרן די שמד צערעמאניע. זיין חבר איז מיטגעגאנגען מיט איהם. ער האט געוואלט זעהן וואס גייט געשעהן. זיי קלינגען אריין ביים גלח אין שטוב. קומט ארויס די רעבעצין די גלח'טע און זאגט אז איהר מאן איז יעצט נישט אינדערהיים. ער דארף באלד קומען. זי האט זיי געזאגט אז זיי קענען אריינגיין אין ליווינג רום ווארטן ביז ער וועט קומען. זיצנדיג און ווארטן נעמט דער חבר וועלכער האט זיך גהאלטן ביי שמד'ן ארויס א קליין גמרא'לע פון בוזעם טאש און וויל אנהייבן לערנען. זאגט צו איהם זיין חבר...דו ביסט משוגע געווארן? דו ווילסט זיך גיין שמד'ן און דו לערנסט גמרא.? ענטפערט איהם זיין חבר...ביטול טעירעה...!

יעצט וועט קומען דער בעל מסורת הש"ס פון קאווע שטיבל און צו לינקן פונקטליך וויפיהל מאל און ווען איך האב (שוין) פארציילט די מעשה'לע.

Re: Re:

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 12:57 pm
דורך קהל'ס נער
berlbalaguleh האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 2:45 am
אלע צוזאמען האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2023 10:35 am
ברוך שפינוזה האט געשריבן:
קהל'ס נער האט געשריבן:ווען איך הער זיינע דרשות וויל איך מיך שמד׳ן.
לאמיך וואוסן וואס קאכט זיך למעשה אויס :lol:
גא''ם, לאז וויסן פון פאראויס וועלכע קלויסטער.
דאס דערמאנט מיך א מעשה וואס איך האב שוין פארציילט אין מילתא דבדיחותא.

ס'געווען 2 (עלטערע) בחורים וועלכע האבן געלערנט בחברותא אין א ישיבה אין די ליטא. איין טאג זאגט איינער פון די חברים אז ער האט מחליט געווען זיך צו שמד'ן. אומר ועושה. ער גייט אריבער צום גלח פון שטעטל כדי צו אפשמועסן א צייט ווען מ'וועט אדורכפיהרן די שמד צערעמאניע. זיין חבר איז מיטגעגאנגען מיט איהם. ער האט געוואלט זעהן וואס גייט געשעהן. זיי קלינגען ארין ביים גלח אין שטוב. קומט ארויס די רעבעצין די גלח'טע און זאגט אז איהר מאן איז יעצט נישט אינדערהיים. ער דארף באלד קומען. זי האט זיי געזאגט אז זיי קענען אריינגיין אין ליווינג רום ווארטן ביז ער וועט קומען. זיצנדיג און ווארטן נעמט דער חבר וועלכער האט זיך גהאלטן ביי שמד'ן ארויס א קליין גמרא'לע פון בוזעם טאש און וויל אנהייבן לערנען. זאגט צו איהם זיין חבר...דו ביסט משוגע געווארן? דו ווילסט זיך גיין שמד'ן און דו לערנסט גמרא.? ענטפערט איהם זיין חבר...ביטול טעירעה...!

יעצט וועט קומען דער בעל מסורת הש"ס פון קאווע שטיבל און צו לינקן פונקטליך וויפיהל מאל און ווען איך האב (שוין) פארציילט די מעשה'לע.
אין אזא פאל פלעגט מיין רבי זאגן ״אז די קענסט יא קומט דיר שוין איינמאל פעטש…״

Re: יוסף מזרחי באשטימט 14 רבנים וואס זענען פון די ערב רב

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 14, 2023 8:31 pm
דורך פאלאצ'ינטא
המלוכה והממשלה האט געשריבן: מאנטאג יולי 13, 2020 5:00 pm די באקאנטע רעדנער יוסף מזרחי האט ארויסגעגעבען א ליסט פון 14 רבנים וואס זענען לויט אים פון די ערב רב , און ס'איז א סכנה צו הערן וואס זיי האבן צו זאגן.

די רבנים זענען

הרב מאניס פרידמאן
הרב דרור קאסוטא
הרב שמולי בוטח
הרב יוסף דועק
הרב אפרים מירוויס
הרב דניאל קאווארקין
הרב יונתן סאקס
הרב יונתן הלוי
הרב אפרם גאלדבערג
הרב וואלפין
הרב נתן סליפקין
הרב נתן לאפעז קארדאזא
הרב אבי ווייס
הרב בן זקן

רוב פון די רבנים האב איך קיינמאל נישט געהערט. ווער עס ווייסט וועגן זיי איז מכובד צו זאגן וואס זייערע שיטות איז, און פארוואס מזרחי איז אזוי בייז אויף זיי.


דא איז א ווידיאו וואס מזרחי האט געמאכט צוזאמען מיט נאך א לץ ירון ראובן וועגן זיין שווארצע ליסט
די ליסטע איז אביסל צו קורץ. עס דארף זיין אסאך מער. ליידער

Re: יוסף מזרחי באשטימט 14 רבנים וואס זענען פון די ערב רב

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 14, 2023 8:53 pm
דורך berlbalaguleh
איך בין געווען זיכער אז הרב זמיר כהן פון "הידברות" איז אויך אויף די ליסט. מ'קען נאך א ביסל פארגרעסערן די ליסט. וואס נעמט אריין א פאר "מקובלים" אויך. זיי אלע פרעדיגן ציוניזם מן התורה. (לשיטתו פון הרב יוסף מזרחי.).

ער אליין איז אויך א (שטיקל) ציוני. נאר ער איז א ישיבה'שער ציוני/דתי/לאומי. ער האט גארנישט (בשיטה) אקעגן די מדינה. נאר אז זיי זאללן זיין א ביסל מער ערליך. און סימפאטיזירן מיט ישיבה בחורים...!

Re: יוסף מזרחי באשטימט 14 רבנים וואס זענען פון די ערב רב

נשלח: מיטוואך מערץ 20, 2024 11:59 pm
דורך מנחם מנדל
מיט שמואלי בוטח בין איך פולי אויף איין פעידזש מיט אים, ער איז א שמוציגע אינג וואס פארשעמט די אידישע רעליגיע.