בלאט 2 פון 2
נשלח: מיטוואך יולי 22, 2020 12:41 am
דורך שמעון וואלף
בעלז אין ב"פ האט געמאכט א גרויסע קאמפעין פאר'ן נייעם תלמוד תורה בילדינג ווי זיי האבן געשאפן א 3-4 מעלוינעס. און גארנישט.
נשלח: מיטוואך יולי 22, 2020 1:24 am
דורך כרם זית
הכשילם בבני עניים שאינם מהגונים (גמ' ב''ב פ' לא יחפור). מדארף דאווענען צו קענען מקיים זיין צדקה כדמבעי.
Re: ווער בויט מיט טשערידי געלט און ווער יאגט אפ דערמיט?
נשלח: מיטוואך יולי 22, 2020 2:52 am
דורך פאליטיקאנט
היכי דמי האט געשריבן:וואס קלינגט מיר איצט איז די פערעלס ארגאניזאציע, וואס האבן אויפגעטריבן עטליכע מיליאן ביי די 'כלל ישראל קאמפיין', און זייט דעמעלטס האט מען נישט געהערט פון זיי. אבער אויך שווער צו זאגן, קען זיין זיי לייגן אוועק די געלט פאר קומענדיגע גזירות...
למעשה זענען זיי נישט עכט אנגעקומען צו גאול.
אבער איינער ווייסט ווער שטייט אונטער פערלס?
וועלכע פעולות האבן "זיי" אויפגעטון?
איך האלט אז עס זענען סתם א גרופע סקעמערס.
נשלח: מיטוואך יולי 22, 2020 3:10 am
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן:איך גיי נישט נעמען קיין שטעלונג אין די נושא מחמת סיבות שונות, און איך בין נישט דער גרויסער חסיד פון דעם פארשעי'ער רבי'ן פון מאנסי, ווייט פון דעם... אבער אזויפיל ווייס איך מידיעה ברורה אז ער האט געהאט אסאך חובות, א חלק פון העלפן מענטשן, און דער קאמפיין האט אים שטארק ארויסגעהאלפן.
שמעקעדיג: ייש"כ. פאר נוצן דעם ריכטיגן טערמין. ..."שטעלונג"...און נישט ..."שטעלע"... ווי א סאך טוען. ווייל די ערשטע איז א פאליטישע "שטעלונג"...און די צווייטע איז אן ארבעט'ס ..."שטעלע"...!
דו האסט נישט קיין השגה וואספארא תענוג רוחני דאס ארויסזאגן אדער שרייבן די ריכטיגע טערמינאלאגיע פארשאפט פאר אזעלכע מענטשן וועלכע זענען מקושר בנפש צו שפראך און דיקדוק. אין סיי וועלכע שפראך...!
למשל. אויף די ענגלישע ראדיא איז דא א ..."קאמערשל" פון א גרויסע קאמפעני...וואו די פרוי וועלכע ליינט דעם אדווערטייזמענט זאגט נישט ריכטיג ארויס איין ווארט. א יעדעס מאל איך הער עס. שטעכט עס מיר...!א וואונדער אז די אדווערטייזינג עידזשענסי האט נישט געטון די ריכטיגע ..."עדיטינג"...!
און לעומת. ווען מ'זאגט ריכטיג ארויס א ..."שווער"... ווארט פארשאפט עס א תענוג רוחני...!
נשלח: מיטוואך יולי 22, 2020 9:45 am
דורך מפיל קינד
היכי דמי האט געשריבן:וואס קלינגט מיר איצט איז די פערעלס ארגאניזאציע, וואס האבן אויפגעטריבן עטליכע מיליאן ביי די 'כלל ישראל קאמפיין', און זייט דעמעלטס האט מען נישט געהערט פון זיי. אבער אויך שווער צו זאגן, קען זיין זיי לייגן אוועק די געלט פאר קומענדיגע גזירות...
פערלס האט א שטאב מיט לויערס גרייט צו יעדע צייט, און יעדע מוסד וואס וויל זיין א חלק פון זיי און נוצן זייערע סערוויס צאלט אריין א מעמבערשיפ לויט וויפיל קינדער זיי האבן.
דער קאמפיין איז געווען געצילט אראפצונעמען דעם עול פון די מוסדות אז כלל ישראל זאל עס צאלן. דאס מיינט אז אנשטאט באבוב און פאפא זאלן צאלן זייער יערליכע מעמבערשיפ, האבן זיי געהאט א פעידזש און דורכדעם זיך געשפארט מעמבערשיפ פאר א יאר אדער צוויי.
די מוסדות וואס זענען אנגעקומען צום ציל האבן זיך געשפארט געלט, די אנדערע האבן געדארפט אליין צאלן.
נשלח: מיטוואך יולי 22, 2020 1:05 pm
דורך [NAMELESS]
אין וואס טיט זיך מיט
דעם קאמפיין?
נשלח: מיטוואך יולי 22, 2020 4:31 pm
דורך באר מים
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:אין וואס טיט זיך מיט
דעם קאמפיין?
ווער שטייט אינטער דעם?
נשלח: דאנערשטאג יולי 23, 2020 3:54 pm
דורך געזונטערהייט
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:אין וואס טיט זיך מיט
דעם קאמפיין?
ס'שמעקט נישט גיט.
אן קיין נאמען. נישט קיין וועד.. נישט קיין רב..
ביי אסאך גרויסע סוקסעספולע קאמפיינס - וועט מען זעהן נעמען פון א וועד / באורד ואס שטייט אונטער דעם.
דא שטייט עפעס גארנישט....
נשלח: פרייטאג יולי 24, 2020 12:15 am
דורך בן ישי
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:אין וואס טיט זיך מיט
דעם קאמפיין?
שטייט דארטן אן אפדעיט
Re: ווער בויט מיט טשערידי געלט און ווער יאגט אפ דערמיט?
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 06, 2020 7:59 pm
דורך פאליטיקאנט
אהא, הייסט אז זיי זענען אנגעקומען צום גאול פון זייער קאמפיין + א באנוס, דערנאך איז געווען שטיל אפאר חדשים - נאכדערצו אין אזא קריטישע צייט ווען רוב עולם איז געווען אינדערהיים און געקענט מער אויפטון פאר שידוכים - יעצט שפענדט מען אויף א וויכטיגע זאך וועלכע וועט טאקע אסאך אויפטוען און פארמערן שידוכים......

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 06, 2020 8:20 pm
דורך מפיל קינד
א זייטיגע הערה, פרעג סיי וועלכע שדכן, רוב מענטשן האבן נישט אויסגעהערט שידוכים בשעת קאראנע. ס'איז געווען גאר גאר א שוואכע בין הזמנים לגבי שידוכים.
די סיבה? מ'קען לערנען פשטים אז דער אנגעזעצטער מצב האט נישט געלאזט אויסהערן, יעדער איז געווען פארנומען מיט פולע שטיבער און נישט געהאט צייט וכו', אבער פאקט איז אז דאס האט פאסירט.
Re: ווער בויט מיט טשערידי געלט און ווער יאגט אפ דערמיט?
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 06, 2020 9:02 pm
דורך פאליטיקאנט
היא הנותנת, למעשה איז דאך געווען א שטערקערע שעת הכושר, איי די עולם איז אנגעזעצט?
נא, האמער דאך לזווג! זיי וואלטן געדארפט שטערקער קאמפיינען!
און אז איינער ווייסט מער פרטים וואס די הייליגע ארגאניזאציע טוט, זאל ער זיך ביטע אנרופן.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 06, 2020 9:56 pm
דורך געזונטערהייט
פאליטיקאנט האט געשריבן:היא הנותנת, למעשה איז דאך געווען א שטערקערע שעת הכושר, איי די עולם איז אנגעזעצט?
נא, האמער דאך לזווג! זיי וואלטן געדארפט שטערקער קאמפיינען!
און אז איינער ווייסט מער פרטים וואס די הייליגע ארגאניזאציע טוט, זאל ער זיך ביטע אנרופן.
אפיציעל האבן זיי א שטאב מיט שדכנים, און ווער אימער קען אריינקופן מיט עני איידיע פאר א שידוך, און זייערע שדכנים פרובירן עס אויסצופירן, און דער איידיע ברענגער באקומט עפעס דערפאר.
אויב איז עס טאקע אזוי, איז עס נישט קיין שלעכטע געדאנק
Re: ווער בויט מיט טשערידי געלט און ווער יאגט אפ דערמיט?
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 06, 2020 10:05 pm
דורך פאליטיקאנט
טאקע נישט קיין שלעכטע געדאנק, און אויכעט גאנץ א פשוט'ע.
אבער וואס קאסט געלט?
אדרבה, ס'איז א ביזנעס!
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 06, 2020 10:09 pm
דורך געזונטערהייט
ווי זעהסטו זיי גיין נאך געלט?
Re: ווער בויט מיט טשערידי געלט און ווער יאגט אפ דערמיט?
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 06, 2020 10:11 pm
דורך גראף
איך שטעל זיך פאר אז א שטאב מיט שדכנים דארפן עסן ביז צו די קרעטשמע אויך. און וויפיל צאלן שוין רוב מחותנים פאר אויספירן א שידוך?
Sent from my SM-G950U using Tapatalk
Re: ווער בויט מיט טשערידי געלט און ווער יאגט אפ דערמיט?
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 06, 2020 11:52 pm
דורך פאליטיקאנט
געזונטערהייט האט געשריבן:ווי זעהסטו זיי גיין נאך געלט?
זיי האבן געמאכט א קאמפיין אפאר חדשים צוריק.
גראף האט געשריבן:איך שטעל זיך פאר אז א שטאב מיט שדכנים דארפן עסן ביז צו די קרעטשמע אויך. און וויפיל צאלן שוין רוב מחותנים פאר אויספירן א שידוך?
אהא, און איינער ווייסט ווער ס'באקומט באצאלט פון זיי?
נשלח: פרייטאג אוגוסט 07, 2020 10:09 am
דורך געזונטערהייט
האב איך ניט געוויסט אז זיי האבן געמאכט א קאמפיין.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 07, 2020 11:25 am
דורך באר מים
וואס הייסט וואס זיי טוען זיי האלטן אויף א פאנד רעיזער

נשלח: פרייטאג אוגוסט 07, 2020 11:29 am
דורך מנחם ציון
פאליטיקאנט האט געשריבן:טאקע נישט קיין שלעכטע געדאנק, און אויכעט גאנץ א פשוט'ע.
אבער וואס קאסט געלט?
אדרבה, ס'איז א ביזנעס!
דערמאנט מיר פון די מעשה מיט א ישראלי וואס איז ארומגעגאנגן נאך געלט פאר זיין גמ"ח
פרעגט מען אים וועלכע גמ"ח פירט איר?
זאגט גמ"ח ויכולו
וואס איז דאס?
וואס הייסט? ווען איינער דארף זאגן ויכולו, און ער האט נישט ווער זאל מיטזאגן מיט אים, האבן אונז א גמ"ח פון פול טיים וואלענטירן, וואס זענען גרייט מיטצוזאגן מיט אייך ויכולו..
אה הא.. זייער שיין.. אבער וואס קאסט דא געלט אז איר זאלט שנארן?
וואס הייסט? יעצט אז איך בין דא האב איך געדארפט שטעלן א במקום, דער קאסט שוין געלט....