פראפ. דזשעפרי כאן האט געשיבן צוויי זייערע אינטערעסאנטע ביכער וועגן דעם ארויסרייד פון די בעלי המסורה פון טבריה. די ביכער קען מען לייענען בחינם דא: 1 2.
דער ערשטער באנד באשרייבט דעם ארויסרייד מיט אלע פיטשעווקעס: געשיכטע, ספרים, קאנסאנאנטן, וואקאלן. כאן האט דערקלערט מיט ביישפילן אז אפילו אין די אלטע צייטן איז געווען שווער זיך אויסצולערנען דעם ארויסרייד. ביים סוף זיינען דא לינקעס צו רעקארדירונגען פון קריאת בראשית און תהלים מיטן ארויסרייד פון טבריה.
דער צווייטער באנד נעמט אריין אין זיך דעם אריגינעלן אידיש-אראביש טעקסט פון דעם ספר "הידייאת אל-קארי," מיט הערות און אן איבערזעצונג.
צוויי וויכטיקע בענד וועגן א זייער וויכטיקער טעמע!
הברות פון לשון קודש
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 216
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 23, 2020 9:26 pm
- האט שוין געלייקט: 95 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 389 מאל
און דאָס וואָס שבת־צו־נאַכט קלינגט אויף אידיש „שאַבייסע נאַכט” איז אַ ראיה אַז אַ קמ״ץ פלעגט מען אויסזאָגן ווי אַ ציר״ה?
און דאָס וואָס בִּתיה איז געוואָרן בַּתיה אָדער גאָר פּעסיע, איז אַ ראיה אויף וואָס? בכלל אין דעם געביט פון נעמען האָבן אַ פולע מוסטערן פון מאָדנע איבערבײטן, שִׁמשון-שַׁמשון, רחל-רעכיל, שרה-שעריל וכו' וכו' – איך ווייס ניט אויף וויפל מ'קאָן ברענגען ראיות דערפון.
דער אונטערשייד צווישן סתם ווערטער פון וועלכע עס איז שווער עפּעס צו דרינגען ביזל אַ סאָלידער ראיה ווי כ״ץ'ס, אַז כ״ץ באַווײזט אַז די זעלביקע ווערטער קלינגען אַנדערש אין אָפענע טראַפן און אין געשלאָסענע טראַפן.
די ביכער וועל איך ליינען אי״ה לכשאפנה.

- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 12
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2019 9:39 pm
- האט שוין געלייקט: 2 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל
דוראק האט געשריבן:און דאָס וואָס שבת־צו־נאַכט קלינגט אויף אידיש „שאַבייסע נאַכט” איז אַ ראיה אַז אַ קמ״ץ פלעגט מען אויסזאָגן ווי אַ ציר״ה?
און דאָס וואָס בִּתיה איז געוואָרן בַּתיה אָדער גאָר פּעסיע, איז אַ ראיה אויף וואָס? בכלל אין דעם געביט פון נעמען האָבן אַ פולע מוסטערן פון מאָדנע איבערבײטן, שִׁמשון-שַׁמשון, רחל-רעכיל, שרה-שעריל וכו' וכו' – איך ווייס ניט אויף וויפל מ'קאָן ברענגען ראיות דערפון.
דער אונטערשייד צווישן סתם ווערטער פון וועלכע עס איז שווער עפּעס צו דרינגען ביזל אַ סאָלידער ראיה ווי כ״ץ'ס, אַז כ״ץ באַווײזט אַז די זעלביקע ווערטער קלינגען אַנדערש אין אָפענע טראַפן און אין געשלאָסענע טראַפן.
די ביכער וועל איך ליינען אי״ה לכשאפנה.
נו גוט, ביידער (און איך) זענען מסכים! די דאזיקע הנחה געפינט זיך אויף זיין ארבעט, טאַבעלע 2.
דער ארויסרייד פון שבת צו נאכט קען מען דערקלערן דורך א פאַרלענגערן אין דייטשישע וואקאלן אין עפענע טראפן:
שאבאס צו נאכט > שאבעס צענאכט > שאבעסצע (מלעיל) נאכט > שאבעסע נאכט > שאבייסע נאכט.
די נעמען דורך ביידערן זענען פארשפרייט אינעם אלטע ביכער און דאקומענטן. זיי זענען נישט דימיניוטיווע נעמען. דער חילוק צווישן די בני הית און בני חית נעמען איז אזוי גרויס און פארשפרייט אז מע קען נישט האלטן אז זיי זענען נאר אזוינע איבערבײַטן. ביידער האט טאקע געשריבן א פאר ביכער וועגן אידישע נעמען, ווייס ער ידען וועגן זיי! צום באדוירן האב איך נישט אט די ביכער איבערגעלייענט.
דאס היימישע אידישע ווערטערבוך — http://www.heimishyiddish.com