בלאט 2 פון 2
נשלח: זונטאג אקטאבער 03, 2021 7:12 pm
דורך רביה''ק זי''ע
שטייט אין די מקורות אז מ׳זאל עס נישט זוכן אדער ס׳איז דיין אייגענע סובדשעקטיוויטי?
נשלח: זונטאג אקטאבער 03, 2021 7:37 pm
דורך הקטן
ריין אייגענע סובדשעקטיוויטי
אויב דו ווייסט נישט פין קיין מקור איז אויך גוט, איך האב נישט קיין טענות - בליימער גיטע פרענדס
נשלח: זונטאג אקטאבער 03, 2021 7:42 pm
דורך רביה''ק זי''ע
סובדשעקטיוו פרענדס אדער אבדשעקטיוו?
נשלח: דינסטאג אקטאבער 05, 2021 10:07 am
דורך מי אני
הקטן האט געשריבן:די מישג פין כוונתו ליהנות ווערט דערמאנט אסך מאל
איז דא ערגעץ אין די מקורות א קלארע דעפענישען?
אונז טרעפן מיר ביי תפילה אז דער רמב״ם איז יא (עטוואס) מער מגדיר ״כוונה״. ער שרייבט דארט (הל׳ תפילה פ״ד הט״ז) וז״ל
(קדשו…) ״כיצד היא הכוונה [בתפילה] שיפנה את לבו מכל המחשבות ויראה עצמו כאילו הוא עומד לפני השכינה״ עכ״ל. קען מען דאס אפשר אפלערנען צוויי וועגן:
1). פשוט אז דא איז ער מגדיר גדר ״כוונה״. און ביי ״כוונה ליהנות״ וועט עס אויך באדייטן אז מחשבתו איז פנוי פון עני אנדערע מחשבה און אט דאס וויל ער: אך ורק ליהנות.
2). אז אין אלגעמיין מיינט ״כוונה״ ממש מובן הפשוט. למשל ביי ״כוונה ליהנות״ = מ׳האט אינזין און מ׳וויל הנאה האבן דורכ׳ן אקט וואס מען טוהט. דאס אלעס. דא ביי תפילה האט עס דער רמב״ם מער געוואלט פאָרמעלי מגדיר זיין אז ס׳איז נישט גענוג סתם דאס אינזין האבן די אקט וואס מען טוהט אז ״מען רעדט צו ג-ט״, נאר ס׳דארף אויך זיין א ״שב ואל תעשה״ פון ״פניית לבו מכל המחשבות״ און זיך ממש זעהן ״כאילו עומד לפני השכינה״.
(דאס קען אפשר גיין אין איינקלאנג מיט זיין פילאזאפישע מהלך אז דאס איז אלס לקנות ולדבק עצמו בהמושכלות וכו׳.)
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 30, 2021 7:10 am
דורך הקטן
ביי תפילה פעלט אויס שלימות הכונה וואס דאס איז נאר דערנאך וואס סדא "פניית לבו מכל המחשבות"