געטוישטע און פארגעסענע מצוות

מחשבה, השקפה ועיון
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

אישתישבי האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:וועלכע ווערטער וואס דער רשב"ם זאגט איז נישט אמת לויט רש"י?

אז די דור פון די באי הארץ האבן געענדיגט שטארבן אום ט"ו באב, ס'קען זיין אז ס'איז סתם אזוי אמת, אבער נישט דאס איז וואס די גמרא זאגט.

דער רשב*ם זאגט עס נישט. ער זאגט אז איינמאל זיי זענען געשטארבן האבן זיי געמעגט חתונה האבן, און דאס איז אמת לויט רש"י אויך. איך זעה נישט אז דער רשב"ם זאל זאגן אז זיי האבן געענדיגט שטארבן אין ט"ו באב.

נישט נאר זאגט דאס נישט דער רשב*ם נאר ער איז עס אויך שולל
והשתא מיהא אם נשתיירו עדיין בני אדם שהיו באותו הדור אכתי באיסורייהו קיימי אבל שאר בני אדם שלא היו באותו הדור מותרין
ויש מפרשים יום שהותרו שבטים שהרי בט"ו באב כלו מתי מדבר כדלקמן וטעות הוא בידם


#אויבערפלעכלעך_עז_יאזעל
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
והאיש משה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 121
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 12, 2014 12:00 pm
האט שוין געלייקט: 78 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 184 מאל

שליחה דורך והאיש משה »

מיינונגזאגער האט געשריבן:טאקע דערפאר האבן די חכמים מבטל געווען א מצות עשה כדי מען זאל נישט עובר זיין אויף הוצאה, און נישט נאר אין ביהמ״ק נאר לדורות עולם, ווען סוכות וועט געפאלן אין שבת זאלסטו וויסען אז מען טאר נישט עובר זיין אןיף א לא תעשה פאר אן עשה.


Sent from my iPhone using Tapatalk


סתם פאר די פוקליכקייט פון די זאך, און ביהמ"ק האט מען יא גענומען ד' מינים שבת
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

די גמרא דארט פרובירט טאקע צו פארענטפערן א סתירה צווישן צוויי ברייתות, וואס אין איין ברייתא שטייט אז מ'שאקעלט יא אום שבת און אין א צווייטער שטייט אז מ'שאקעלט נישט, וויל די גמרא זאגן אז איינס רעדט אין בית המקדש און דער צווייטער רעדט אין שול. למעשה פרעגט עס די גמרא אפ און ענטפערט אז די ערשטע רעדט פאר די גזירה און די צווייטער רעדט נאכ'ן גזירה.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

[center]פארגעסענע מצוות טייל 3: די אידישע שריפט, די אראמישע שריפט, קשר של תפילין, און די סליפערי סלאופ ארגומענט[/center]



קינד און קייט ווייסן איבער די הייליגקייט פון די אידישע אותיות, און וויפיל רמזים און און טיפע סודות ליגן באהאלטן אין זיי. די סופרים וואס שרייבן ספרי תורה, תפילין, און מזוזות ווייסן ווי שטארק מ'דארף פארזיכטיג זיין נישט צו טוישן אפילו איין תג פון אן אות, און אז מ'גיבט אמאל בטעות א קליינע טויש קען מען חלילה פסל'ען די גאנצע זאך און מ'דארף איבערשרייבן פון פריש. ס'קען זיך איינעם דאכטן אז די הייליגע אותיות האט משה רבינו אראפגעברענגט פון בארג סיני צוזאמען מיט אלע רמזים און סודות דערינען, לאמיר זעהן צו ס'איז טאקע אזוי, אבער ערשט וועלן מיר אנפאנגען מיט א באוואוסטע קשיא.

יעדער בר מצוה בחור ווייסט אז די קשר פון תפילין של ראש איז א ספעציעלע קשר וואס איז מקובל פון משה רבינו פון בארג סיני וויאזוי דאס דארף אויסצוזעהן, די גאונים און פריערדיגע ראשונים זאגן אלע אז דאס דארף אויסצוקוקן ווי דעם אות דל"ת, די פראבלעם איז נאר אז לויט די אנווייזונגען וואס זיי גיבן אן קומט עס אויס ווי א קעסטל. אלע אחרונים מוטשען זיך שוין מיט די קשיא, א טייל אחרונים, ווי דער תרומת הדשן, האבן טאקע געמאכט א נייע קשר וואס זעהט יא אויס ווי א דל"ת, די קשיא בלייבט אבער שווער, וואס האבן די גאונים און ראשונים געטראכט, האבן זיי נישט אליינס געזעהן אז זייער קשר זעהט אינגאנן נישט אויס ווי א דל"ת? ס'קען זיך שוין איינעם דאכטן אז אפשר האבן די אותיות וואס משה רבינו האט מקבל געווען פון בארג סיני אינגאנצן נישט אויסגעזעהן ווי אונזערע, און ווי מיר וועלן זעהן איז דאס שוין גארנישט קיין געדאכטעניש.

ווען מ'קוקט אויף אור-אלטע אידישע שריפטן פון פאר'ן ערשטן חורבן בית המקדש זעהט מען אז זייערע אותיות זעען אויס אינגאנצן אנדערש ווי אונזערע, דיעס שריפט רופט זיך "כתב עברי" אדער "Paleo-Hebrew alphabet", און די זענען אויך די אותיות וואס משה רבינו האט גענוצט, און אין וואס ער האט געשריבן די תורה. אין יענע שריפט זעהט טאקע דער אות דל"ת אויס ערגעץ צווישן א דרייעק און א קעסטל, ממש אזויווי די קשר פון תפילין. שפעטער ווען די אידן זענען געגאנגען אין גלות בבל האבן זיי אנגעפאנגען רעדן די גוי'אישע שפראך און נוצן די גויאישע אויתיות ביים שרייבן. די שפראך וואס די גוים אין בבל פלעגן רעדן איז געווען אראמיש, און די אותיות וואס זיי האבן גענוצט איז געווען די אשור'ישע אותיות (דערפאר הייסט עס "כתב אשורית"), און דאס האבן די אידן אנגעפאנגען נוצן, אויף אזוי ווייט אז טייל פון די ספרים פון תנ"ך האבן זיי אויך געשריבן אויף אראמיש. שפעטער ווען עזרא הסופר האט ארויפגעשלעפט די אידן אויף ארץ ישראל אויפצובויען דעם צווייטן בית המקדש האט ער געזען אז דער עולם געדענקט שוין נישט די אידישע שפראך, האט ער איבערגעזעצט די תורה אויף אראמיש. צוביסלעך האט דער עולם זיך אויסגעלערנט די פארגעסענע אידישע שפראך "לשון הקודש", די גויאישע שריפט איז אבער שוין אזוי פארהייליגט געווארן אז ס'איז פארבליבן. פאר דברי תורה האט מען גענוצט די גויאישע שריפט, און די אלטע שריפט האט מען נאר גענוצט פאר דברי חולין. אין די מגילות ים המלח, וואס זענען געשריבן געווארן ביים ענדע פונעם צווייטן בית המקדש, זעהט מען טאקע אז זיי האבן גענוצט כתב אשורית אבער פאר די שמות האבן זיי גענוצט די אלטע כתב עברי כדי ס'זאל נישט האבן קיין קדושה.

צוריק צום קשר של תפילין, אזויווי די אויסזעהן פונעם קשר איז דאך אן הלכה למשה מסיני איז עס פארבליבן טאקע ווי משה רבינו'ס קשר האט אויסגעזעהן, ווי די אלטע דל"ת פון כתב עברי.

יעצט לאמיר זיך אונטערהערן א שמועס וואס קומט פאר צווישן דריי הייליגע תנאים אין מסכת סנהדרין דף כא:-כב. רבי שמעון בן אלעזר גיבט א שריי אויס פון די טיפענישן פון זיין גאטספארכטיגע הארץ, "כתב זה לא נשתנה כל עיקר" - די הייליגע אידישע אותיות האבן זיך קיינמאל געטוישט! די זעלבע הייליגע אותיות מיט וואס דער הייליגער באשעפער האט געשריבן די לוחות, מיט די זעלבע הייליגע אותיות האט משה רבינו געשריבן די תורה, מיט די זעלבע הייליגע אותיות האבן אידן געשריבן די הייליגע תפילין און מזוזות ביז'ן היינטיגן טאג, ס'קען גאר אנדערש נישט זיין. וואס דען, דו ווילסט מיר זאגן אז די אלע הייליגע סודות זענען מרומז אין די גויאישע אותיות פון אשור?! די אלע כוונות פונעם אריז"ל, די אלע עולמות העליונים וואס שטייען אויף אט די אותיות זענען וואס? וואס דארף איך טראכטן דערוועגן? מ'טאר דאס אפילו נישט אויפ'ן געדאנק ארויפברענגען! איי מ'זעהט נישט אז די אידן זאלן עס האבן גענוצט פאר גלות בבל? איך קוק נישט אויף די פאקטן, איך פרעג נישט קיין קשיות, איך גלייב אין די הייליגע אותיות און פערטיג. הייבן הייבט זיך עס אן מיט'ן קוקן אויף די פאקטן, און ענדיגן ענדיגט זיך עס מיט'ן לייקענען אין די גאנצע תורה. אויב וועל איך מודה זיין אז די אותיות פון די תורה האט מען געטוישט וועל איך געבן לעגיטימאציע פאר די רעפארמער, אז מ'קען טוישן די הייליגסטע זאך וואס אידן פארמאגן, די אותיות פון די הייליגע תורה, וואס וועט אונז צוריקהאלטן פון טוישן נאך זאכן? ענדערש זאל מען זיך פארמאכן די אויגן מיט א גרויסע חלה-דעקל און שרייען "איך גלייב!" איך גלייב, איך גלייב, איך גלייב, א אידיש קינד אלעמאל ער גלייבט!

רבי יהודה הנשיא שטייט אין דער זייט און קוקט זיך צו צו די פרומע אויסבראך, מיטאמאל גיבט ער זיך א רוף אן צו רבי אלעזר, "פארוואס רעגסטו זיך אזוי פארוואס? מ'קען אויף אלעם טרעפן א תירוץ, שערי תירוצים לא ננעלו". כ'האב זייער א פשוט'ע תירוץ - זאגט רבי יהודה - די תורה איז טאקע יא געגעבן געווארן אין כתב אשורית, נאר וויבאלד מ'האט געזינדיגט מיט'ן עגל האט מען פארלוירן די זכות זיך צו באנוצן מיט דיזע הייליגע אותיות און אנשטאט דעם האט דער באשעפער אונז געגעבן פשוט'ע אותיות, און ווען די אידן האבן תשובה געטוהן אין די צייטן פון עזרא הסופר האבן זיי צוריקבאקומען די הייליגע אותיות. פארוואס דארפסטו לייקענען די פאקטן און אויסזעהן ווי א וואנזיניגער ווען דו האסט אזא פשוט'ע לעזונג?

מיטאמאל גיבט רבי יוסי א פראל אויף די טירן פון בית המדרש און גיבט א שריי אויס, "וואס גייט דא פאר!!! נאכאמאל פארדרייטס עטץ די פאקטן מיט ענקערע נארישע פילפולים?!" דו מיינסט רבי אלעזר אז מיט דיינע לייקענען די פאקטן וועסטו קענען עפעס אויפטוהן פאר אידישקייט? און דו רבי יהודה הנשיא, דו מיינסט טאקע אז מיט דיינע קרומע אפאלאגעטישע תירוצים וועסט ראטעווען אידישקייט? נישט גענוג אז אלישע בן אבויה איז אפגעפארן וועגן ענקערע קרומקייטן מאכטס עטץ נאך? קוקטס די פאקטן אין די אויגן, יא! אונזערע הייליגע אותיות קומען פון די גוים פון בבל! איי ווי קען עס זיין? איך ווייס נישט! איך דארף נישט אלעס פארשטיין, און איך קען נישט אלעס פארשטיין! ס'שטימט נישט מיט וואס איך האב געוואוסט ביז היינט? וועט עס נישט שטימען! איי ס'וועט געבן לעגיטימאציע פאר די רעפארמער? וועל איך מודה זיין אז זיי האבן אויך רעכט, זיך אפווישן דאס נאז, און ווייטער דינען דעם באשעפער אויף דעם אופן וואס ארבעט פאר מיר. זעהט אויס אז הייליג איז נישט וואס דער באשעפער זאגט איז הייליג, הייליג איז וואס מיר באשטימען צו האלטן הייליג, און אז מיר האבן אויפגעהערט נוצן די אותיות פון בארג סיני איז עס געווארן חולין, און אז אונז האבן אפגעמאכט צו נוצן א גויאישע שריפט איז דאס געווארן הייליג!

די פרשנות האב איך גענומען פון דא.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום רביה''ק זי''ע, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

זייער שיין.


אין די מגילות ים המלח, וואס זענען געשריבן געווארן ביים ענדע פונעם צווייטן בית המקדש, זעהט מען טאקע אז זיי האבן גענוצט כתב אשורית אבער פאר די שמות האבן זיי גענוצט די אלטע כתב עברי כדי ס'זאל נישט האבן קיין קדושה.



וואס איז דיין מקור א. אז די שמות זענען כתב עברי. ב. כדי עס זאל נישט האבן קיין קדושה.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

אישתישבי האט געשריבן:וואס איז דיין מקור א. אז די שמות זענען כתב עברי. ב. כדי עס זאל נישט האבן קיין קדושה.

דא האסטו אן אויסשניט פון תהילים קאפיטל קמ"ה (אשרי), דיעס נוסח איז אביסל אנדערש ווי אונזער, ווי אויך האבן זיי א פזמון צווישן איין פסוק און די צווייטער, אבער די שם הוי"ה איז זייער מערקבאר.

בילד

די סיבה פארוואס זיי האבן אזוי געטוהן ווייסט מען נישט אויף זיכער, אבער ס'לייגט זיך שטארק אויפ'ן שכל אז דאס איז די טעם. דאס איז יא זיכער אז אין יענע צייטן פלעגט מען נוצן די אלטע שריפט פאר חולין'דיגע זאכן ווי מטבעות, אין די גמרא דארט אין סנהדרין שטייט אויך אז מ'האט געלאזט כתב עברי פאר חולין'דיגע זאכן "והניחו להדיוטות כתב עברית" (הגם רב חסדא זאגט דארט אז הדיוטות מיינט מען די שומרונים וואס נוצן דאס נאך טאקע ביז'ן היינטיגן טאג, מ'קען אבער אויך אריינלערנען די פשוט'ע פשט אז הדיוטות מיינט מען מענטשן וואס שרייבן דברי חולין).
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

אינטרעסאנט. איך וואלט געזאגט פארקערט, אז די שמות האט מען נישט געוואלט משנה זיין.


אויך, דיין פשט'ל אז דער קשר איז א דלת פין כתב עברי, אין כתבַ עברי איז דער דלת א המן טאש, נישט ווי אונזער ענדע מם.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

די קשר פון תפילין איז נישט א גענויע ענדע מם, ס'איז אביסל שיעף פון איין זייט. דאס אז ס'זעהט נישט אויס ממש ווי א דל"ת פאר דעם אליינס וואלטן די אחרונים נאכנישט געמאכט א נייע קשר, ס'איז א דבר פשוט אז מיט ברייטע בענדלעך קען מען נישט מאכן גענויע צורות האותיות, ווילאנג ס'קוקט אויס בערך איז גוט (די נייע קשר דל"ת זעהט אויך נישט אויס אינגאנצן ווי א דל"ת). כאטש וואס ס'ליגט מיר אין קאפ אז די אריגינעלע קשר פלעגט יא זיין א גענויע ענדע מם נאר וויבאלד מ'האט עס געטוישט כדי די פארקערטע זייט זאל נישט אויסקוקן ווי א שתי וערב האט עס באקומען אזא שיעפקייט, האב איך אבער נאך א פשט'ל.

ווי מ'זעהט דא זעהט די שומרונ'ישע דל"ת אויס כמעט ווי אן אויסגעשניטענע קשר תפילין, ווי אויך זעהט מען דא נאך א צורה פון א דל"ת וואס זעהט אויס ווי א לאליפאפ, כמעט ווי א קשר תפילין נאר רונדיג (דאס אז די קשר איז פירקאנטיג איז נישט קיין קשיא, ס'דא א גבול וויפיל מ'קען שפילן מיט רצועות). אזויפיל זעהט מען אז די אותיות זענען דורך אן עוואלושען דורכאויס די יארן, דארף מען וואוסן וויאזוי פונקטליך משה רבינו'ס דל"ת האט אויסגעקוקט.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

איך מיין אז אין כתב עברי איז נישטא קיין ענדע אותיות, דאס קען זיין די שורש פין דער מחלוקה אויב מנצפך צופים אמרום.

בדרך הלצה,ַַ לויט דעם ערשטע פשט'ל איז אינטרעסאנט אז איינער זאל באקען א קשר פין א אות וואס מען ניצט שוין נישט.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

אישתישבי האט געשריבן:איך מיין אז אין כתב עברי איז נישטא קיין ענדע אותיות, דאס קען זיין די שורש פין דער מחלוקה אויב מנצפך צופים אמרום.

אוודאי אזוי, די ענדע אותיות קומען פון דעם ווייל אראמיש איז א קורסיוו שריפט (די אותיות זענען באהאפטן איינס צום צווייטן, אזויווי אין אראביש), ווי דו קענסט זעהן דא, איז א נו"ן צ.ב. וואס קומט אינמיטן א ווארט שרייבט מען איינגעבויגן פון אונטן כדי מ'זאל עס קענען באהעפטן צום נעקסטן אות, אבער ווען ס'קומט ביים ענדע פון א ווארט בלייבט עס גראד, א.א.וו. אלע אנדערע אותויות. די אריגינעלע אידישע שריפט שרייבט מען אבער אפגעטיילט יעדן אות עקסטער איז נישט שייך געווען די גאנצע זאך.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
כרם זית
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 942
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 2702 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל

שליחה דורך כרם זית »

[tag]רביה''ק זי''ע[/tag] דו זאגסט מוראדיג שיין. אבער ביטע אביסל מער רעספעקט פאר אינזערע גדולי האומה התנאים הקדושים.
ולעיקר הענין (אינטערעסאנט קיינער האט עס נישט אנגעמערקט), האלט טאקע ר' יוסף אלבו ז''ל בעל מחבר ספר העיקרים, אז מצות ה' קענען בטל ווערן לעולם דורך א צווייטע נביא אמת. און אלס ראיה ברענגט ער טאקע פון כתב עברי.
בדרך אגב די שיטה אז די תורה איז געגעבן געווארן בכתב עברי, איז לפי דרשת חז''ל נאר נוגע אויף די לוחות. ווארום די גאנצע תורה איז דאך איבערגעזעצט געווארן בשבעים לשונות, ממילא איז דאך זיכער אז פינקט ווי די תורה איז געגעבן געווארן אין כינעזיש איז עס אויך געגעבן געווארן אין אשירות.
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

א. אויב וואלט איך געטראפן א מער רעספעקטפול וועג צו שרייבן אן דעם וואס די נקודה זאל פארוואסערט ווערן וואלט איך עס אוודאי געטון.

ב. לגבי דאס וואס דו זאגסט אז די תורה איז איבערגעזעצט געווארן אין אלע שפראכן איז צוויי זאכן: 1) כתב אשורית האט נאכנישט עקזיסטירט אין משה רבינו'ס צייטן. 2) די נקודה וואס מ'זעהט דא איז אז די אלע סודות, רמזים, עולמות העליונים, פרצופין, ספירות, א.ד.ג. מיינען נישט גארנישט למעשה, אויף די כתב עברי האט מען אוודאי אויך געהאט די אלע סארט פילפולים און מיט דעם אלעם האט מען נישט געהאט קיין שום פראבלעם עס אראפצופלאשן און מ'האט אנגעפאנגען בויען נייע פילפולים טאקע אויף די גויאישע שריפט. ווען די רעפארמער רבנים זאלן זיך היינט צאמנעמען און אפמאכן צו נוצן די ענגלישע שריפט, וואלסטו דעמאלטס אויך געזאגט די זעלבע תורות?
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
כרם זית
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 942
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 2702 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל

שליחה דורך כרם זית »

א] איך האב קיינמאל ח''ו געזאגט אז דו טוסט עס להכעיס, און א דיסקלעימער אז עס איז נאר לסבר את האוזן וואלט געמעגט זיין.

ב] דער עקשן קען נאך אלס פארענטפערן אז וויבאלד די השגחה האט געפירט אז כלל ישראל זאל אויסקלויבן די שפראך, מיז זיין אז עפעס איז מרומז אין דעם...

*
און בכלל האב איך קיינמאל פארשטאנען פארוואס ווייל די הייליגע תורה איז געגעבן געווארן אין א געוויסע שפראך מיז עס שוין אזוי בלייבן. כמיין עס איז נישט דא קיין בפירושע לאו אויף דעם, און מיט עפעס אן אלפעבעיט וואלט עס דאך געדארפט שטיין?

*
די שיטה אז די תורה איז ארגענעל געגעבן געווארן בכתב אשירות, שטימט זייער גוט מיט די מאמר חז''ל אז מ''ם וסמ''ך שבליחות בנס היו עומדים, ווייל אין כתב עברי איז נישט דא די נס.
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

ב. די שאלה איז נאר פארוואס ווען אבי ווייס טוישט עפעס זאגט נישט דער עקשן די זעלבע לאקשן תורה, ליגט עפעס א בייעס דא? (פארוואס רוף איך עס לאקשן תורה? נישט ווייל איך האלט אז ס'נישט אמת, נאר ווייל ס'איז צאמגעשטעלט פון לאקשן און תורה. ד.ה. ווען איך טויש איז עס א לעגעטימע תורה, אבער ווען יענער טוישט איז עס לאקשן, והבן)

ג. די מאמר חז"ל פון די מ"ם וסמ"ך איז נישט קיין ראיה, מ'מיינט ארויסצוברענגען די נקודה אז ס'געווען א נס. דער תנא איז נישט אויסן געווען יעצט אריינצוגיין אין א היסטארישע שמועס אז ס'איז אמאל געווען א כתב עברי, און עזרא הסופר האט עס געטוישט, וכו' וכו', און אין כתב עברי איז די עי"ן א פארמאכטע צירקל, וויאזוי איז עס געשטאנען? אה, ס'געווען א נס. ביז ער וואלט צוגעקומען צום פאנטשליין וואלט שוין יעדער איינגעשלאפן, איז ער גלייך געגאנגען צום פאנטשליין און די היסטאריקער וועלן שוין אליינס פארשטיין. און בכלל מוז נישט זיין אז יענער תנא האט בכלל געקענט די טייל פון היסטאריע אזוי גוט, קען זיין אז אין היסטאריע קלאס האט ער געשאסן פאפיר פליגערס, אזויפיל האט ער געדענקט אז ס'געווען א נס האט ער עס אריינגעפאסט לויט זיין פארשטאנד.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

Re: געטוישטע און פארגעסענע מצוות

שליחה דורך מי אני »

כרם זית האט געשריבן:ב] דער עקשן קען נאך אלס פארענטפערן אז וויבאלד די השגחה האט געפירט אז כלל ישראל זאל אויסקלויבן די שפראך, מיז זיין אז עפעס איז מרומז אין דעם...

*
און בכלל האב איך קיינמאל פארשטאנען פארוואס ווייל די הייליגע תורה איז געגעבן געווארן אין א געוויסע שפראך מיז עס שוין אזוי בלייבן. כמיין עס איז נישט דא קיין בפירושע לאו אויף דעם, און מיט עפעס אן אלפעבעיט וואלט עס דאך געדארפט שטיין?

viewtopic.php?p=428206#p428206

וידוע שיטתו ומש"כ אודות קדושתו של לשה"ק בויואל משה מאמר ג, דלכן לא השתמשו בו רק לדברי קדושה וכו' ע"ש. הגם דאס באציהט זיך צו די עצם לשון און נישט דוקא די כתב, והא ראיה אז ביי אידיש וואס האט דאס ערגענצט מה"ט ע"ש, נוצט מען יא די כתב א"ב.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:קינד און קייט ווייסן איבער די הייליגקייט פון די אידישע אותיות, און וויפיל רמזים און און טיפע סודות ליגן באהאלטן אין זיי.

די קשאי איז נאך אסך מער, די טיפע סודות אסך רעדען פין בריאות העולם נאך אסך פאר די תורה איז געשריבן געווארן מיט סיי וועלכע אותיות
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
באניצער אוואטאר
כרם זית
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 942
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 2702 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל

שליחה דורך כרם זית »

[tag]מי אני[/tag] איך האב נאכגעקוקט די שטיקל וואס דו האסט געלינקט. עס פארענטפערט טאקע פארוואס עס האט א חשיבות, אבער מיין קשיא איז פארוואס ווייל אידן האבן באקומען די תורה אין א געוויסע שפראך איז עס שוין א זאך וואס אין נביא רשאי לחדש, כמיין א שפראך איז דאך נאר אן אמצעי צו דער דבר ה'?
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

עוקר הרים האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן: די אלע תורות פון "חדש אסור מן התורה", און "זאת התורה לא תהא מוחלפת" זענען נאר בבחינת אמונות הכרחיות


די האסט א מקור פון א ראשון וואס שרייבט אז זאת התורה לא תהא מוחלפת איז נאר אמונה הכרחית אדער ס'איז אייגענץ?

רבי אלחנן פרעגט אן ענליכע קשיא, וויאזוי קען דער רמב"ם זאגן אז די תורה וועט זיך קיינמאל נישט טוישן ווען אין די גמרא שטייט קלאר אנדערש? אין מסכת נידה דף סא: שטייט קלאר אז "מצוות בטלות לעתיד לבוא" ווי קען דער רמב"ם זאגן פארקערט? און ס'נאך אן עיקר אויך? ענטפערט רבי אלחנן אז אויב אונז האבן בקבלה אז די תורה וועט בטל ווערן איז דאס אויך א חלק פון די תורה, און אויף דעם גלייבן מיר אויך אז ס'וועט זיך נישט טוישן. די פאקט אז היינט צוטאגס טאר מען נישט עסן קיין חזיר וועט זיך נישט טוישן, און די פאקט אז לעתיד לבוא וועט מען יא מעגן עסן חזיר וועט זיך אויך נישט טוישן. די זעלבע זאך איז דא אויך, אויב זעען מיר אז אידן אין אלע דורות האבן קיינמאל נישט געהאלטן אז די תורה איז די העכסטע אויטאריטעט און מ'דארף גיין דערמיט מיט'ן קאפ אין וואנט איז דאס אויך א חלק פון די תורה, און פארקערט, דער וואס זאגט אז מ'טאר נישט טוישן און "יקוב הדין את ההר" ער איז גאר דער אפיקורוס!

לויט ווי איך פארשטיי דעם רמב"ם קען מען נישט אריינלערנען רבי אלחנן'ס פשט, אויב דער רמב"ם האט טאקע דאס געמיינט האט ער גארנישט געזאגט, די יעניגע וואס האלטן אז די תורה קען זיך יא טוישן האלטן דאך אויך אזוי נאר וויבאלד די תורה איז לכתחילה געגעבן געווארן אויף דעם אופן, איז וואס זאגט ער דא? וואס פונקטליך זאגט ער אנדערש ווי זיי? די איינציגסטע תירוץ וואס בלייבט מיר צו זאגן איז אז ס'איז אן אמונה הכרחית. אזוי צו אזוי, אויב מאכט רבי אלחנן'ס פשט סענס פאר דיר קענסטו טאקע לערנען אזוי, צו דער רמב"ם'ס כוונה איז געווען ווי רבי אלחנן צו ווי מיר מאכט נישט עכט אויס למעשה, דער עיקר איז אז מ'גלייבט אין די תורה, און אויך אין דעם אז מ'קען בייגן די תורה לויט'ן געברויך, און מ'פאלט נישט חלילה אריין אין אפיקורסת.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום רביה''ק זי''ע, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

כרם זית האט געשריבן:[tag]מי אני[/tag] איך האב נאכגעקוקט די שטיקל וואס דו האסט געלינקט. עס פארענטפערט טאקע פארוואס עס האט א חשיבות, אבער מיין קשיא איז פארוואס ווייל אידן האבן באקומען די תורה אין א געוויסע שפראך איז עס שוין א זאך וואס אין נביא רשאי לחדש, כמיין א שפראך איז דאך נאר אן אמצעי צו דער דבר ה'?

ווי איך פארשטיי גייט דאס שוין אריין אין די סוגיא אין סוטה לב.-לג. מיינענדיג ווי ווייט איז/גייט טאקע די אטאריטעט פון דוקא לשה"ק פאר דברי תורה און רעליגעזע/ליטורגישע זאכן וכו'. און, נאכאמאל, דאס איז בנוגע די עצם שפראך און נישט די כתב.

און לכאורה גייט דאס אלעס סתם אזוי אין איינקלאנג מיט'ן באקאנטן רמב"ן (שמות ל יג) אז דאס איז כביכול "הלשון שהקב"ה יתעלה שמו מדבר בו עם נביאיו ועם עדתו" ע"ש.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

שכח פאר דעם רבי אלחנן, זייער שיין
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
באניצער אוואטאר
כרם זית
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 942
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 2702 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל

שליחה דורך כרם זית »

מי אני האט געשריבן:
כרם זית האט געשריבן:[tag]מי אני[/tag] איך האב נאכגעקוקט די שטיקל וואס דו האסט געלינקט. עס פארענטפערט טאקע פארוואס עס האט א חשיבות, אבער מיין קשיא איז פארוואס ווייל אידן האבן באקומען די תורה אין א געוויסע שפראך איז עס שוין א זאך וואס אין נביא רשאי לחדש, כמיין א שפראך איז דאך נאר אן אמצעי צו דער דבר ה'?

ווי איך פארשטיי גייט דאס שוין אריין אין די סוגיא אין סוטה לב.-לג. מיינענדיג ווי ווייט איז/גייט טאקע די אטאריטעט פון דוקא לשה"ק פאר דברי תורה און רעליגעזע/ליטורגישע זאכן וכו'. און, נאכאמאל, דאס איז בנוגע די עצם שפראך און נישט די כתב.

און לכאורה גייט דאס אלעס סתם אזוי אין איינקלאנג מיט'ן באקאנטן רמב"ן (שמות ל יג) אז דאס איז כביכול "הלשון שהקב"ה יתעלה שמו מדבר בו עם נביאיו ועם עדתו" ע"ש.


איך קען נישט די סוגיא אין סוטה (ליידער בין איך מנזיר פון יענע חלק יינה של תורה - אקעי די ערשטע עמוד קען איך יא...), אבער לאמיר פארשטיין: די אייבישטער האט דאך געמיזט קאמיוניקעיטן כביכול מיט עם ישראל ביי מתן תורה, האט עס דאך געמיזט זיין מיט עפעס א שפראך פון די שבעים לשון. נא איז ווי האט מען א ראיה אז דער באשעפער האט ליב לשה''ק, אפשר איז דאס געווען די שפראך וואס די אידן האבן דאן גערעדט?

ואולי י''ל כיון דמצינו בתורה גם שאר לשונות כגון אפריקי, א''כ ראיה דכשהשתמש הקב''ה בלשון הקודש הקפיד עליו - ודוחק.
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

מען ווייסט דאס אזוי ווי מען ווייסט הונדרעטער אנדערע זאכן.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:

ן 2) די נקודה וואס מ'זעהט דא איז אז די אלע סודות, רמזים, עולמות העליונים, פרצופין, ספירות, א.ד.ג. מיינען נישט גארנישט למעשה, אויף די כתב עברי האט מען אוודאי אויך געהאט די אלע סארט פילפולים און מיט דעם אלעם האט מען נישט געהאט קיין שום פראבלעם עס אראפצופלאשן און מ'האט אנגעפאנגען בויען נייע פילפולים טאקע אויף די גויאישע שריפט. ווען די רעפארמער רבנים זאלן זיך היינט צאמנעמען און אפמאכן צו נוצן די ענגלישע שריפט, וואלסטו דעמאלטס אויך געזאגט די זעלבע תורות?


די תורות אויף די אותיות, וויאזוי זיי האבן באשאפען די וועלט אין קבלה פין זוהר און אר"י, ברענגען ארויס די קשיא מצד אחר. אין די גמרא איז אויך דא תורה אויף אותיות, די באקאנטע גמרא אין שבת, וואס די קינדער האבן גע'דרש'נט, און גראדע פונקט דארט זאגט די גמרא אז זייט בארג סיני האט נאך קיינער נישט געזאגט אזא גוטע שטיקעל תורה, קען זיין אז די גמרא זאגט עס טאקע מיט איראניע.

אבער די קשיא איז אז זיי, די וואס זאגן דער תורה, זיי זאגן אז כאילו אין די אותיות איז דא גאנצע רמזים און דערווייל זענען די אותיות פארבריצירט דורך מיט יודע ווער.

ווען איינער זאגט תורה אויף די קאפיטלעך אין חומש, ווייסט יעדער דער גרויסער סוד אז וויבאלט א גלח האט געמאכט די קאפיטלעך דארף מען חוזק'ן פין דעם ווי מער. מה נשתנה?
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
פארשפארט