בלאט 2 פון 2

Re: איך האב נישט ליב ווען אנדערע.....

נשלח: דינסטאג אוגוסט 11, 2020 7:40 pm
דורך ישן מלא חדש
מאך זיכער האט געשריבן:
געזונטערהייט האט געשריבן:אוי זאגסטו גוט.
די קאפס וואסער איז עפעס א מכה שלא כתובה בתורה.
כ'קען אמאל אריין אין א בית הכבוד בודקעלע און זיך אנטרעפן מיט 3-5 האלב אנגעפולטע גלעזלך מים אחרונים...
א מין אוממענטשליכקייט דאס!

ברויכעך נאכקוקן אין מיין קאלענדער ווען עס איז געווען דאס לעצטע מאל וואס איך האב געקאקט ברבים... אנטשולדיגט ר' איד, די טוילעט אין שול איז דירעקט געמאכט פאר די אידן וואס ברויכן גיין אין די שול'ס כבוד שטיבלעך, דו זוך דיר ערגעץ אנדערש וואו צו גיין.
סתם פאר נייגעריגקייט וואס נאך שרייבסטו אויף דיין קאלענדער?

Sent from my SM-T113 using Tapatalk

נשלח: דינסטאג אוגוסט 11, 2020 9:24 pm
דורך כרם זית
וסתות.

Re: איך האב נישט ליב ווען אנדערע.....

נשלח: דינסטאג אוגוסט 11, 2020 11:13 pm
דורך גראף
איך מיין דער מעקסיקאנער האט אויך נישט ליב...ווען ער דארף פטור ווערן פון די גלעזלעך וואסער.
(וואס טראכט ער?)

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

נשלח: דינסטאג אוגוסט 11, 2020 11:43 pm
דורך רביה''ק זי''ע
ער איז שוין אזוי צוגעוואוינט צו מאדנע ערשיינונגען אז ער טראכט שוין נישט אריין, איך האלט שוין אויך אט אט דארט...

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2020 9:20 am
דורך אישתישבי
פינף זעקס בחורים צו מיידלעך וואקען אין די ברייט אויף דער סיידוואק, און דער עולם קען נישט אדורך גיין נישט מלפנים נישט מלאחור, איך דארף אריין פאלען אין דער זייט מיט דער געמויזעכטס פין דער דאגי'ס.

האקען אריין אין מיטען א סענטענס מיינענדיג אז זיי ווייסן וואס איך גיי זאגען. און דערנאך מאכן זיי נאך א וויכוח אז איך האב עס יא געוואלט זאגן.

פארען אויף דער לינקע לעין אונטער דער ספיד לימיטס. (די מיינסט אז ווייל די האסט צייט האב איך אויך?)

זאגען מיר עפעס, איך האב נישט געהערט, פרעג איך וואס? זאגן זיי עס איבער זייער שטאט און אויף א העכערע טאן. (די ביסט אבנאקשעס זאג איבער נארמאל, מען מוז דיר הערען דער ערשטער מאל? רבי אין חדר וואס די ביסט). געשעהט אפט אויף דער טעלעפאן ווען איינער דארף זאגן א נאמבער אדער פעסווארד.

סליק

נשלח: זונטאג אוגוסט 16, 2020 1:09 am
דורך סאנטיאגא
שרייען אריין פאר ברכו ווען די גאנצע עולם ווארט שוין דער בעל תפילה זאל קומען צום ווארט און דער פרומאק מוז ווייזן אז ער האט יעדעם אין באד און ער דריקט שטאט און קלאר "ברוך ה' לעולם אמן ואמן..." דער אינגערמאן שטייט מיטן רוקן צום עולם, ער טוט א חסד ווי א ריכטיגער שליח ציבור און ווען ער הערט איינעם, קען ער פילן ווי נאך אפאר זענען הונטערשטעליג און די גאנצע געשעפט הייבט זיך אן ציען.. דו ווילסט מכוון זיין? נא פראבלעם! דאוון פאמעליך געזונטערהייט, אבער עדווערטייז נישט אז דו ביזט בעסער און חשוב'ער ווען יעדער האלט שוין ווייטער, שאט די העל אפ אקס איינער!