בלאט 2 פון 2
נשלח: זונטאג יאנואר 10, 2021 10:01 am
דורך זופ מיט מאנדלען
איין זאך פארשטיי איך נישט...טוויטער איז א אנגעזעהנע עפפ, אירע באלעבאטים מאכן אסאך געלט, וואס פונקטליך פעלט זיי אז זיי זאלן דארפן אויפקאכן אזא קאשע?....פאר טראמפ שאט עס נישט, די דעמאקראטן פארדינען אויך לכאורה נישט קיין סאך, וואס פארדינט טוויטער פון דעם?
נשלח: זונטאג יאנואר 10, 2021 11:31 am
דורך שמחהלע קאפשטיק
זופ מיט מאנדלען האט געשריבן:איין זאך פארשטיי איך נישט...טוויטער איז א אנגעזעהנע עפפ, אירע באלעבאטים מאכן אסאך געלט, וואס פונקטליך פעלט זיי אז זיי זאלן דארפן אויפקאכן אזא קאשע?....פאר טראמפ שאט עס נישט, די דעמאקראטן פארדינען אויך לכאורה נישט קיין סאך, וואס פארדינט טוויטער פון דעם?
ווי עס קוקט אויס איז אסאך קעש פון די דעמאקראטישע שישקעס אינוואלווד, אדער אלס א אויסטויש פון פארקוקען פין זייערע חטאים, ע"ד שמור לי ואשמור לך.
#כתבתי בלי הוכחות.
נשלח: זונטאג יאנואר 10, 2021 12:58 pm
דורך מנחם ציון
תרמב האט געשריבן:יעדער איז פארשטומט, ס’איז נישט דא וואו אויסצוגעבן די ווייטאג.
אויף קאווע שטיבל

נשלח: זונטאג יאנואר 10, 2021 3:02 pm
דורך זופ מיט מאנדלען
שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:זופ מיט מאנדלען האט געשריבן:איין זאך פארשטיי איך נישט...טוויטער איז א אנגעזעהנע עפפ, אירע באלעבאטים מאכן אסאך געלט, וואס פונקטליך פעלט זיי אז זיי זאלן דארפן אויפקאכן אזא קאשע?....פאר טראמפ שאט עס נישט, די דעמאקראטן פארדינען אויך לכאורה נישט קיין סאך, וואס פארדינט טוויטער פון דעם?
ווי עס קוקט אויס איז אסאך קעש פון די דעמאקראטישע שישקעס אינוואלווד, אדער אלס א אויסטויש פון פארקוקען פין זייערע חטאים, ע"ד שמור לי ואשמור לך.
#כתבתי בלי הוכחות.
בלי הוכחות ובלי קאממאן סענס....
Re: מי יגלה עפר מעיניך מוטער רוסלאנד?!
נשלח: מאנטאג יאנואר 11, 2021 4:30 am
דורך פאליטיקאנט
זופ מיט מאנדלען האט געשריבן:איין זאך פארשטיי איך נישט...טוויטער איז א אנגעזעהנע עפפ, אירע באלעבאטים מאכן אסאך געלט, וואס פונקטליך פעלט זיי אז זיי זאלן דארפן אויפקאכן אזא קאשע?....פאר טראמפ שאט עס נישט, די דעמאקראטן פארדינען אויך לכאורה נישט קיין סאך, וואס פארדינט טוויטער פון דעם?
עס איז די כח פון שטופן אן אגענדע און זיין נאך מער אנגעזען מיט'ן טון די "ריכטיגע שריט" אין צייט פון "נויט".
דארפסט אביסל פארשטיין וויאזוי די לינקע קוקן אן טראמפ און די איצטיגע אומרוען, זיי האלטן באמת אז דאס דארף מען יעצט טוען.
(שווארצענעגער האלט באמת אז עס איז ממש ווי קריסטאלנאכט...)
נשלח: מאנטאג יאנואר 11, 2021 10:50 am
דורך רביה''ק זי''ע
ס'איז ממש אזויווי דו זאגסט, כ'האב אמאל גערעדט מיט איינע וואס איז געווען מורא'דיג אבסעסד מיט די געדאנק צוצוגלייכן די detention camps ביי די מעקסיקאנע גרעניץ צו אוישוויץ, זי האט גערעדט מיט אזא אייפער און ערנסטקייט און ס'איז פשוט נישט געווען מיט וועם זיך צו טענה'ן, ס'איז געווען כאילו דו זאלסט זיך טענה'ן מיט א רעליגיעזע מענטש איבער גאט אדער זיין רעליגיע. צו מיר זעהט עס אויס ווי א cognitive bias וואס די מענטשן האבן צו פילן ווי זיי לעבן מיט א זייער וויכטיגע געשעעניש, זעהט אויס ווי דאס לעבן אין 2021 איז צו לאנגווייליג און טרוקן פאר זיי און זיי זוכן עקשן. זיי קוקן צוריק צו די שפאנונגספולע צייטן פון די 1930'ס און 1940'ס וויפיל פאן ס'איז געווען דאן צו לעבן, ס'געווען א היטלער, נאציס, קאנצענטראציע לאגערן, גאז קאמערן, קרעמעטאריומס, מלחמות, א ווארשעווע געטאו, עקשן!! און וואס האבן מיר היינט? גארנישט, אפאר אנאנימע רוסישע און כינעזע העקערס, וועם וועט מען באשולדיגן אין אלע אונזערע פראבלעמען? וועם וועט מען פיינט האבן? פאר וועם וועט מען זיך קענען אננעמען? אויף וואס וועט מען קענען זיך מוסר נפש זיין? וואו וועט מען אויסגעבן די אנגעזאמלטע ענערגיע? זייער מוח דארשט נאך מיינונגספולע עקשן, ס'זאל זיך טוהן לעבעדיג. און אז די מוח זוכט עקשן טרעפט עס שוין וואו עס אריינצוטייטשן.
נשלח: מאנטאג יאנואר 11, 2021 11:40 am
דורך קורקלענד
למעשה האט זיך עס אין די 30-40 יארן אויך ערגעץ אנגעפאנגען....
נשלח: מאנטאג יאנואר 11, 2021 11:54 am
דורך רביה''ק זי''ע
און וויפיל מאל האבן די עקשן דארשטענדע געמיינט אז ס'פאנגט זיך נאכאמאל אן און ס'האט זיך (צו זייער גרויס אנטריסונג) אויסגעלאזט מיט גארנישט? כ'מיין די גאנצע האלאקאוסט האט זיך דאך נאר אנגעפאנגען דורך מענטשן וואס זענען סתם געווען דארשטיג פאר עקשן,
קוק דא. זיי זענען די וואס מאכן די חורבנות און נאכדעם קומען זיי ווייזן "זעהסט כ'האה דיר געזאגט!"
נשלח: מאנטאג יאנואר 11, 2021 1:44 pm
דורך רביה''ק זי''ע
נשלח: מאנטאג יאנואר 11, 2021 2:36 pm
דורך לייבל שטילער
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ס'איז ממש אזויווי דו זאגסט, כ'האב אמאל גערעדט מיט איינע וואס איז געווען מורא'דיג אבסעסד מיט די געדאנק צוצוגלייכן די detention camps ביי די מעקסיקאנע גרעניץ צו אוישוויץ, זי האט גערעדט מיט אזא אייפער און ערנסטקייט און ס'איז פשוט נישט געווען מיט וועם זיך צו טענה'ן, ס'איז געווען כאילו דו זאלסט זיך טענה'ן מיט א רעליגיעזע מענטש איבער גאט אדער זיין רעליגיע. צו מיר זעהט עס אויס ווי א cognitive bias וואס די מענטשן האבן צו פילן ווי זיי לעבן מיט א זייער וויכטיגע געשעעניש, זעהט אויס ווי דאס לעבן אין 2021 איז צו לאנגווייליג און טרוקן פאר זיי און זיי זוכן עקשן. זיי קוקן צוריק צו די שפאנונגספולע צייטן פון די 1930'ס און 1940'ס וויפיל פאן ס'איז געווען דאן צו לעבן, ס'געווען א היטלער, נאציס, קאנצענטראציע לאגערן, גאז קאמערן, קרעמעטאריומס, מלחמות, א ווארשעווע געטאו, עקשן!! און וואס האבן מיר היינט? גארנישט, אפאר אנאנימע רוסישע און כינעזע העקערס, וועם וועט מען באשולדיגן אין אלע אונזערע פראבלעמען? וועם וועט מען פיינט האבן? פאר וועם וועט מען זיך קענען אננעמען? אויף וואס וועט מען קענען זיך מוסר נפש זיין? וואו וועט מען אויסגעבן די אנגעזאמלטע ענערגיע? זייער מוח דארשט נאך מיינונגספולע עקשן, ס'זאל זיך טוהן לעבעדיג. און אז די מוח זוכט עקשן טרעפט עס שוין וואו עס אריינצוטייטשן.
איך וואלט ענדערש געזאגט אז זיי ווילן זיך שפירן "וויכטיג" ווי זוכען 'עקשען' אבער די פוינט איז אמת.
נשלח: מאנטאג יאנואר 11, 2021 2:45 pm
דורך רביה''ק זי''ע
ס'איז איין זאך, סתם עקשן איז נישט גענוג פאר די חברה, ס'דארף זיין עפעס meaningful, נישט סתם א ווידיאו געים מיט א סקריען און פאנדלעך, זיי דארפן פילן ווי ס'איז עכט! די זעלבע זאך איז אויך מיט די ראיאטן אין קעפיטעל היל, די מאסן וואס האבן זיך אריינגעבראכן אין קאנגרעס האבן ממש געפילט ווי נאפאליאן בשעתו וואס האט זיך אריינגעבראכן אינעם פראנצויזישן קאנגרעס, ס'נישט סתם א סאטמארע דעמאנסטראציע ווי מ'שיסט לופטיגע דערקלערונגען און מ'גייט אהיים האפנדיג אז מ'האט געפועלט אלעס גוטס, ס'איז אן עכטע זאך! מ'האט זיך העלדיש אריינגעבראכן אינעם קאנגרעס! דאס איז נישט סתם א דעמאנסטראציע, ס'איז אן אויטענטישע פריעקינג עכטע coup! אקוראט ווי אין די מחניים ביכלעך. און און און ס'איז אן עכטע איבערלעבעניש!
נשלח: מאנטאג יאנואר 11, 2021 2:52 pm
דורך לייבל שטילער
יא יא.
ס'איז אינטרעסאנט אנצומערקן אז די זעלבט זאך טרעפט מען ביי אונז, ס'איז אלץ דא די וואס האבן ליב צו מאכן א טראסק אז דאס איז א "גזירה" און יענץ איז א "גזירה'', גזירת החינוך, מילה, ערקתא דסאני, זיי ליינען ביכער פון די העלדישע אידן ביי די גזירות אין רוסלאנד, וכו', און ס'גלוסט זיך זיי עקשען.... ס'איז נישט אינטרעסאנט ווען קיינעם באדערט נישט דיין אידישקייט און מלאזט דיך דינען דעם אויבערשטען...
נשלח: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:28 pm
דורך דוראק
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ס'איז ממש אזויווי דו זאגסט, כ'האב אמאל גערעדט מיט איינע וואס איז געווען מורא'דיג אבסעסד מיט די געדאנק צוצוגלייכן די detention camps ביי די מעקסיקאנע גרעניץ צו אוישוויץ, זי האט גערעדט מיט אזא אייפער און ערנסטקייט און ס'איז פשוט נישט געווען מיט וועם זיך צו טענה'ן, ס'איז געווען כאילו דו זאלסט זיך טענה'ן מיט א רעליגיעזע מענטש איבער גאט אדער זיין רעליגיע. צו מיר זעהט עס אויס ווי א cognitive bias וואס די מענטשן האבן צו פילן ווי זיי לעבן מיט א זייער וויכטיגע געשעעניש, זעהט אויס ווי דאס לעבן אין 2021 איז צו לאנגווייליג און טרוקן פאר זיי און זיי זוכן עקשן. זיי קוקן צוריק צו די שפאנונגספולע צייטן פון די 1930'ס און 1940'ס וויפיל פאן ס'איז געווען דאן צו לעבן, ס'געווען א היטלער, נאציס, קאנצענטראציע לאגערן, גאז קאמערן, קרעמעטאריומס, מלחמות, א ווארשעווע געטאו, עקשן!! און וואס האבן מיר היינט? גארנישט, אפאר אנאנימע רוסישע און כינעזע העקערס, וועם וועט מען באשולדיגן אין אלע אונזערע פראבלעמען? וועם וועט מען פיינט האבן? פאר וועם וועט מען זיך קענען אננעמען? אויף וואס וועט מען קענען זיך מוסר נפש זיין? וואו וועט מען אויסגעבן די אנגעזאמלטע ענערגיע? זייער מוח דארשט נאך מיינונגספולע עקשן, ס'זאל זיך טוהן לעבעדיג. און אז די מוח זוכט עקשן טרעפט עס שוין וואו עס אריינצוטייטשן.
ס'איז גאָר טשיקאַווע אַז איר שרײבט די גאַנצע דרשה אין אַן אשכול מיטן קעפּל „מי יגלה עפר מעיניך מוטער רוסלאנד”...
נשלח: מאנטאג יאנואר 11, 2021 8:31 pm
דורך לייבל שטילער
לייבל שטילער האט געשריבן:יא יא.
ס'איז אינטרעסאנט אנצומערקן אז די זעלבט זאך טרעפט מען ביי אונז, ס'איז אלץ דא די וואס האבן ליב צו מאכן א טראסק אז דאס איז א "גזירה" און יענץ איז א "גזירה'', גזירת החינוך, מילה, ערקתא דסאני, זיי ליינען ביכער פון די העלדישע אידן ביי די גזירות אין רוסלאנד, וכו', און ס'גלוסט זיך זיי עקשען.... ס'איז נישט אינטרעסאנט ווען קיינעם באדערט נישט דיין אידישקייט און מלאזט דיך דינען דעם אויבערשטען...
און אלץ אן הוספה, היינו טעמא פ"וו די אסימעלאציע אין אמעריקא איז געווען אזוי הויעך בשנים קדמניות, ווייל די אלע רדיפת הדת פון די לעצטע טויזנט יאר אין אייראפע און אפילו אין קאמינסטישע רוסלאנד האט געגעבן meaning און action, מ'האט געפיהלט העלדיש, וויכטיג און חשוב אז מ'לאזט זיך נישט נאר מ'קעמפט פאר אידישקייט. ווידער אין אמעריקא האט דיך קיינער נישט אנגעקוקט, קיינעם גייט נישט אן צו דו היטסט שבת צו נישט, קיינער שטערט דיך נישט פון פראקטעצירן דיין רעליגיע, סה"כ געב דיך אליינס אן עצה מיט א דזשאב וכו', דאס איז שווערער ווי אלעם.
נשלח: דינסטאג יאנואר 12, 2021 5:43 pm
דורך מנחם ציון
לפי @שטילער שטימט די קאמף קעגן טעכנעלאגיע....
פון ביידע זייטן...