אויב טראמפ גייט געווינען...

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

הרב שיף האט געשריבן:ווען ער איז געלאפען די ערשטע מאל האב איך נישט געהאלטען פון אים, צוליב זיין רעדען,

גראדע האב איך זייער ליעב זיין וועג פון רעדן, כאטש צומאל גייט ער היבש אויף די נערוון. ער רעדט מיט אזא פרישקייט און שטויסט און בריקעט צו אלע זייטן, ס'מיר אבער געווען א חידוש צו הערן א מענטש רעדן אזוי פאר אן עולם. צ.ב. ווען ער רעדט פון אבאמא זאגט ער ארויס זיין פולע נאמען "באראק חוסעין אבאמא", די ערשטע מאל כ'האב עס געהערט האב איך אויסגעפלאצט, די דריטע מאל איז עס אבער שוין געווען קארני, אבער גערעכט איז ער, ווילאנג אבאמא וועט לייקענען אז ער איז (אדער פלעגט זיין) א מוסולמענער זאל מען עס איהם טאקע אריינהאקן אין קאפ איינמאל און נאכאמאל.

למעשה די טראמפ קעגנערשאפט קומט מיר פאר בערך אזויווי די כפרות קעגנערשאפט, ס'דא אזעלכע סארט מענטשן וואס ס'גייט זיי אריין א דשוק אין קאפ אז "דאס איז פרימיטיוו/נאריש" און גיי נאכדעם רעד מיט זיי פראקטישקייט, ס'איז פשוט נישט דא מיט וועם צו רעדן. זיי זענען גרייט זיך מקריב צו זיין אויפ'ן מזבח פון אויפגעקלערטקייט, זיי זענען סטאק אין א וועלט פון אידיאליזם, און זיי ווילן נישט הערן פון עפעס אנדערש.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

המאור הגדול הרב העניך

דאס נעמען טראמפס שוואכע זייט און גענצליך איגנארירן זיין גוטע זייט

אוי ווי בין איך אזוי שנעל געלאפן קודם א יישר כח פאר דיין הערליכע אנאליז

יעצט איך האב נישט דיין שפראך שריפט מסודרדיגייט און ליבע צום פעדער אז איך זאל קענען מרחיב זיין ע"כ וועל איך פראבירן דרכי בקוצר

טראמפ האט זיך צו זיך א גוטע זייט ער האט הארץ ליבע צו צובראכענע אויך מ'קען דאס זעין ביי אסאך פעלער אוודאי ווען ס'קומט צו רעאגירן איז נישטא די זאך וואס זאל אים אפשטעלן אבער פארט האט ער א גוטע זייט צו זיך אויך

איך האלט אז וואס ער טוט פאר אמעריקא איז א חלק דערפון ווייל ער וויל באמת העלפן אמעריקא ער טוט פאר אמעריקא גאנץ פאפולערע פאליסיס ס'איז אפשר קאנסערוואטיוו סאו קאלד רעכט אבער זינט ווען רופט מען אן א פאליסי רציחה

דעס גאנצע אנקוקן טראמפ אזוי געפערליך און בפרט ווען ער פירט אויס אנגענומענע פאליסיס אלס זיין אייגענע שלעכטע שריט ער טוט דאס בלויז פאר שלעכטיקייט קומט פון יארן שווערע ארבעט פון די לינקע

ע"כ האט אייער גאנצע געשעצטע ארטיקל איין תירוץ
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3204
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

העניך האט געשריבן:"The political polling profession is done," Republican pollster
@FrankLuntz
told
@axios
. "It is devastating for my industry."

איך איגנאריר שוין אנקעטעס יארן און אפשר פון היינט אן וועט העניך אויך איגנארירן די אנקעטעס, אבער זיי זענען ווייט פון פארמאכן די געשעפט. אנקעטעס וועט אי''ה ווייטער זיין א פראפעסיע און די עולם גולם וועט זיך ווידער אינטערעסירן. דער עולם וויל certainty און אנקעטעס געבן דער געפיל כאילו.

ס'איז א דבר פשוט מאוד אז איינער וואס גיבט אינפארמאציע פאר מיר וועט האבן א סיבה פארוואס ער טוהט דאס. די אלע פובליק אנקעטעס וואס טיילן די אינפארמאציע בחינם האבן קלאר א אינטערעסע אין מיר פיטערן אינפארמאציע, און ס'שווער צו מאכן די קעיס פארוואס זיי זאלן זיין אויפריכטיג. אבער די גרעסטע ראי'איז אז די אפיציעלע קאמפיינען שטייען ווייט פון פובליק אנקעטעס פאר פראקטישע באניץ. זיי נעמן עס נאר צו טרייבן מאמענטום אין די פובליק.
מנחם ציון
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 755
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 10, 2020 5:47 pm
האט שוין געלייקט: 479 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 679 מאל

שליחה דורך מנחם ציון »

העניך האט געשריבן:אפגעזען פון ווער עס וועט למעשה געווינען, איז נומער 1 און נומער 3 פון מיין ארטיקל אקטועל.

פארוואס איז #4 נישט אקטועל אפגעזעהן ווער ס'געווינט?
אדער וועט איר זיך שפירן אפגעפרעמדט ווייל טראמפ געווינט אדער וועלן מיר זיך שפירן פרעמד צו אייך ווייל ביידען געווינט...... :P
באניצער אוואטאר
במדבר
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 281
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 02, 2020 12:58 pm
האט שוין געלייקט: 699 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 441 מאל

שליחה דורך במדבר »

און אויב טראמפ גייט נישט געווינען...

טראמפ האט יעצט אין א שמועס מיט היימישע עסקנים זיי בארוהיגט, אז אויב גייט זיך ארויסשטעלן אין די ענדע אז ער האט פארלוירן די וואלן, גייט ער זיך לאזן אויפבויען א גראנדיעזע היכל ה'טישן' אין בארא פארק. :lol:
הלוואי ויתמזגו מזרח ומערב (אהוד מנור).
באניצער אוואטאר
מ גפני
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1001
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 3:09 pm
האט שוין געלייקט: 1135 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 465 מאל

שליחה דורך מ גפני »

במדבר האט געשריבן:און אויב טראמפ גייט נישט געווינען...

טראמפ האט יעצט אין א שמועס מיט היימישע עסקנים זיי בארוהיגט, אז אויב גייט זיך ארויסשטעלן אין די ענדע אז ער האט פארלוירן די וואלן, גייט ער זיך לאזן אויפבויען א גראנדיעזע היכל ה'טישן' אין בארא פארק. :lol:


אך קען נישט זיין! ער האט דאך צוגעזאגט פאר סאטמאר אז ער ווערט ראש הקהל אנשטאט ריספלער..
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3204
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

טראמפּ האט געהאט ניין מיליאן מער שטימעס ווי פיר יאר צוריק! זעהט נישט אויס ווי ער גייט אין ערגעץ. יא פרעזידענט, אדער נישט פרעזידענט.

אפשר האט ער פארלוירן די פרעזידענטשאפט אבער ער איז ווייט פון א פארלירער.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3204
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

די ווארט איז נישט וועלכע האט מער אדער וויפיל שטימען פון דער אנדערער. וואס איך ברענג ארויס איז אז טראמפּ לכשעצמו איז גארנישט שוואכער געווארן אין שטיצע, אדרבה ער איז פיל שטערקער געווארן. אין אנדערע ווערטער, ווען ער וואלט פארלוירן דורך א פאל ווי ער פארלירט שטיצע וואלט איר געהאט אויף וואס זיך צו פרייען. אבער אזויווי דער איז נאר געוואקסן, און אויב האט ער טאקע פארלוירן איז עס נאר ווייל די צד השני האט געבויט העכער איז אלעס וואס קומט מיט מיט איהם ווייט פון היסטאריע.
פארשפארט