בלאט 2 פון 2

נשלח: זונטאג אוגוסט 02, 2020 11:00 pm
דורך גבור חיל
דוראק האט געשריבן:אין מדרש שטייט אַז מרדכי האָט געגעבן אסתר'ן זויגן פון זײנע אייגענע מילך.


אין מס' שבת דף נ"ג עמד ב' שטייט ווי פאלגענד:

ת"ר מעשה באחד שמתה אשתו והניחה בן לינק ולא היה לו שכר מניקה ליתן ונעשה לו נס ונפתחו לו דדין כשני דדי אשה והניק את בנו אמר רב יוסף בא וראה כמה גדול אדם זה שנעשה לו נס כזה א"ל אביי אדרבה כמה גרוע אדם זה שנשתנו לו סדרי בראשית אמר רב יהודה בא וראה כמה קשים מזונותיו של אדם שנשתנו עליו סדרי בראשית אמר רב נחמן תדע דמתרחיש ניסא ולא אברו מזוני:

נשלח: מאנטאג אוגוסט 03, 2020 6:29 pm
דורך בוטן
נו וואס מיינט א טימטום?

נשלח: מאנטאג אוגוסט 03, 2020 10:48 pm
דורך berlbalaguleh
דו פרעגסט לויט רש"י אדער אויף עברית (סלענג)?!

לויט רש"י. אז מ'ווייסט נישט וואס ער איז. א זכר אדער א נקיבה. ווייל אלעס איז פארמאכט...!

אויף עברית סלענג (די שפראך פון די גאסן יונגען) . א תם קאפ...!

נשלח: מאנטאג אוגוסט 03, 2020 10:55 pm
דורך בוטן
לויט די משנה איז עס א צווייטע זאך

נשלח: דינסטאג אוגוסט 04, 2020 8:29 am
דורך אישתישבי
עפעס זאגט מיר אז די שפילסט טומטום. לויט דער העברעישער פשט.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 04, 2020 1:20 pm
דורך בוטן
ס'שטייט אז נאר ביים געבורט איז נישט ניכר ביי א טומטום אויב ס'איז א זכר צו נקיבה, אבער די הלכה רעדט דאך פון א גדול וואס איז אזוי.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 04, 2020 7:25 pm
דורך אישתישבי
זעהט אויס אז די פארשטייסט נישט. טאקע א מטומטם.


אריגינעל האב איך געשריבען וואס שטייט אין קוואטס, און עס געוועהן געשריבען לגבי דעם וואס "בוטן" האט געשריבען אין דער פריעדיגער תגובה, אבער היות אונזער באליבטער בוטן האט געטוישט זיין תגובה האט עס נישט קיין פשט מער.

מהיום והלאה טאמיר וועל איך פילען פאר וויכטיג צו שרייבען א תגובה אויף וואס "בוטן" שרייבט, וועט עס בל"נ זיין דורך ציטירען.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 04, 2020 9:10 pm
דורך berlbalaguleh
אישתישבי האט געשריבן:עפעס זאגט מיר אז די שפילסט טומטום. לויט דער העברעישער פשט.

אישתישבי: איך האב געהאט די זעלבע פיעלינג. אויך האטציך מיר אריינגעכאפט א פארדאכט אז דאס איז גאר מנשה'לע . נאר אנדערש פארשלייערט.

ווען מ'זעהט אז א ניק. ספעציעל א נייער ניק הייבט אן צו קריכן אויף די נערוון. און ער טראללט אוועק. קענמען שטעללן אויף די חזקה אז דאס איז דער אלטער פגע רע מנשה לוסטיג.

א זיכערער וועג איהם אויסצופרובירן איז, אז מ'זאגט א קרום ווארט (מעג זיין אפילו קאמיש) אויף זיין רעבע. דאמאלס פארלירט ער זיין גלייכגעוויכט און ער הייבט אן שעלטן און רעדן מיאוסע ווערטער און נוצן געמיינע לשונות. סאו. דער אלטער פגע רע מנשה לוסטיג זאלל ארויסקריכן...וירא הקהל וישפוט...!

נשלח: דינסטאג אוגוסט 04, 2020 9:41 pm
דורך בוטן
וואס מיר קומט אויס אינטערעסאנט, אז פון איין זייט ווער ס'ווערט אזוי געבוירן שעמט זיך דערמיט, און יענע וואס מאכן זיך אזוי, האלטן זיך שטאלץ דערמיט...
וואס באמת איז עס גארנישט קיין וואונדער, ווייל קוקט אויס איינער מיט שכל האט בושה, און ווער ס'טוט אזאנס האט א הלכה ווי א בהמה, כי זרמת סוסים זרמתם, און האט טאקע נישט קיין שעים.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 05, 2020 12:35 pm
דורך כרם זית
גאר אן אינטערעסאנטע שטיקל פונעם פרשן המשנה ר' ישראל ליפשיץ ז''ל (שוין דא אן אשכול אויף אים?). צווישן אנדערע זאגט ער עדות אז ער איז געווען מוהל אויף אן אנדרוגינוס.

ורמג”א תקפ”ט ב’ כתב בשם הרי”ף. שפעם הוא זכר ופעם הוא נקבה. ולא מצאתי כן ברי”ף. גם הדבר בעצמו רחוק ממושג אנושי. איך אפשר שישתנה פניו ככרום ולהתהוות פעם כך ופעם כך. ואפשר שכוונת רמג”א דפעם כח הזכרות שבו גובר. ופעם כח הנקבות. מדיש לו זכרות ונקבות כשמו כן הוא. דאנדרו בלשון יון איש. וגינוס אשה. וחדשים מקרוב כתבו המתחכמים (בקאנפערזאטיאנסלעקסיקאן) שאינו בנמצא כלל. ואני אומר אשר פיהם דבר שוא וימינם ימין שקר. לכתוב הכחשה על דבר מפורסם. ועיני ראו ולא זר. זה בכמו י”ב שנים מלתי בעצמי ילד כזה שהי’ לו גיד זכרות כהוגן. רק שלא הי’ נקב בראש הגיד. רק שממקום הראוי לנקב הי’ נמשך בליטה בעור בכמו חוט לאורך הגיד עד למטה באמצע הכיס שבו הביצים ובין ב’ הביצים הי’ נקבות כראוי. ומשם השתין. וגם הגיד הי’ מתקשה כשמשמשו בו. וזה בכמו ט”ו שנים הביא לפני קצב א’ כבש לשאול עליו אם כשר הוא בעבור שהראני בו זכרות למטה ככל האילים ונקבות סמוך לאחורים ככל הרחלות. וטומטום לא היה צריך תנא לאשמעינן דאי קודם שנקרע העור שע”ג הערוה פשיטא דאסור דשמא כשיקרע העור ימצא שהוא נקבה ונמצא שחילל שבת. ואי לאחר שנקרע פשיטא דמותר למולו לכתחילה בשבת כשאר זכר אף שאינו מוליד


די שטיקל איז פון מסכת שבת פרק יט.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 05, 2020 3:06 pm
דורך אישתישבי
דערמאנט מיר פין ראמי קאהן ספר.

Re: א שמועס מיט א אַנְדְּרוֹגִינוֹס

נשלח: מוצ"ש פעברואר 06, 2021 9:28 pm
דורך nespresso
וואס איז זיין קראמעסאנס xx אדער yx?

Sent from my SM-A015V using Tapatalk

נשלח: מיטוואך אפריל 28, 2021 2:23 pm
דורך איך אויך
אישתישבי האט געשריבן:איך ווייס און אסאך אנדערע ווייסן פין א היימישע וואס מען האט געמאכט א מיידעל, און זי האט חתונה געהאט אפילו. איך ווייס נישט די היתירים, אבער דאס איז דער מציאות.

ווייס איך פון א פאל אין אנטווערפן וואס מען האט גענומען א עלטערע בלינדער בחור און חתונה געמאכט מיט אזא אנדרוגינוס. קוקט אבער אז יענער האט דאך יא געוויסט עפעס פון די וועלט און איינמאל ער האט געטאפט די זאך....איז גאנץ שנעל געווען א גט.

איך האב עס געהערט פון א פרוי וואס קען די 'כלה'.

דערמאנט מיר פון א סצענע אין איינע פון די 'ביג מאממא' קאמעדיע פילמס ווי מארטין לורענס פארשטעלט זיך ווי א באבע, תדרשנו משם.