בלאט 2 פון 2

Re: ר' נחמן מ'ברעסלוב ליגט אין צפת?

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2020 2:49 pm
דורך א חסיד פון ווילנא
אין "די צייטונג* איז דא א לאנגע ארטיקל אז די גאנצע מעשה הייבט זיך נישט אן, און דער בריוו שרייבער אליין האט צוריקגעצויגן
20200909_144734-1.jpg


Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2020 6:22 pm
דורך לכבוד שבת קודש
חיים רייכבערג לייקנט די גאנצע זאך, איך האב יעצט גערעדט מיט אים און אים רעקארדירט. ער שרייעט חי וקים אז די צייטונג זענען שקרנים, ער האט קיינמאל נישט צוריקגעצויגן און ער האט אליין געזען ווי מען גראבט "אין דעם הויז" און מען ברענגט ארויס פון דארט ביינער.

אויך זאגט ער אז ס'איז קיינמאל נישט געווען דארט געהעריג קיין שומר, מען האט געקענט טון דארט וואס מען וויל ואין פוצה פה.

איך האב עס רעקארדירט אבער כ'ווייס נישט צי ס'איז אים ניחא אז איך זאל עס ארויפשטעלן דא.

אבער זיין נומער איז שוין געשריבן דא אויבן, ווער עס וויל קען אים אליין רופן און הערן.