בלאט 2 פון 2

נשלח: דאנערשטאג אפריל 15, 2021 8:38 am
דורך תרומה
אין ווילי האט מען שוין פארגעסן פון קאוויד תש''פ

נשלח: דאנערשטאג אפריל 15, 2021 11:34 am
דורך אלע צוזאמען
תרומה האט געשריבן:אין ווילי האט מען שוין פארגעסן פון קאוויד תש''פ

אין 'פלארידע', 'טעקסאס', 'טענעסי', און אין נאך עטליכע סטעיטס, האט מען שוין אויך לאנג פארגעסן פון די איבערגעבלאזענע זוי גערופענע מגפה.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 15, 2021 11:51 am
דורך היכי דמי
אלע צוזאמען האט געשריבן:
תרומה האט געשריבן:אין ווילי האט מען שוין פארגעסן פון קאוויד תש''פ

אין 'פלארידע', 'טעקסאס', 'טענעסי', און אין נאך עטליכע סטעיטס, האט מען שוין אויך לאנג פארגעסן פון די איבערגעבלאזענע זוי גערופענע מגפה.


נישט ממש, א גרויס חלק פון די באפעלקערונג פון די סטעיטעס האלטן זיך נאך צו די מאסקעס און סאשעל דיסטינסינג.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 15, 2021 2:31 pm
דורך רביה''ק זי''ע
ווייל איינער איז געווען אין א געגנד אין פלארידע אדער טעקסאס און געזעהן מענטשן אן מאסקעס קען מען נאכנישט מאכן א כלל, אין מיין עקספיריענס איז יעדע געגנד אנדערש, ס׳איז ווי א פרעמדער זאל אריינפאלן אין וויליאמסבורג און דערנאך גיין אויסרופן אז ״אין ניו יארק האט מען שוין פארגעסן פון קאראנעוויירוס״.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 15, 2021 3:22 pm
דורך תרומה
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ווייל איינער איז געווען אין א געגנד אין פלארידע אדער טעקסאס און געזעהן מענטשן אן מאסקעס קען מען נאכנישט מאכן א כלל, אין מיין עקספיריענס איז יעדע געגנד אנדערש, ס׳איז ווי א פרעמדער זאל אריינפאלן אין וויליאמסבורג און דערנאך גיין אויסרופן אז ״אין ניו יארק האט מען שוין פארגעסן פון קאראנעוויירוס״.

איך האב געמיינט 'די היימישע ווילי' דאס מיינט אויך גרעיטער ניו יורק

נשלח: דאנערשטאג אפריל 15, 2021 8:35 pm
דורך אלע צוזאמען
היכי דמי האט געשריבן:
אלע צוזאמען האט געשריבן:
תרומה האט געשריבן:אין ווילי האט מען שוין פארגעסן פון קאוויד תש''פ

אין 'פלארידע', 'טעקסאס', 'טענעסי', און אין נאך עטליכע סטעיטס, האט מען שוין אויך לאנג פארגעסן פון די איבערגעבלאזענע זוי גערופענע מגפה.


נישט ממש, א גרויס חלק פון די באפעלקערונג פון די סטעיטעס האלטן זיך נאך צו די מאסקעס און סאשעל דיסטינסינג.

אין 'וויליאמסבורג' קענסטו נאך אויך טרעפן מאסקעס, כ'האב גערעדט ווי דער געזעץ איז אז מ'פארלאנגט גארנישט.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 15, 2021 10:54 pm
דורך רביה''ק זי''ע
איינער זאגט מיר אז ער איז געווען די וואך אין א רעגירונג'ס אפיס אין פלארידע און זיי זענען געווען זייער שטרענג מיט די מאסקעס פונקט ווי אין ניו יארק.

נשלח: פרייטאג אפריל 16, 2021 2:11 pm
דורך תרומה
א דאקטאר [א לינקער] האט מיר געזאגט, אז ס'איז אין פלאן אנצוהאלטן די רעגולאציעס ביז 2024

נשלח: פרייטאג אפריל 16, 2021 3:09 pm
דורך ליב צו וויסן
תרומה האט געשריבן:א דאקטאר [א לינקער] האט מיר געזאגט, אז ס'איז אין פלאן אנצוהאלטן די רעגולאציעס ביז 2024


ווייל דאן וועט זיך האפנטליך טוישן די אדמיניסטראציע..

Re: ווי אין די וועלט טוט מען "גארנישט" וועגן קאראנע וויירוס?

נשלח: מאנטאג אפריל 19, 2021 12:38 pm
דורך אונטער חכם
יעצט געזען גאר אן אינטערעסאנטע סטאדי, וואס קען אביסל מסביר זיין פארוואס ביי אונז טוט מען גארנישט וועגן די וויירוס.
https://www.brookings.edu/research/how- ... behaviors/
בילדבילד

די סטאדי ווייזט אז מער ווי האלב "רעפובליקאנער" מיינען אז האספיטאליזאציע ראטעס זענען כאטש צען צוואנציג מאל אזוי שלעכט ווי זיי זענען באמת, און "רעפובליקאנער" שאצן איבער די שעדליכקייט פונעם וויירוס פאר יונגע מענטשן אויף א ראטע פון %7000-%1300, מיט דעמאקראטן זענען די נאמבערס נאך ערגער.

אין אנדערע ווערטער, די אלע קאוויד ווייאלעישאנס, און אנטי לאקדאון מאוומענטס, קומט פון א פאלק וואס מיינט אז קאוויד איז צענדליגער מאל אזוי שלעכט ווי עס איז באמת, שטעל דיך פאר ווען אמעריקאנער ווייסן ווען באמת ווי שעדליך קאוויד איז, וואלטן זיי זיך ווארשיינליך אויפגעפירט פונקט ווי אונז, אדער נאך ערגער.

נשלח: מאנטאג אפריל 19, 2021 2:51 pm
דורך תרומה
ר' אלימלך זאגט אז א געוואוינהייט ווערט נאך פערציג טעג, און איך בין זייער בייז פארוואס די מאסקעס זענען שוין געווארן א אייביגע געוואוינהייט אין די וועלט.

הלוואי וואלט מען געברויכט עסן קאקאש-קעיק צוליב דעם...

נשלח: דאנערשטאג יוני 17, 2021 12:07 pm
דורך הקטן
a-group-of-parents-sent-their-kids-face-masks-to-a-lab-for-analysis-heres-what-they-found

איר פרעגט וואס זאגן די עקספערטען???
די עקספערטן זאגן קינדער זאלן גיין מיט מאסק'ס!!!