נישט אלע אין וועקער וועקן
ס'דא גענוג פון אלעמען
אבער סתם אזוי האב איך נאכנישט געליינט די אויסגאבע גיימער זיך איינהאנדלען איינע
נייע אויסגאבע: אותיות
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1108
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 9:54 am
- האט שוין געלייקט: 110 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 470 מאל
איך הער יעצט א אינטערוויו מיטן פלאם פייערדיגער רב וויינבערג שליט"א
רעדט ער זיך אפ אז אלס רב מיסד ער שטארק די יענקיס, און סיימאן ענד גארפונקל, ער בענקט זיך
https://www.youtube.com/watch?v=VbGE9YbhGYE
רעדט ער זיך אפ אז אלס רב מיסד ער שטארק די יענקיס, און סיימאן ענד גארפונקל, ער בענקט זיך
https://www.youtube.com/watch?v=VbGE9YbhGYE
"וואויל איז צו די אויגען וואס האבען געזעהן אויגן וואס האבען געזעהן קאווע שטיבל..." (רביה"ק פר' נשא ת"ש-כ"ח)
- קאצקע ציקער
- חבר ותיק
- הודעות: 2203
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
- האט שוין געלייקט: 1052 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל
אבטולמוס האט געשריבן:מ'האמיר איינגעהאנדלט אותיות, און שטארק הנאה געהאט. דער שפרונג פון אות א' צו אות ב' איז מסתמא דער גרעסטער שפרונג אין קוואליטעט וואס א אידישע אויסגאבע האט נאר אמאל געמאכט. מ'זעט אז די ערפארונג האט געברענגט גאר גוטע פירות, הערליכע ארטיקלען איינס ביי איינס (בפרט וואודמיר, שאך, פינלאנד), געשמאקע הומאר (טיקון תעות, געמאלענע וואסער), מיט פאעזיע, וויסנשאפט און שיינע תורה'דיגע ידיעות.
אותיות איז אויך געשטיגן אין דעם גראפיק, וואס איז יעצט ממש נחמד למראה, און אזוי אויך איז דער נייער סייז באקוועם און פראקטיש.
די אבסעסיע מיט סאטמאר סיי אין פאריגער אויסגאבע און סיי אין דער יעצטיגער איז נישט צו מיין געשמאק, אבער מסתמא דארף מען געפעלן פאר די יושבי קרנות. כ'האב געהאפט אז דער שמועס מיט הרב חיד"א ווייס זאל זיין מער סובסטאנסיוו, אבער למעשה איז עס בעיקר סיפורי צדיקים.
בסך הכל, א הערליכער ארבעט.
דעם שאך ארטיקל איז מסתם פיקציע אבער גאר גיט
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 282
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 12, 2019 12:01 am
- האט שוין געלייקט: 1053 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 724 מאל
די קאווער ארטיקל איז אויסנאם געשמאק, כ׳האב עס געליינט שבת הגדול מיט א גלעזל פיינע קאניאק און ס׳האט זיך געשפירט ממש ווי אין די שולכ׳ל אין אינדיאנא. די ארטיקל איז אייגענארטיג מיט איר אפענהארציקייט און רעספעקטפולע טאן פון ״ווי עגרי טו דיסעגרי״ בשעת׳ן ארויסברענגען די אומאיינשטימיקייט וואס אנדערע שרייבערס וואלטען פילייכט פארוואסערט פרובירנדיג אויסצוגלאנצען די נושא וואס זיי באהאנדלען.
די תימנע קהילה ארטיקל איז שוין געווען געכאפטע מעשיות פאסיג פאר דער בלאט און דאס איבעריגע איז מער ווייניגער פילערס לפענ״ד טראץ די לאנגע התנצלות׳ער אנפאנג אז די טייערע פרייז באצאלט בעסערע ארטיקלען, באמת? זעקס שיינע קשיות אויף פסח? א ליקוט מיט ענינים׳לעך פון מעגל טוב און נפש דוד?
פון די אחד מי יודע וואלט איך מסתמא יא הנאה געהאט ווען נישט איך ווייס אז פריים נומערן איז עפעס וואס כ׳וואלט ווען געדארפט לערנען אין זיבעטע קלאס אנשטאט לערנען דערוועגן אין א מאגאזין.
אלענפאלס, כ׳וועל מסתמא קויפן דאס קומענדיגע אויסגאבע, כ׳האב באמת הנאה געהאט דאס מאל, אבער ביטע זייער, נישט קיינע פילערס, יישר כחכם.