בלאט 2 פון 3
Re: היטל אראפ: הרב יואל ראטה קומט צוריק קיין נ"י פון אומאן
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2020 10:25 pm
דורך ישן מלא חדש
אלס איינער וואס האט אזוי געהאפט צו זיין אין אומן און נישט זוכה געוועין קען איך עים נישט פארשטיין.
אנשטאט צו זיין די שליח ציבור פון דיין קהילה און איין רייסן ביים ציון לכבודם האט ער ארויס געמאכט פליטה.
איך בין אבער מלמד זכות אויף עים אז אפשר האט ער זיך געפיהלט שולדיג אז ער האט געהייסן זיינע תלמידים קומען והיה מה שהיה.
אדער וויבאלד די פאליציי פרובירט צו כאפן די אריינגעשווערצטע האט ער ארויס געטשיקענט.
אבער וואס איך קען נישט דערגיין איז פארוואס האט ער כאטש נישט געווארט נאך א טאג כאטש צו זיין דארט ביי זכור ברית?
Sent from my SM-T113 using Tapatalk
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2020 10:45 pm
דורך [NAMELESS]
און נאכדעם ווערן סטאק אין עפעס אן אירפארט איבער ר"ה.
זכור ברית איז סיי ווי נישט ר"ה.
Re: היטל אראפ: הרב יואל ראטה קומט צוריק קיין נ"י פון אומאן
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2020 11:16 pm
דורך ישן מלא חדש
עמינדב האט געשריבן:און נאכדעם ווערן סטאק אין עפעס אן אירפארט איבער ר"ה.
זכור ברית איז סיי ווי נישט ר"ה.
מען קען עס אויסארבעטן די שעות זענען געריקט פאראויס ווי דא.
זכור ברית איז ביי אונז געוועין א גרויסע חלק פונעם קיבוץ.
Sent from my SM-T113 using Tapatalk
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 18, 2020 12:06 am
דורך מפיל קינד
די סיבה איז זיכער ווייל ער שפירט זיך אויסגעשפילט ביי זיינע תלמידים. אסאך פון זיי זענען גוט אנגעווייטאגט פארן זיי הייסן אריינשפרינגען, זיי האבן פארלוירן געלט און גארנישט באקומען. ער מוז זיין צוריק ווי פריער זיך איבערצובעטן מיט זיי.
היטל ארויף, היטל אראפ, ער האט נישט געהאט קיין צוויי ברירות.
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 18, 2020 12:10 am
דורך [NAMELESS]
מפיל קינד האט געשריבן:די סיבה איז זיכער ווייל ער שפירט זיך אויסגעשפילט ביי זיינע תלמידים. אסאך פון זיי זענען גוט אנגעווייטאגט פארן זיי הייסן אריינשפרינגען, זיי האבן פארלוירן געלט און גארנישט באקומען. ער מוז זיין צוריק ווי פריער זיך איבערצובעטן מיט זיי.
היטל ארויף, היטל אראפ, ער האט נישט געהאט קיין צוויי ברירות.
נעגעטיוויטעט אויפן שטערקסטן פארנעם ווי נאר דער מפיל קינד קען
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 18, 2020 12:14 am
דורך מפיל קינד
עטליכע שרייבן שוין די זעלבע השערות, אבער נאר איך בין נעגאטיוו.
ישן מלא חדש האט געשריבן:איך בין אבער מלמד זכות אויף עים אז אפשר האט ער זיך געפיהלט שולדיג אז ער האט געהייסן זיינע תלמידים קומען והיה מה שהיה.
Sent from my SM-T113 using Tapatalk
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 18, 2020 1:44 am
דורך בן ישי
C/P
פרישע בריוו פון די ראש ישיבה
בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת האזינו א', כ"ח אלול, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד מיינע טייערע תלמידים נרם יאיר.
איך בעט אייך איבער פאר די צער און עגמת נפש וואס איז אריבער אויף יעדן איינעם באזונדער.
גלייבט מיר, איך האב ענק נישט פארפירט ביז יעצט און איך וועל ענק ווייטער נישט פארפירן; איך האב ענק געזאגט צו קומען ווייל איך וואלט דאס אליינס געטון, וואלט איך ווען געווען אין אמעריקע און געהערט אז עס איז דא א וועג אריינצוקומען קיין אוקריינע זיין ביים רבינ'ס ציון – אפילו נאר אויף איין פראצענט – וואלט איך אויך געקומען. והא ראי', איך האב דאך געשיקט מיינע קינדער מיט ענק - אפילו די יונגע קינדער, אפילו עס איז געווען זייער איינגעשטעלט. ווייל אז דער רבי האט אזויפיל גערעדט און געזאגט מען זאל קומען קיין אומאן אויף ראש השנה – קען מען אויף גארנישט קוקן.
איך בין יעצט אויפ'ן וועג צוריק, מיין אומאן די יאר וועט זיין מיט אייך אלע אין שטעטל "קרית ברסלב"; זייט מיר מוחל אויף אלע שוועריקייטן.
פון ענקער ראש ישיבה וואס האט ענק נישט פארפירט ביז יעצט און איך וועל ענק ווייטער נישט פארפירן.
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 18, 2020 1:50 am
דורך בן ישי
פון דעם בריוו זעהט אויס ווי ער פילט אז ער דארף זיך פארענטפערן פאר זיינע מענטשן וואס ווי עס זעהט אויס זענען זיי אנגעווייטאגט אויף עם.
וואס אויב איז עס טאקע אזוי פארשטייט מען פארוואס ער איז צוריקגעקומען.
איך מיין אבער אז עס קומט עם נאכאלץ קרעדיט אפילו אויב ער האט עס נאר געטוהן צו איבערבעטן זיינע מענטשן. וועלכע רבי וואלט געטוהן אזא זאך כדאי צו צופרידן צושטעלן זיין ציבור?
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 18, 2020 2:50 am
דורך פאליטיקאנט
איך זע באמת נישט ער זאל האבן איינעם פארפירט, דריי וואכן צוריק האט ער געשריגן מ'זאל נישט גיין, און דאס איז פשוט ווייל מ'לאזט נישט איבער די משפחה אויף אזוי לאנג - טאמבס אפ פאר דעם.
אנהייב וואך האט ער געזאגט מ'זאל שנעל קומען אפי' פאר גרויס געלט - ווייל דאן האט מען נאך געקענט, און ביי ברעסלב'ער חסידים לוינט זיך צו צאלן גרויס געלט אויב עס איז נישטא קיין אנדערע אפציע.
צום סוף האט מען נישט געקענט אריין, און רוב פון זיינע חסידים זענען געבליבן געשטראנדעט 'פונקט ווי רוב ברסלב'ער חסידים אלוועלטליך', קומט ער צוריק פירן מיט זיי ראש השנה - און דאס איז זייער שיין פון עם, ווייל ער וואלט עס נישט געדארפט טון (מיינענדיג צו זאגן, אז זיינע מעריצים וואלטן נישט געהאט טענות)
[די בריוו ווי ער פארענטפערט זיך ווייזט נישט גארנישט, נאר רוב ברסלב'ער חסידים זענען אנגעווייטאגט אויפ'ן מצב, און ווען ס'טוט וויי רעגט מען זיך אויף אלץ, האט ער עס געשריבן]
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 18, 2020 10:04 am
דורך ישן מלא חדש
ישן מלא חדש האט געשריבן:אלס איינער וואס האט אזוי געהאפט צו זיין אין אומן און נישט זוכה געווען קען איך אים נישט פארשטיין.
אנשטאט צו זיין די שליח ציבור פון דיין קהילה און איינרייסן ביים ציון לכבודם האט ער געמאכט פליטה.
איך בין אבער מלמד זכות אויף אים אז אפשר האט ער זיך געפיהלט שולדיג אז ער האט געהייסן זיינע תלמידים קומען והיה מה שהיה.
""אדער וויבאלד די פאליציי פרובירט צו כאפן די אריינגעשווערצטע האט ער ארויס געטשיקענט.""
אבער וואס איך קען נישט דערגיין איז פארוואס האט ער כאטש נישט געווארט נאך א טאג כאטש צו זיין דארט ביי זכור ברית?
יא, קוקט אויס ער האט ארויס געטשיקענט.
![בילד](https://uploads.tapatalk-cdn.com/20200918/b66c775d0ca0214837458693aab76c3e.jpg)
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 18, 2020 11:46 am
דורך berlbalaguleh
צפור בודד האט געשריבן:חתם סופר האט געשריבן:מיין היטל גייט אראפ מיט רעספעקט פאר הרב יואל ראטה וואס האט באשלאסן זיך צוריקצוקערן קיין נ"י צו זיין אויף ראש השנה מיט זיינע תלמידים, נאכדעם וואס ער האט זיך שוין סאקסעספול אריינבאקומען אין אומאן.
איך רעכן ער איז צוריקגעקומען כדי לערבב השטן.
ציפור בודד: דו מיינסט אז דער שטן ווייסט נישט וועגן קאראנא?! ער/זי ליינט די נייעס פונקט ווי א יעדער...! לאל
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 20, 2020 11:13 pm
דורך [NAMELESS]
קלאר צו שטעלן די פאקטן, די ארעסטירטע רעדט מען פון שטאט מונקאטש ווי זיי האבן געשווערצט פשוטו כמשמעו, מען האט זיי געפאקט ביי די מעשה און ארעסטירט.
אין אומאן האט מען נישט געהערט פון קיין ארעסטירטע און א וודאי נישט די וועג האבן נישט געשווערצט און זיי האבן א סטעמפל אין די פאספארט וואס דעמאלטס קען מען נישט לעגאל ארעסטירן, אויב עפעס מכר די אגענט וועג האט געסטעמפט
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2020 4:15 am
דורך צפור בודד
berlbalaguleh האט געשריבן:צפור בודד האט געשריבן:חתם סופר האט געשריבן:מיין היטל גייט אראפ מיט רעספעקט פאר הרב יואל ראטה וואס האט באשלאסן זיך צוריקצוקערן קיין נ"י צו זיין אויף ראש השנה מיט זיינע תלמידים, נאכדעם וואס ער האט זיך שוין סאקסעספול אריינבאקומען אין אומאן.
איך רעכן ער איז צוריקגעקומען כדי לערבב השטן.
ציפור בודד: דו מיינסט אז דער שטן ווייסט נישט וועגן קאראנא?! ער/זי ליינט די נייעס פונקט ווי א יעדער...! לאל
פארשטייסט נישט. איך האב געמיינט, אז דער שטן זעט אז ער פארט צוריק וועט ער מיינען אז ר"ה איז שוין פאריבער.
און פארוואס פאלט דיר איין אז דער שטן איז "זי"?
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2020 4:18 am
דורך צפור בודד
מונקאטש איז נישט אזוי נאנט צו דער גרעניץ אז מען זאל זיי דארט כאפן "ביי די מעשה". אפשר האט מען זיי אהין געפירט אדער מען האט זיי געכאפט נאכן שווערצן.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2020 11:10 am
דורך קלוגע יודל
צפור בודד האט געשריבן:מונקאטש איז נישט אזוי נאנט צו דער גרעניץ אז מען זאל זיי דארט כאפן "ביי די מעשה". אפשר האט מען זיי אהין געפירט אדער מען האט זיי געכאפט נאכן שווערצן.
מונקאטש איז נישט ווייט פון א גרעניץ (אדער אפשר אפילו ביים גרעניץ)
Re: היטל אראפ: הרב יואל ראטה קומט צוריק קיין נ"י פון אומאן
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2020 11:35 am
דורך צפור בודד
קלוגע יודל האט געשריבן:צפור בודד האט געשריבן:מונקאטש איז נישט אזוי נאנט צו דער גרעניץ אז מען זאל זיי דארט כאפן "ביי די מעשה". אפשר האט מען זיי אהין געפירט אדער מען האט זיי געכאפט נאכן שווערצן.
מונקאטש איז נישט ווייט פון א גרעניץ (אדער אפשר אפילו ביים גרעניץ)
סאיז טאקע רעלאטיוו נישט ווייט אפשר 25-35 מייל לויט וועלכער גרעניץ, אבער ביים גרעניץ איז עס נישט און מען קען דארט נישט כאפן "ביי די מעשה".
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2020 11:48 am
דורך [NAMELESS]
צפור בודד האט געשריבן:קלוגע יודל האט געשריבן:צפור בודד האט געשריבן:מונקאטש איז נישט אזוי נאנט צו דער גרעניץ אז מען זאל זיי דארט כאפן "ביי די מעשה". אפשר האט מען זיי אהין געפירט אדער מען האט זיי געכאפט נאכן שווערצן.
מונקאטש איז נישט ווייט פון א גרעניץ (אדער אפשר אפילו ביים גרעניץ)
סאיז טאקע רעלאטיוו נישט ווייט אפשר 25-35 מייל לויט וועלכער גרעניץ, אבער ביים גרעניץ איז עס נישט און מען קען דארט נישט כאפן "ביי די מעשה".
איך האב געליינט אז מען האט זיי חושד געווען וועגען די מאראסט "בוץ" אויף זייער פוס, און מן הסתם האבן זיי געוויסט אז חרדים זוכען אנצוקומען קיין אומאן
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2020 7:39 pm
דורך berlbalaguleh
צפור בודד האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:צפור בודד האט געשריבן:חתם סופר האט געשריבן:מיין היטל גייט אראפ מיט רעספעקט פאר הרב יואל ראטה וואס האט באשלאסן זיך צוריקצוקערן קיין נ"י צו זיין אויף ראש השנה מיט זיינע תלמידים, נאכדעם וואס ער האט זיך שוין סאקסעספול אריינבאקומען אין אומאן.
איך רעכן ער איז צוריקגעקומען כדי לערבב השטן.
ציפור בודד: דו מיינסט אז דער שטן ווייסט נישט וועגן קאראנא?! ער/זי ליינט די נייעס פונקט ווי א יעדער...! לאל
פארשטייסט נישט. איך האב געמיינט, אז דער שטן זעט אז ער פארט צוריק וועט ער מיינען אז ר"ה איז שוין פאריבער.
און פארוואס פאלט דיר איין אז דער שטן איז "זי"?
ציפור בודד: אין די היינטיגע וועלט קען דער שטן זיין א ..."זי"...!
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2020 9:09 pm
דורך אינגערמאנטשיקל
צענדליגע אידן זענען סוקסעספול אנגעקומען קיין אומאן דורך שמוגלען אדורך דעהם וואלד. די זעקס איתרע מזלייהו אז מען האט זיי געכאפט.
פאר משה יענקל איז עס א שטארקע זאך פאר זיין פראפייל, ממש אזויווי רבי נתן און רבי לוי יצחק בשעתם.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2020 9:24 pm
דורך מפיל קינד
berlbalaguleh האט געשריבן:צפור בודד האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:ציפור בודד: דו מיינסט אז דער שטן ווייסט נישט וועגן קאראנא?! ער/זי ליינט די נייעס פונקט ווי א יעדער...! לאל
פארשטייסט נישט. איך האב געמיינט, אז דער שטן זעט אז ער פארט צוריק וועט ער מיינען אז ר"ה איז שוין פאריבער.
און פארוואס פאלט דיר איין אז דער שטן איז "זי"?
ציפור בודד: אין די היינטיגע וועלט קען דער שטן זיין א ..."זי"...!
ס'איז דא אן אלט ווארט אויף דעם, פון וואו ווייסט מען אז תשובה איז א לשון זכר?
ווייל אויב ס'וואלט געווען א לשון נקיבה וואלט שוין יעדער אמאל געהאט אן הרהור תשובה...
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 22, 2020 11:32 pm
דורך גרעפיקסער
ענדערש א רבי וואס וויל געפעלן זיינע חסידים (נישט אז כ׳זאג אז ס׳איז אזוי דא) און שלאגט כפרות מיט די וועלט, ווי איידער א רבי וואס וויל געפעלן די וועלט און שלאגט כפרות מיט די חסידים...
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 23, 2020 3:23 am
דורך cictim
משה יענקל מיט יואלי ביידע ליידן אויף די היינטיגע קרענק גערופען "רייטינג"
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 23, 2020 4:43 am
דורך קאצקע ציקער
cictim האט געשריבן:משה יענקל מיט יואלי ביידע ליידן אויף די היינטיגע קרענק גערופען "רייטינג"
משה ענקל טענה'ט אז ער ווייסט "קלאר" אז די רבי האט עים געשיקט אין תפיסה ראש השנה