בלאט 2 פון 11

נשלח: מיטוואך אוגוסט 12, 2020 1:38 pm
דורך מפיל קינד
ממשיך דרכו ביים לויה

נשלח: מיטוואך אוגוסט 12, 2020 1:45 pm
דורך מנחם ציון
מנחם ציון האט געשריבן:פארוואס עפעס ער?

וואס זענען זיינע קרעדענשלס אויסער אז ער האט א הדר רוזינאי?

נשלח: מיטוואך אוגוסט 12, 2020 6:25 pm
דורך במדבר

נשלח: מיטוואך אוגוסט 12, 2020 10:30 pm
דורך לבי ובשרי
מפיל קינד האט געשריבן:הרה"צ רבי יצחק יהושע העשיל שליט"א ביי זיין חתונה, שבט תשע"ח

פארוואס גייט נישט דער זון מיט א שניפסל ביים חתונה?

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2020 9:16 am
דורך אישתישבי
אהן א שניפסל און א הדר ריזונאי.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2020 11:26 pm
דורך [NAMELESS]
וואס מיינט הדר ריזונאי?

נשלח: פרייטאג אוגוסט 14, 2020 9:47 am
דורך התם ומתמם עם תמימים
א מין אתרוג וואס וואקסט אין רוזין

נשלח: פרייטאג אוגוסט 14, 2020 11:56 am
דורך מנחם ציון
אדער א מין פעפער לויט די הוה אמינא אין דער סוגיא

נשלח: פרייטאג אוגוסט 14, 2020 2:16 pm
דורך בוטן
לויט שאולזון גייט פאר חאגע דארט, ס'טוט זיך א בלבול המוחין פון אפאר צוואות וואס ער האט געשריבן.
אפשר איז צייט אז די רבי'ס זאלן נעמען בירט-קאנטראל...

נשלח: פרייטאג אוגוסט 14, 2020 2:43 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
וועלכע קינד זיינער ווילסטו דא אפווישן? אלע זענען פיין און וואויל, וועלכע וואלט ענדערש נישט געדארפט געבוירן ווערן?

אבער טאמער בירט קאנטראל, זענען שאולזון'ס טאטע און מאמע פיינע קאנדידאטן. דער וועלט וואלט גארנישט דערלייגט.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 14, 2020 2:46 pm
דורך בוטן
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:וועלכע קינד זיינער ווילסטו דא אפווישן? אלע זענען פיין און וואויל, וועלכע וואלט ענדערש נישט געדארפט געבוירן ווערן?

אבער טאמער בירט קאנטראל, זענען שאולזון'ס טאטע און מאמע פיינע קאנדידאטן. דער וועלט וואלט גארנישט דערלייגט.

חלילה אז יעצט זאל מען איינעם באזייטיגן, אבער אויב דאס איז די תוצאה פון ספינקא, באבוב, וויזשניץ, וכו' אז ס'דאפעלט זיך מחלוקת, זאל דער רבי האבן א בן יחיד - ניטאמאל א איידים...

נשלח: פרייטאג אוגוסט 14, 2020 4:14 pm
דורך אישתישבי
און טאמער ווערט געבוירן א בכורה?

אין ליבאוויטש האט זיך דער איידעם גאנץ פיין אויסגעארבעט, כאטש ער איז געווען א שטודירטע.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 14, 2020 4:17 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
בוטן האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:וועלכע קינד זיינער ווילסטו דא אפווישן? אלע זענען פיין און וואויל, וועלכע וואלט ענדערש נישט געדארפט געבוירן ווערן?

אבער טאמער בירט קאנטראל, זענען שאולזון'ס טאטע און מאמע פיינע קאנדידאטן. דער וועלט וואלט גארנישט דערלייגט.

חלילה אז יעצט זאל מען איינעם באזייטיגן, אבער אויב דאס איז די תוצאה פון ספינקא, באבוב, וויזשניץ, וכו' אז ס'דאפעלט זיך מחלוקת, זאל דער רבי האבן א בן יחיד - ניטאמאל א איידים...

ספינקא - וואס איז די פראבלעם? אלע קינדער ווערן רביס, און אלס קלאפט ווי א זייגער.
באבוב - ר' שלמה האט געמיינט אז ר' נפתלי איז געהרג'ט געווארן, וואס האט ער געדארפט טון?
וויזשניץ - וואס איז די פראבלעם? זאלען זיי אלע ווערן רביס.

פארקערט, א בן יחיד מיינט אז דער אחד יחיד איז א מושל בכיפה, ומי יאמר לו מה תעשה ומה תפעל. עי' ערך בעלזא, סקווער וכדו'. ווען ער האט א ברודער פון וועמען ער מוז מורא האבן, מוז ער זעיך פירן עטוואס לייטיש.

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 15, 2020 11:22 pm
דורך גראף
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:באבוב - ר' שלמה האט געמיינט אז ר' נפתלי איז געהרג'ט געווארן, וואס האט ער געדארפט טון?

וואס? קיינמאל געהערט דער קאנספיריסי.

נשלח: זונטאג אוגוסט 16, 2020 12:19 pm
דורך זכור ושמור
ניחום אבלים בבית הרבי

נשלח: זונטאג אוגוסט 16, 2020 8:04 pm
דורך אינגערמאנטשיקל
ס'טוט זיך טישן און בענק. אלטע צוואה נייע צוואה. גבאים און שטוב מענטשן. די אלמנה פונעם רבי'ן זצ"ל חלש'ט. מארגן גייט מען ליינען צוואה.

און קאווע שטיבל גם לרבות צימעס: שלאפט!

נשלח: זונטאג אוגוסט 16, 2020 10:37 pm
דורך מיינונגזאגער
איך בין נישט באקאנט מיט די ריזשינער חסידות, אבער אין חודש טבת תשמ"ז איז אוועק פון דער וועלט א גאר הייליגער איד, זיין נאמען איז געווען הרה"צ רבי משה מרדכי בידרמן זי"ע, כ"ק אדמו"ר מלעלוב-קארלין.
ער האט איבערגעלאזט א שטוב מיט גאר געראטענע קינדער, איינס גרעסער פונעם צווייטן.
די דריי באקאנטע אין די רייע פון זייער עלטער:
הרה"צ רבי אברהם צבי שלמה זי"ע מירושלים
הרה"צ רבי שמעון נתן נטע זי"ע מבני ברק
הרה"צ רבי אלתר זי"ע.

נאך די פטירה פון ר' משה מרדכי זענען די דריי געווארן רבי'ס. קיין איינער פון זיי האט נישט געהאט צו קיין גרויסער עולם. אפי' דער פאטער ר' משה מרדכי ז"ל האט נישט געהאט וואס צו צעטיילן אין דריי, אבער עס איז 3 דעקעידס שפעטער, קיינער פון די דריי לעבן שוין נישט, און עס איז דא פון די דריי, הונדערטער רבי'ס און טויזענטער חסידים, מוסדות פארענטשעס, און אלע 30 אייניקלעך פון הרה"צ מ"מ זי"ע כולם אהובים, כולם ברורים. וויי אין די וואורלד שאד דיס בי א פראבלעם? וואס איז די איבערקערעניש? ווער עס האט די כוחות און קען זיך בויען שאד גאו אהעיד ענד געט סטארטעד.

אז איינע פון די רבי'ס זוכן א שר החוץ, גיט זיי מיין ניק.

נשלח: זונטאג אוגוסט 16, 2020 10:55 pm
דורך בוטן
טאקע דאס איז די נקודה דא!
פארוואס נעמען איינעם אלץ פירער? זאל זיך יעדער מאכן שבת פאר זיך, און מ'וועט זען ווער ס'מאכט עס בעסער...
אויסער דעם וואס אויב - לאמיר זאגן - א יונגערער באקומט די מלוכה, און די די אלע נכסי החצר פארלירט דער בכור?

נשלח: זונטאג אוגוסט 16, 2020 11:12 pm
דורך מיינונגזאגער
אויב די נכסי הציבור ווילן דעם יונגסטען, וואס קענען די עלטערע זוהן טוהן דערוועגן בעצם?

נשלח: זונטאג אוגוסט 16, 2020 11:16 pm
דורך בוטן
גייט עס שוין אריין אינעם חילוקי דעות ווי אין חב''ד, צו די חצר געהער צו די חסידות, אדער צו די משפחה.

נשלח: זונטאג אוגוסט 16, 2020 11:44 pm
דורך מיינונגזאגער
בוטן האט געשריבן:גייט עס שוין אריין אינעם חילוקי דעות ווי אין חב''ד, צו די חצר געהער צו די חסידות, אדער צו די משפחה.

בעצם איז דאס געווען די עיקר מערכה אין סאטמאר 20 יאר צוריק. פאר וועם באלאנגט קהל יטב לב, פארן רבי'ן אדער פאר די קהלה. די קהלה נעמט אויף די פירער מיט שטאטוטען און דער פירער מוז פאלגן די קהלה'שער שטאטוטען. עס איז נישט נכסי פרטי נאר נכסי ציבור.
דאס איז הני מילי ווען מען רעדט פון א קהלה וואס בעצם באלאנגט נישט אז א קינד זאל ווערן רבי, ווייל ער קען נישט מוריש זיין א זאך וואס האט נישט באלאנגט פארן פאטער, אזוי ווי אינדערהיים האט מען אויפגענומען א רב מיט וואוטס און קאנסוס.

אבער חסידות און רביסטעווע האבן זיך יא געגרינדעט אלץ א פרטי'שער נכס. עס זענען נאר געקומען חסידים און געהאלפן דעם רבי'ן בויען די פריוואטע נכסים, אבער עס מיינט נישט אז די רבי האט פארלוירן די בעלות אויף די נכסים ווייל עס זענען דא מענטשן וואס האבן אינוועסטירט אינעם רבין׳ס פריוואטע נכסים.

א יעדע חסידות דארף קלאר שטעלן זיינע פאקטן, איז ער א קהלה מיט א קהלה'שער נעיטשור אדער איז א פריוואטער אייגענטום פון א רבין וואס אלעס איז פארשריבן אויפן אייגענעם נאמען, און דער רבי קען עס נאכדעם פארשרייבן פאר וועם ער וויל, פאר סיי וואספארא סיבה.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 17, 2020 2:27 am
דורך מפיל קינד
מיינונגזאגער האט געשריבן:איך בין נישט באקאנט מיט די ריזשינער חסידות, אבער אין חודש טבת תשמ"ז איז אוועק פון דער וועלט א גאר הייליגער איד, זיין נאמען איז געווען הרה"צ רבי משה מרדכי בידרמן זי"ע, כ"ק אדמו"ר מלעלוב-קארלין.
ער האט איבערגעלאזט א שטוב מיט גאר געראטענע קינדער, איינס גרעסער פונעם צווייטן.
די דריי באקאנטע אין די רייע פון זייער עלטער:
הרה"צ רבי אברהם צבי שלמה זי"ע מירושלים
הרה"צ רבי שמעון נתן נטע זי"ע מבני ברק
הרה"צ רבי אלתר זי"ע.

נאך די פטירה פון ר' משה מרדכי זענען די דריי געווארן רבי'ס. קיין איינער פון זיי האט נישט געהאט צו קיין גרויסער עולם. אפי' דער פאטער ר' משה מרדכי ז"ל האט נישט געהאט וואס צו צעטיילן אין דריי, אבער עס איז 3 דעקעידס שפעטער, קיינער פון די דריי לעבן שוין נישט, און עס איז דא פון די דריי, הונדערטער רבי'ס און טויזענטער חסידים, מוסדות פארענטשעס, און אלע 30 אייניקלעך פון הרה"צ מ"מ זי"ע כולם אהובים, כולם ברורים. וויי אין די וואורלד שאד דיס בי א פראבלעם? וואס איז די איבערקערעניש? ווער עס האט די כוחות און קען זיך בויען שאד גאו אהעיד ענד געט סטארטעד.

אז איינע פון די רבי'ס זוכן א שר החוץ, גיט זיי מיין ניק.


היסטאריע שאדט נישט, רבי אלתר מיט רבי שמעון זענען געווען צוקריגט. רבי שמעון איז אויפגענומען געווארן אין בני ברק און ר' אלתר האט גארנישט געהאט. יארן שפעטער איז ר' אלתר אויך געווארן רבי אין בני ברק, זיי זענען געווען צוקריגט, די מחלוקה גייט נאך טיילווייז אן ביז היינט. די משפחות קענען זיך כמעט נישט.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 17, 2020 2:39 am
דורך מיינונגזאגער
ר' אלתר מיט ר’ שמעון זענען געווען צעקריגט?
מהיכן בא היסטוריה זו, האם זה חדשות אבל לא היסטוריה? איך דענק גוט ביידע. ריכטיג אז עס זענען געווען נאנטע מענטשען אזוי ווי ביי אלע גרויסע רבי'שע צדיקים וואס האבן געהאט אן אגענדע צו צוטיילן די צוויי ברידערקעס, אבער איך געדענק ווען די אחים קדושים ר’ אברהם זצ”ל מיט ר’ שמעון זצ”ל זענען געקומען אויף ניו יורק נאך געלט פאר דער יונגערע (צוקריגטער) ברידער ר’ אלתר זצ”ל ווען ער האט געהאלטן ביים חתונה מאכן איינע פון זיינע קינדער, ולא היה לו לפורטה אפי’ שוה פרוטה. און די צוויי הייליגע ברודער צוזאמען האבן דאן צוזאם געשטעלט דאס גאנצע געלט.

אדרבה, צייג מיר אן ווי אין די היסטוריה מען געהערט אפי’ א פיפס פון א מחלוקה צווישן די צוויי.
לא דובים ולא יער.