בלאט 2 פון 2
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 13, 2020 3:07 am
דורך צפור בודד
החוקר האט געשריבן:קורקלענד האט געשריבן:העניך וואס טוהט זיך מיט די גמטריאות?
טראמפ 45 מיטן כולל איז בגמטריא מושל.
איין כולל איז נישט גענוג. ער האט הונדערטער כוללים מיט געשוואוירענע חסידים.
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 13, 2020 11:08 am
דורך אינגערמאנטשיקל
איך האב שוין לאנג געוואלט עפענען אן אשכול וועגן די ישעי' ווייס שאו. ער איז מתוק מדבש.
זיין לעצטע שאו איז אבער געווען די פיעק. איך בין א שטארקע טראמפ פען אבער ממחרת די עלעקשענס האב איך אויפגעגעבן אויף א צווייטע טערמין. איך האב אזאנס געלאכט ווען איך האב אויסגעהערט נעכטן אזש מיין ווייב האב ממש נישט פארשטאנען פארוואס איך הער איהם ווייטער אויס. ווען זי האט געהערט אז טראמפ האט גאר דוקא צוגעלאזט די פראוד עס צו עקספאוזן האט זי געכאפט פארוואס איך לאך און איך הער ווייטער.
ער איז זיס. אבער משוגע לאותו דבר. פאר די עלעקשענס איז עס געווען רעטאריק און פראפאגאנדע, יעצט נאך די עלעקשענס איז עס ממש הוילע שטותים והבלים.
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 13, 2020 1:04 pm
דורך קוויטעל
אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:איך האב שוין לאנג געוואלט עפענען אן אשכול וועגן די ישעי' ווייס שאו. ער איז מתוק מדבש.
זיין לעצטע שאו איז אבער געווען די פיעק. איך בין א שטארקע טראמפ פען אבער ממחרת די עלעקשענס האב איך אויפגעגעבן אויף א צווייטע טערמין. איך האב אזאנס געלאכט ווען איך האב אויסגעהערט נעכטן אזש מיין ווייב האב ממש נישט פארשטאנען פארוואס איך הער איהם ווייטער אויס. ווען זי האט געהערט אז טראמפ האט גאר דוקא צוגעלאזט די פראוד עס צו עקספאוזן האט זי געכאפט פארוואס איך לאך און איך הער ווייטער.
ער איז זיס. אבער משוגע לאותו דבר. פאר די עלעקשענס איז עס געווען רעטאריק און פראפאגאנדע, יעצט נאך די עלעקשענס איז עס ממש הוילע שטותים והבלים.
ימים ידברו
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 13, 2020 2:13 pm
דורך אינגערמאנטשיקל
גלייב מיר איך וויל אויך. הלואי ביזטו גערעכט.
אפילו די טראמפ קאמפיין האט ווען טאקע א שטארקע קעיס, רעדט ישעי' ערשט-קלאסיגע לופט. ער מאלט וואסער און פארקויפט עס אין באלק.
אויף אזויפיל יא, אין די צד שכנגד טראמפייטער איז פונקט אזוי דא לופטיגע שאו'ס און מוילמאכערס. זיי זענען פונקט אזוי אויב נישט מער משוגע לאותו דבר.
אהבה און שנאה זענען מקלקל את השורה אויפן זעלבן פארנעם.
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 16, 2020 6:55 am
דורך [NAMELESS]
העניך'ס ארטיקעל איז געגאנגען וויירעל און איז ארומגעפלויגען אין אלע גראפס. דא איז וואס איינער האט געענפערט אין א גראפ....
צי דעם זינלאזען אין וואנזיניגער שרייבער.
איך וועל דיר נישט ענטפערן ברוכים תהיה. אויף אן אפגעפרעגטן מזל טוב,
אבער ברוך שהחינו וקימנו וועל איך יא הויך מיטטיילן צים צווייטן (אין אי"ה אויך צי א 3טן) טערמין פין אינזער אלעמען באליבטן הויכגעשעצטען אמת'ן אידען ליבהאבער דאנעלד טראמפ ירום הודו...
די אמעריקאנער שאנדע פלעק וועט נישט פארשווינדען ווערן פינעם האריזאנט ווי לאנג דער קרימינאלר ביידן שר"י וחביריו וועלען זיין אינטער גראטעס ( ווי עס קיקט אויס גאנץ בקרוב) אויף זייערע נידריגע געפערליכע פאלקס פארברעכן,
די איבער 300 מיליון מיטגלידער פין די פאראייניגטע שטאטן האבען קיינמאל נישט געדילדעט פארברעכערס וואס פארענטפערן זייערע מיסברויכען מיטן נאמען פין געזעץ, ווי למשל ניקסן/היטלער/אבאמה וכדומה, אינזער באוויסטער קרימינאלער ביידען האט א גאר פארקריפעלטער אין פלאטשיגע היסטארי אין חרוב מאכען פריוואטע לעבענס אויף א געפערליכען אויפן אלעס אין נאמען פין געזעץ..
אמעריקע אין ווען איך זאג אמעריקע מיין איך די די געזעצן מאכער אין די שופטים די הויכהילכערס פין אמעריקע וועלען יעצט קנאקעדיג טרומפירן גראד אריין אין די כמעט 80 יעריגע קנייטשיגע אויערען פינעם קרימינאל ביידען געניג מיט דיינע קרימינאלע אקטיוויטעטן
47 יאר געצאפט בליט אויף א געפערליכען פארנעם פין אימשילדיגע מענטשען,
47 יאר גארנישט געטון אין ציבירישען דינסט,
47 יאר געזיצען אין געטראכט וויפל נאך טינקעל הויטיגע אריינצילייגען אין תפיסה'ס,
47 יאר געלעבט אויף טעקס צאלענדע געלטער מיט פשוט שוואוילטאג,
47 יאר געפעלטשט דעם דעת הציבור.
געניג איז געניג.
47 יאר געבויעט קעידשעס פאר אימשילדגע מעקסיקאנער קינדער וואס האבען סך הכל געוואלט האבען דעם אמעריקאנער חלום. ווי נעמט זיך אזא אכזריות?
גיי דיר לחיים ולשלום.
ווי זאגט נאר דוד המלך ? "בור כרה ויחפריהו ויפול בשחת יפעל" אוי אוי ביידען ווי טיף איז דער בור וואס די האסט דיר אליין אנגעגרייט פינקט ווי המן בשעתו, דער חילוק איז נאר אז המן איז ארויף אין די גייסט אראפ,,
די ביידען האסט נישט מורא געהאט צי טשעפען מיטן לייב ווארט נאר נאך איין וואך ,יא האב געדילד מיטן סופרים קארט, די 6 דזשאדזשעס וואס די האסט 30 יאר צירוק גערודפט עד חרמה די האסט זייער ערליך לעבען אויך פרובירט חרוב מאכען לאכען דיר יעצט הילעכיג אין דיין פארקנייטשטען געזיכט קוים ווארטענטיג דיר צי קענען שניידען אין 7בעטען ריפ....
דיין פארדינטען שלח לחמך על פני המים ווערט יעצט ציריק געשמיסן מיט שטורעמישע כוואליעס
די שופטים וואס האבען דעם לעצטן ווארט די וועלען האבען דעם לעצטען שמייכעל,,
אינזער אלעמען באליבטער טראמפ ירום הודו וואס זיין גאנץ לעבען איז איין שטיק גיטסקייט ארויס העלפענדיג רעכטס אין לינקס דעם פארביטערטען וועט אים יעצט ווי אייביג דער סייעתה דשמייה ווייטער באגלייטן.
ווער האט נאך אזויפיל געאייסערט פאר כלל ישראל ווי אינזער באליבטער נשיא טראמפ?
ווער האט נאך אזויפיל הערצער דערפרייט ווי אינזער נשיא טראמפ?
ווער נאך האט אזוי מעכטיג אפגעהאלטן דעם קאמאניסטישן טשיינע פין אויסליידיגען אידישע פארמעגענס ווי אינזער נשיא טראמפ?
אבער, יא דא קימט א *אבער*
ווי זאגט נאר אינזער נשיא טראמפ?
אפילו די שטייסט פאר א פעסט געבויעטן שטיינערנעם וואנט - גיי דאס דורך -..
------אין דאס אינזער נשיא טראמפ ------
א געטרייער פרעזידענט פארן פאלק ווי א געטרייער טאטע פאר א קינד,
די מעכטיגע פירערשאפט וואס ער האט באוויזען אין די לעצטע 4 יאר האט זייט בריאת אמעריקע קיין שום פרעזידענט נישט באוויזן, אין איך ווי אויך מיליונער אנדערע אמעריקאנער קענען הויך זינגען דעם מזמור לתודה אז עס האלט שוין דא...
מען גייט אט אט קייטלען דעם נידריגען פארברעכער ביידן וחביריו
אמעריקע וועט נאך 47 דערקוטשענדע יארן ענדליך אפאטעמען פין א המן אין נאמען פין געזעץ אין אויך מיטנעמען זיינע 10 קינדער..
1) פעלוסי
2)שיפטי שיף
3) קראקעט הילערי
4) טשאק שומער
5) קעמעלע
6) נעדעם אייסאמי
7) האנטער ביידען
8) דשזארדזש מילער
9) סי ען ען
10) סי בי עס ען
שם רשעים ירקב
האפענטליך נאך זייער ענדע וועט אביסל לייכטער ווערן פארן ציבור אין אינזער באליבטער אוהב ישראל נשיא טראמפ וועט קענען דאבלען אין טריפלען זיינע פעולות לטובה
Re: "משלנו, אבל משוגענער": טראמפ'ס נידערלאגע
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 16, 2020 7:30 am
דורך פאליטיקאנט
עס איז באמת וויטאגליך ווי די היימישע עולם האט גענומען דעם טראמפ צום הארצן, געווען א פיינע פרעזידענט, יא (לדעתי). א אוהב ישראל, יא. בעסער ווי די אלטערנאטיוו, לאמיר זאגן אז יא. אבער פארוואס עס נעמען בנפש? אונז אידן וועלן ווייטער לעבן אויף אלע סאציאלע הילף פראגראמען א חיים טובים, און די וואשינגטאן פאליטיק וועט אונז ווייטער נישט נוגע זיין פונקט ווי די לעצטע פופציג יאר.
פארוואס נעמען די רוב פון אונז א פאליטישע צד?
איז טאקע דא אזויפיל אידעאלאגישע צווישן אונז (נאכדערצו די אינגע עולם)?
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 16, 2020 7:40 am
דורך קורקלענד
מיר האבן אנערקענט אז די אלע סאציאלע פראגראמען ברענגען גארנישט קיין חיים טובים.
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 16, 2020 8:14 am
דורך שמעקעדיג
עס איז אומגלויבליך.
איך פארשטיי די חסידים פון טראמפ, אבער אלעס דארף האבן א גבול.
ווער געדענקט נאך מיין ארטיקל "משוגע לאותו דבר"...
Re: "משלנו, אבל משוגענער": טראמפ'ס נידערלאגע
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 16, 2020 8:27 am
דורך צפור בודד
איך בין חושד אז יענער שרייבט סאטיר
Re: "משלנו, אבל משוגענער": טראמפ'ס נידערלאגע
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 16, 2020 2:29 pm
דורך פאליטיקאנט
קורקלענד האט געשריבן:מיר האבן אנערקענט אז די אלע סאציאלע פראגראמען ברענגען גארנישט קיין חיים טובים.
א נארמאלע מענטש האט אלס געוויסט אז די בעסטע איז זיך אליין אויסצוהאלטן, אבער איך פארשטיי אז מיט 'אנדעקט' מיינסטו די יעצטיגע מצב מיט די מוסדות.
אם כן זע איך נישט וואס מ'האט יעצט אנדעקט אז עס לוינט נישט, יארן האט מען גענומען פשוט און פראסט באקומען געלט על לא דבר, און יעצט אז זיי סטראשענען - וואס זיי וואלטן געטוען אויך אנדעם וואס מ'זאל האבן גענומען געלט - האט זיך גארנישט געלוינט למפרע?
און דאס איז אן אריינגיין אין דעם אז עס איז שטארק מעגליך אונז זעמער זיך אליין שולדיג אין די גאנצע יד תקופה פונען גאווערנמענט.
אויב מיינסטו די יעצטיגע מצב פון ניו יארק, איך זע נישט וואס דאס האט א שייכות מיט סאציאלע הילף פראגראמען. געזעלשאַפטליכער בענעפיטס שטייט שוין די לעצטע צענדליגער יארן, און ביז גאר לעצטנס וואס ראדיקאלע האבן איבערגענומען די לייצעס איז נישט געווען די אנדערע פראבלעמען וואס "אונז האבן יעצט אנדעקט".
שמעקעדיג האט געשריבן:
ווער געדענקט נאך מיין ארטיקל "משוגע לאותו דבר"...
viewtopic.php
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 16, 2020 5:57 pm
דורך מנחם ציון
צפור בודד האט געשריבן:איך בין חושד אז יענער שרייבט סאטיר
איך מיין ער שרייבט קאך_לעפל'דיג
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 16, 2020 7:42 pm
דורך קורקלענד
איך מיין נישט ספעציפיש מיט די איצטיגע מצב. אבער די איצטיגע מצב צייגט גענוי וואס די פראבלעם איז אין אלגעמיין און אסאך פרישע חברה האבן אנגעהויבן כאפן און משיג זיין די פראבלעמען מיט רעגירונגס הילף און פראגראמען.
אגב אבער פאר נארמאלע געזונטע מענטשן וואס איז פונקטליך געווען די געזעלשאפטלעכע בענעפיטן? און באמת פון די אלע פראגראמען האט דען די געזעלשאפט אין אלגעמיין הנאה? דער וואס איז נעבעך פארכאפט אין די פראגראמען איז א גרויסע רחמנות ווייל מיט די פראגראמען קען מען נישט לעבן רואיג, און פטור ווערן דערפון איז אויך כמעט נישט אין באטראכט. און דער וואס האט עס נישט קומט די לעבן אן פיל שווערער ווייל מען באהאנדלט איהם גאר ווי דער נגיד.
די איינציגסטע וואס פארדינען דערפון זענען די מוסדות. האט זיך עס עפעס ווערטפול פארבעסערט ווען זיי האבן געמאכט מער געלט?
און אויב איז עס נאר יענע פאר יחידים וואס פארדינען דערויף דאן ציוואס דארף מען עס טאקע האבן?
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 17, 2020 11:55 am
דורך אספקלריה
[tag]העניך[/tag]
סאיז ריכטיג וואס די שרייסט אז טראמפ איז א מעניאק און ער פאסט אריין איעדע דיסקריפשען וואס מאלט אראפ א נארסעסיסט.
אבער ווי קומט טראמפ אריין דא?
די זעעסט נישט קיין סכנה און א ליבאראלע גענויגטע רעגירונג פאר דיין פרידאם אוף לייף.
די זעעסט נישט א סכנה ווען מענטשען ווערען געפראסקעט פארען האלטען אנדערש ווי דיר און די מידיא שווייגט?
די זעעסט נישט קיין סכנה פון א ראדיקאלע מאוומענט פון יונגע צוהיצטע בעלי שיטה וואס זענען דא איבערצונעמען די מעגליכקייט פון מאכען פרנסה ברויח?
ביסטו אוכט א פראפפעסער אדער א סטודנט אדער יוניען ארבעטער, וואס טוען גארנישט מיטען טאג און נוצען נישט זייער קריעטיוויטי, און זענען פארנומען אוועק צונעמען יענעמס הצלחה און עס פארטיילען פאר זיך?
וואס פונקטליך פאסירט מיט א מענטשענס שכל הישר ווען ער איז מחליט אז ער איז פרא ליבארעל,
פארלירט ער פשוט זיין גלייכגעוויכט און ער טראכט ארויס פון א באקס?
איך פאלאו די סטאטוס און טוויטס פון אפאר אזוי גערופענע אפענע קעפ בתוכינו וואס א טייל פון זיי פארשטיי איך אז זיי זענען שרייבערס דא.
איז דאס וואס אונזערע אפענע קעפ האבען צו פארקויפען?
בלינד נאכגיין סאושיליזעם? נאכבעבלען איעדען שטות פון ליבראליזים?
האבען אונז נישט קיין אינדעפענדינט טראכטערס?
אז די האסט שוין יא שכל נישט צוזיין א בלינדע צוחישטע טראמפיסט, מוזטע ווערען א פארנערטע ליבאראל?
די פאקט אז איעדער וואס איידענטיפייט זיך מיט א געוויסע גראפע טראכט די זעלבע, איז א סימן אז סאיז א מאוומענט און נישט קיין אויפריכטיגע זאך.
ליבארליזים איז לענ״ד אסאך אגרעסערע סכנה פאר אונז ווי טראמפיזים, ווער סטוט עטוואס ביזנעס און א ליבאראלע סטעיט ווייסט דאס, און שפירט דאס.
ניין איך זאג נישט אז די ווייסע אמעריקאנע גוי איז אונזער פריינד לא ולא,
כלל ישראל האט געליטען פון נעטשניליזים און פון ליבראלזים,און יעדע מאל סאיז דא א שטארקע מאוומענט און די גלייכגעוויכט ווערט פארלוירען זעמיר אונז די קרבן.
מברויך אבער נישט זיין משוגע צוזעען אז די ליבאראלע מאוומענט צווישען די סטודענטען איז אסאך מער סאפיסטעקיטירט און פראפעשינעל און זיי האבען געלט און דאס עיקר די מידיא פארדעקט זייער ראדיקאלישקייט.
אויב א לעידי שטעלט זיך ארויף און שטעלט צו טראמפ צו קריסטעל נאכט, דאס ברויך ברענגען א concern פאר איעדע רעכטדענקיגע מענטש, און ווער רעדט נאך ווען זי בעט איבער וועם סהאט וויי געטוהן דיע קאמפעריסינג, אן בכלל פארשטיין וואס באדערט דאס מענטשהייט.
בקיצור אנטי טראמפ בין איך אוכט, אבער גיין זיך פרייען ווען ליבאראלען יובלען און נישט זעען דא קיין concern איז קורץ געקוקט,ווער סהאט דאס מינדענסטע השגה און די היסטאריע פון סאשעל פאליטיקס כאפט א סקרוך און די ביינער.
ניין איך בין נישט קיין אנטי ביידען ער זעעט דווקא אויס ווי א פיינע נארמאלע געשמאקע מענטש, אבער יובלען מרא דעלמא.
ער רפרעזינטירט א פארטיי וואס בדלית ברירה להם פארדעקן זיי עקסטרימיזים און ליבאראליזים.
און דאס איז וואס רוב working people זענען קאנסערנד .
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 17, 2020 3:18 pm
דורך בת קול
די מידיע פון ביידע פארטייען פארדעקן די עקסטרעמיזם פון זייער מחנה.
די פראבלעם איז אז די פירער פון די רעפאבליקאנער- טראמפ, איז עקסטרעם.
פון די אנדערע זייט, די פירער פון די דעמאקראטן- ביידן, איז א מאדערעט.
די פירער ווייזט אויף די פארטיי וואס האט זיי אריינגעוועלט.
טראמפ האט געוואנען איבער 17 קאנדידאטן און ביידן איבער 29 קאנדידאטן.
זעהט אויס רוב פון טראמפס מענטשן זענען ווי אים אדער אידענטיפיצירן זיך ווי אים, און די זעלבע ביי ביידן.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 17, 2020 3:22 pm
דורך מנחם ציון
בת קול האט געשריבן:די מידיע פון ביידע פארטייען פארדעקן די עקסטרעמיזם פון זייער מחנה.
די פראבלעם איז אז די פירער פון די רעפאבליקאנער- טראמפ, איז עקסטרעם.
די פירער פון די דעמאקראטן- ביידן, איז א מאדערעט.
התינח ווען ביידען איז דער פירער און טראמפ איז ראדיקאל רעכט
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 17, 2020 3:29 pm
דורך בת קול
איך מיין נישט דווקא עקסטרעם רעכט אדער לינק.
עקסטרעם אין general.
רעכט, לינק, פאר ארימע, פאר רייכע, קאנספיראציעס, טאלערענץ, טעמפרעמענט,דעם גאנצן געדאנקנסגאנג.
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 10:25 am
דורך אספקלריה
בת קול האט געשריבן:די מידיע פון ביידע פארטייען פארדעקן די עקסטרעמיזם פון זייער מחנה.
די פראבלעם איז אז די פירער פון די רעפאבליקאנער- טראמפ, איז עקסטרעם.
פון די אנדערע זייט, די פירער פון די דעמאקראטן- ביידן, איז א מאדערעט.
די פירער ווייזט אויף די פארטיי וואס האט זיי אריינגעוועלט.
טראמפ האט געוואנען איבער 17 קאנדידאטן און ביידן איבער 29 קאנדידאטן.
זעהט אויס רוב פון טראמפס מענטשן זענען ווי אים אדער אידענטיפיצירן זיך ווי אים, און די זעלבע ביי ביידן.
מאדערעט?
א מאוומענט אונטער זיין פארטיי צושפרייט זיך און מאכט חרוב סיטיס,אמעריקאנער סיטיס זעען אויס ווי דריטע וועלט לענדער, און זיי באגעניגען זיך מיט א מינדערוויכטיגע פארדאמונג.
מאדערעט?
משפילט אויף דער טויט פון א שווארצער ביד הפאליציי, אבער דער ווייסער אדער שווארצער ביד השווארצער איז מען שטיל?
אזוי ווי אייביג ערווארט איך נישט צו באקומען קיין ענטפער פון קיינעם.
כן הוא הדרך פון מענטשען וואס איידענטיפייען זיך מיט א מאוומענט, אויב פרעגט מען גוט זענען זיי נישט דא.
אלנפאנלס אונז האמיר וואס צו מתפלל זיין סאיז נישט פשוט בכלל וואס גייט פאר און די יונווערסיטיס די יונגעווארג ווערען אנגעפיקוועט מיט שנאה אויף אונז סאיז א שרעק.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2020 4:46 pm
דורך נאך א מיינונג
ווי לאנג האסטו געזוכט א תירוץ פאר דיין קשיא? די וועג פון ענטפערן א קשיא איז דורך צונעמן די הנחות אויף וואס די קשיא איז געבויט.
צונעם דיין טעזע וועסטון זען אז די קשיא איז גארנישט מיט נישט.
שטעט אין אמעריקא זענען נישט פארטיליגט געווארן. דאס איז סתם אזוי נישט אמת. און די ראיאטן וואס זענען יא פארגעקומן זענען נישט די יסוד פון די דעמאקראטישע פארטיי, עס איז א חלק פון די באפעלקערונג וואס האט טענות וואס די רעגירונג אדרעסירט נישט. זה הכל.
עס איז נישט דא קיין שום באווייז אז ביידן איז אן עקסטרעמע, אדרבה ער היט זיך פון אלע עקסטרעמע מיינונגן למיניהם. עס איז דא עקסטרעם ליבעראלע אין אמעריקא, קליינקעפיגע טראמפ שטיצערס אויף די לינקע זייט. אבער ביידן איז נישט פון זיי, און פון די שטימעס וואס ער האט באקומן זעט מען אז דער באפעלקערונג וויל די סטאביליטעט פון מאדערעישאן וואס אין די וואלן איז נאר געווען נחלת ביידן.
ווילסט ענדערש עקסטרעם רעכט ווי מאדערעט לינק? פיין און וואויל. אבער די עקסטרעם לינקע זענען יעצט נישט געווען אויף די בעלללאט, ב"ה. די קינדער אין קאלעדזש זענען נישט די פירערס פון די לינקע פארטיי, ב"ה.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2020 9:38 pm
דורך תרמב
מען האט נישט געהערט קיין ווארט פון די אלע דעמאקראטישע פאליטישאנס אויף די ראיאטן אינמיטן פון א געפערליכע פאנדעמיק ביז זיי האבן געזעהן אז עס קען זיי שאטן.
ווי אויך קען מען נישט זאגן אז די פאלק האט געשיקט א סטעיטמענט ביי די וואלן אקעגן דעם פרעזידענט ווייל מען זעהט וויפיל מענטשן זענען ארויסגעקומען שטימען פאר אים, וואס האט געבראכן רעקארדס, ס'האט אים נישט געהאלפן ווייל ס'איז געלונגען פאר די דעמאקראטן אנצודרייען די מעיל אין.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2020 10:36 pm
דורך קוויטעל
דא שטייט די ערנסטע אמעריקאנע פאלק, מיט'ן היסטארישער פרעזידענט און וויצע, און ווילן היטן דאס מסורה פונעם וואוילזיין פון דאס מענטשהייט.
געשילטע לויערס, פאליציי לייט, און רעכטעפארטיגע עדות - אלעס גראד אן קיין שווינדל
די אנדערע זייט שטייען א באנדע מערדער, שווינדלער, געלט פרעסער, מענטשן פרעסער, איבערדרייער, און ווילן איינפירן געזעצן פון סדום בתפארתה...
און וואס איז די נייעס ביי זיי? מייק פענס האט א פליג אויף זיין האר! דזשוליאני שוויצט ביי זיין דרשה...
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2020 6:54 pm
דורך אספקלריה
נאך א מיינונג האט געשריבן:ווי לאנג האסטו געזוכט א תירוץ פאר דיין קשיא? די וועג פון ענטפערן א קשיא איז דורך צונעמן די הנחות אויף וואס די קשיא איז געבויט.
צונעם דיין טעזע וועסטון זען אז די קשיא איז גארנישט מיט נישט.
שטעט אין אמעריקא זענען נישט פארטיליגט געווארן. דאס איז סתם אזוי נישט אמת. און די ראיאטן וואס זענען יא פארגעקומן זענען נישט די יסוד פון די דעמאקראטישע פארטיי, עס איז א חלק פון די באפעלקערונג וואס האט טענות וואס די רעגירונג אדרעסירט נישט. זה הכל.
עס איז נישט דא קיין שום באווייז אז ביידן איז אן עקסטרעמע, אדרבה ער היט זיך פון אלע עקסטרעמע מיינונגן למיניהם. עס איז דא עקסטרעם ליבעראלע אין אמעריקא, קליינקעפיגע טראמפ שטיצערס אויף די לינקע זייט. אבער ביידן איז נישט פון זיי, און פון די שטימעס וואס ער האט באקומן זעט מען אז דער באפעלקערונג וויל די סטאביליטעט פון מאדערעישאן וואס אין די וואלן איז נאר געווען נחלת ביידן.
ווילסט ענדערש עקסטרעם רעכט ווי מאדערעט לינק? פיין און וואויל. אבער די עקסטרעם לינקע זענען יעצט נישט געווען אויף די בעלללאט, ב"ה. די קינדער אין קאלעדזש זענען נישט די פירערס פון די לינקע פארטיי, ב"ה.
אן ערך פון צוויי ביליאן דאלאר פון שאדען איז געקומען פון די ראיאטען.
נישט פארטיליגט?
ביסט געווען און איינע פון דיע סיטיס און געקוקט?
יא מילוואקי האט גאנצע שטערקעס אויף מעין סטריטס וואס זענען פארטיליגט.
די חלק הבאפעלקערונג ווי די רופסט זיי זענען גראדע דעמאקראטען, און האבען פאסירט בא דעמאקראטעשע פרטעסטען אקעגען די פאליציי, א חלק פון דיע ראיאטען האבען פארלאנגט באדזשעט שניטען פאר די פאליציי און א חלק דערפון איז א דורכגעגאנגען.
די דאמעקראטישע באעהרדע ברויך זיין דיע וואס פארדאמען זייערע באנדיטען און אויב קענען זיי דאס נישט טוהן זענען זיי א חלק דערפון
גם מתרפה במלאכתו אח הוא לבעל משחית