בלאט 2 פון 4

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 30, 2020 1:35 am
דורך תפארת
לאמדיש האט געשריבן:
תפארת האט געשריבן:וואס הייסט נישט היימיש, נישט סקווירא היימיש? אדער נישט היימיש בכלל?

וואס הייסט נישט סקווירא היימיש....?

א לומדישע שאלה

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 30, 2020 2:14 am
דורך שמעון וואלף
ר' יעקב יוסף איז געווען אן איידעם ביים טשערנאבלע רבי פון ב"פ?

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 30, 2020 3:24 am
דורך מה בכך
שמעון וואלף האט געשריבן:ר' יעקב יוסף איז געווען אן איידעם ביים טשערנאבלע רבי פון ב"פ?

יעפ

נשלח: דינסטאג מערץ 02, 2021 5:21 pm
דורך קרעטשמער
געדענק מיר נאך ווען א משגיח רוחני איז געווען א ישיבה איינגעשטעלטער

46FAAC05-3506-4798-A3F0-6A368D33A9C9.jpeg

נשלח: דינסטאג מערץ 02, 2021 7:25 pm
דורך מה בכך
סתם א ליצנות צעטל פון בערי גאלדמאן ....
ןוארשיינליך איינע פון די צענדליגע וואס האבן א חשבון מיט אים

נשלח: דינסטאג מערץ 02, 2021 7:43 pm
דורך מה בכך
אויב צוויי מאסקעס העלפן ווייס איך נישט, אבער א דאפלטן נתינה פאר שיעור ד' העלפט זיכער.

א טראק אין שיכון סקווירא, גענוצט דורך בחורים פון ישיבה צו ארומגיין נאך געלט, פארגאנגענעם פורים.
גרעפיקס ביי לעווין

נשלח: מאנטאג מערץ 08, 2021 2:44 pm
דורך מה בכך
ס'שטעטעלע איז נאך אונטערן שאק פון די נעכטיגע מעמד אסיפת הסברה איבער די שעדליכקייט פון עס די קארטלעך... איבער די שוידערליכע אינפארמאציע וואס הלל יואל קעפעטש האט אויפגעדעקט....
שומו שמים ..קבל תבל ומלואה..למען חינוך בנינו לא נחשה..סקומט פרישע צייטן...סטע"י טונ"ד
לחיים

נשלח: דינסטאג אפריל 13, 2021 2:51 am
דורך מה בכך
לוסטיג אין לעבעדיג, סקווירא מאנסי חדר מיט די מעכעליסטן ....איינער קען אריינקומען קלאר מיט דעטאלן

לחיים

נשלח: דינסטאג אפריל 13, 2021 6:14 pm
דורך קרעטשמער
001.jpeg



002.jpeg



003.jpeg

נשלח: דינסטאג אפריל 13, 2021 10:20 pm
דורך Samkoton
די מעשה איז אזוי.

קודם כל, די גאנצע פראפאגאנדע צעטיל און פאריגע תגובה איז איין שטיק שטותים וואס מען פרובירט צו פארקויפן פאר די סקווירע קיען. ליין נאר איין פאראגראף און מען זעהט ווי נאריש און איינזייטיג עס איז.

בנוגע די בנין.
ניקלשבורג האט שוין א לאנגע צייט געהאט שוועריגקייטן מיטן צאלן די מארטגעדזש. האבן די סקווירע געמאכט א חשבון, לאמיר נישט צאלן רענט, וועלן זיי מוזן גיין אויף פארקלאזשער, און אונז וועלן אויסקויפן די בנין פאר פרוטות.

למעשה איז די ניקלשבורגער רביצין נישט אזא נאר, און זי האט געפיילט באנקראפסי. זיי זענען בכלל נישט געגאנגען אין ערכאות קעגן סקווירא. נאר די באנקראפסי דזשאדזש האט געמאכט ריסערטש און געוואר געווארן אז סקווירא צאלט נישט קיין רענט האט ער ארויסגעגעבן אן עוויקשאן נאטיס.

די סקווירא בהמות מאכן זיך פאר וויקטימס טוען באמת זענען זיי די שקצים און חיות.

נשלח: דינסטאג אפריל 13, 2021 11:18 pm
דורך תרמב
איך האב מיך פארגעשטעלט אז ס’איז דא נאך א זייט פון די מעשה, נישט אז איך גלייב דיר מער ווי זיי נאר יעדע מעשה האט צוויי זייטן.

נשלח: דינסטאג אפריל 13, 2021 11:47 pm
דורך מה בכך
Samkoton האט געשריבן:די מעשה איז אזוי.

קודם כל, די גאנצע פראפאגאנדע צעטיל און פאריגע תגובה איז איין שטיק שטותים וואס מען פרובירט צו פארקויפן פאר די סקווירע קיען. ליין נאר איין פאראגראף און מען זעהט ווי נאריש און איינזייטיג עס איז.

בנוגע די בנין.
ניקלשבורג האט שוין א לאנגע צייט געהאט שוועריגקייטן מיטן צאלן די מארטגעדזש. האבן די סקווירע געמאכט א חשבון, לאמיר נישט צאלן רענט, וועלן זיי מוזן גיין אויף פארקלאזשער, און אונז וועלן אויסקויפן די בנין פאר פרוטות.

למעשה איז די ניקלשבורגער רביצין נישט אזא נאר, און זי האט געפיילט באנקראפסי. זיי זענען בכלל נישט געגאנגען אין ערכאות קעגן סקווירא. נאר די באנקראפסי דזשאדזש האט געמאכט ריסערטש און געוואר געווארן אז סקווירא צאלט נישט קיין רענט האט ער ארויסגעגעבן אן עוויקשאן נאטיס.

די סקווירא בהמות מאכן זיך פאר וויקטימס טוען באמת זענען זיי די שקצים און חיות.


איך האב געהערט א צווייטע זייט אויך, אז ווען סקווירא האט אפגעדינגען די בנין פון איר איז עס געוען א חורבה, און סקווירא האט אריינגעליגט שווערע געלטער אויפצורעכטן דאס פלאץ, האט זי מחליט געווען, אז פאר אזא שינעם בנין קען מען דאך ארויפציען די רענט.... וכך הוה.(און וועגן דעם האבן זיי נישט געצאלט די רענט)
(לאמיתו של דבר איז עס געווען א פראבלעם מצד סקווירא אויך, ווייל די פרייז איז נישט געווען מפורט אין די קאנטראקט.)
איך נעם נישט קיין אחריות אויף די קראנטקייט פון די זאך, אדרבה איינער האט נאך צעטלעך פון בי"ד אדער קאורט, זאל עס ארויפליגן להנות בהם בני אדם

לחיים

נשלח: דינסטאג אפריל 13, 2021 11:57 pm
דורך איתן
ניקלסבורג האט דא אריינגעביסן זייער מיאוס, ווייל זיי האבן שוין דערלייגט דאס געלט, און פלוס האט סקווער געמאכט זיכער אז ווייל זיי זענען געגאנגען אין ערכאות, פארלירן זיי די ברירה צו מאכן א פשרה.
און איך ווייס גראדע יא פון א קראנטע מקור, אז אויב ניקלסבורג האט יעצט דערלייגט, וועלן זיי יעצט דערלייגן כפליים; איינס, די רענט, צוויי די אלע איינריכטונגען [וואס סקווער האט שוין צוריקגענומען באצייטנס] דריי, מיט'ן באקומען א עיקול בי''ד און זיי קענען מער נישט פארקויפן דעם בנין פאר קיין היימישער יוד, פיר, זיי האבן אונטערן טיש אפגעריפעלט ווישניץ מאנסי אויך וואס וועט נישט שווייגן און פארלאנגען זייער חלק אינאיינוועגס. פינעף ועל כולם; אויך די קארט פארלירן זיי, ווייל זייער קונסט איז געווען ערקלערן באנקראט, און די סקווערע חדר אין מאנסי האט דאס זעלבע ערקלערט - און אויפגעוויזן!

נשלח: דינסטאג אפריל 13, 2021 11:59 pm
דורך מה בכך
איתן האט געשריבן:ניקלסבורג האט דא אריינגעביסן זייער מיאוס, ווייל זיי האבן שוין דערלייגט דאס געלט, און פלוס האט סקווער געמאכט זיכער אז ווייל זיי זענען געגאנגען אין ערכאות, פארלירן זיי די ברירה צו מאכן א פשרה.
און איך ווייס גראדע יא פון א קראנטע מקור, אז אויב ניקלסבורג האט יעצט דערלייגט, וועלן זיי יעצט דערלייגן כפליים; איינס, די רענט, צוויי די אלע איינריכטונגען [וואס סקווער האט שוין צוריקגענומען באצייטנס] דריי, מיט'ן באקומען א עיקול בי''ד און זיי קענען מער נישט פארקויפן דעם בנין פאר קיין היימישער יוד, פיר, זיי האבן אונטערן טיש אפגעריפעלט ווישניץ מאנסי אויך וואס וועט נישט שווייגן און פארלאנגען זייער חלק אינאיינוועגס. פינעף ועל כולם; אויך די קארט פארלירן זיי, ווייל זייער קונסט איז געווען ערקלערן באנקראט, און די סקווערע חדר אין מאנסי האט דאס זעלבע ערקלערט - און אויפגעוויזן!

וואס איז די מעשה מיט וויזניץ מאנסי ?

נשלח: מיטוואך אפריל 14, 2021 12:05 am
דורך איתן
זיי האבן זיי אריינגעזייפט, מיט'ן פלאן צו געווינען רחמנות, און ס'האט בעקפייערט [ווארט אויס, וועסטו הערן פרטים פון אנדערע, ווייל ס'נאך דערווייל מתחת לשלחן]

נשלח: מיטוואך אפריל 14, 2021 12:27 am
דורך מפיל קינד
Samkoton האט געשריבן:זיי זענען בכלל נישט געגאנגען אין ערכאות קעגן סקווירא. נאר די באנקראפסי דזשאדזש האט געמאכט ריסערטש און געוואר געווארן אז סקווירא צאלט נישט קיין רענט האט ער ארויסגעגעבן אן עוויקשאן נאטיס.

:lol: :lol:

וואו טרעפט מען אזעלכע גוטע דזשאדזשעס וואס געבן עוויקשענס אן קיין פארלאנג?

Re: נייעס און באריכטען פון ק״ק סקווירא

נשלח: מיטוואך אפריל 14, 2021 12:31 am
דורך moneyminded
היכי דמי האט געשריבן:
תפארת האט געשריבן:וואס הייסט נישט היימיש, נישט סקווירא היימיש? אדער נישט היימיש בכלל?


זעהט אויס נארמאל היימיש...
וואוינט אין בארא פארק.

אבער וואס פעלט אויס דיסקוסירן יענעמס פריוואטע לעבן אין פאבליק?
סאיז דא בילדער פון איר?

Sent from my SM-G960U using Tapatalk

נשלח: מיטוואך אפריל 14, 2021 12:35 am
דורך Samkoton
מפיל קינד האט געשריבן:
Samkoton האט געשריבן:זיי זענען בכלל נישט געגאנגען אין ערכאות קעגן סקווירא. נאר די באנקראפסי דזשאדזש האט געמאכט ריסערטש און געוואר געווארן אז סקווירא צאלט נישט קיין רענט האט ער ארויסגעגעבן אן עוויקשאן נאטיס.

:lol: :lol:

וואו טרעפט מען אזעלכע גוטע דזשאדזשעס וואס געבן עוויקשענס אן קיין פארלאנג?

די דזשאדזש וויל אז מען זאל פארדינגען די בנין פאר טענענטס וואס צאלן יא

נשלח: מיטוואך אפריל 14, 2021 12:42 am
דורך מה בכך
Samkoton האט געשריבן:
מפיל קינד האט געשריבן:
Samkoton האט געשריבן:זיי זענען בכלל נישט געגאנגען אין ערכאות קעגן סקווירא. נאר די באנקראפסי דזשאדזש האט געמאכט ריסערטש און געוואר געווארן אז סקווירא צאלט נישט קיין רענט האט ער ארויסגעגעבן אן עוויקשאן נאטיס.

:lol: :lol:

וואו טרעפט מען אזעלכע גוטע דזשאדזשעס וואס געבן עוויקשענס אן קיין פארלאנג?

די דזשאדזש וויל אז מען זאל פארדינגען די בנין פאר טענענטס וואס צאלן יא

זיי האבן שיינערהייט באצאלט, נאר נישט די ארויפגעטריבענע פרייז וואס זי האט געבעטן...

נשלח: מיטוואך אפריל 14, 2021 1:44 am
דורך berlbalaguleh
מה בכך: דאמאלס פארוואס זענען זיי נישט געגאנגען אין אפיעלס קאורט. אלא מאי, דאס איז געווען א טייל פון זייער (שטענדיגע) סטראטעגיע. יענעם באגראבן. אפילו דו באגראבסט דיך אליין...!

נשלח: מיטוואך אפריל 14, 2021 2:14 am
דורך מה בכך
berlbalaguleh האט געשריבן:מה בכך: דאמאלס פארוואס זענען זיי נישט געגאנגען אין אפיעלס קאורט. אלא מאי, דאס איז געווען א טייל פון זייער (שטענדיגע) סטראטעגיע. יענעם באגראבן. אפילו דו באגראבסט דיך אליין...!

ווייל א איד קודם צום בי"ד, סימפל .

נשלח: מיטוואך אפריל 14, 2021 2:22 am
דורך berlbalaguleh
צו וועלכן בי"ד...? סקווירא...!

נשלח: מיטוואך אפריל 14, 2021 4:47 am
דורך מה בכך
berlbalaguleh האט געשריבן:צו וועלכן בי"ד...? סקווירא...!

טייטש נישט אויס מיינע ווערטער .... עני בי"ד!