בלאט 2 פון 3

Re: "פעמון" נייע חודש'ליכע אויסגאבע

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 1:56 am
דורך אבי גערעדט
כמעט אלע, אויב נישט אלע ארטיקלען פון די נייע דער שטערן זענען ריסייקעלט, ע"פ רוב איז עס געשריבן דורך שמעון ראלניצקי, עס קוקט אויס ווי א ערענסטע קריג וואס גייט זיך ענדיגן נעסטי

Sent from my SM-G981U using Tapatalk

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 7:22 am
דורך [NAMELESS]
אבי גערעדט האט געשריבן:כמעט אלע, אויב נישט אלע ארטיקלען פון די נייע דער שטערן זענען ריסייקעלט, ע"פ רוב איז עס געשריבן דורך שמעון ראלניצקי, עס קוקט אויס ווי א ערענסטע קריג וואס גייט זיך ענדיגן נעסטי

Sent from my SM-G981U using Tapatalk

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 7:23 am
דורך [NAMELESS]
.

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 26, 2020 7:31 pm
דורך חד גדיא
.

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 26, 2020 7:39 pm
דורך חד גדיא
.

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 26, 2020 8:37 pm
דורך מפיל קינד
ער האט עמטליך אויסגעלאזט אז דער 'גבר אלים' איז געווען א גלייכער שותף.

שמעון האט זיך געוואלט ארויסזען פונעם געשעפט ווי א שיינער איד און גיין אליין, אבער דער שותף האט אלע רעכטן ממשיך צו זיין און אנהאלטן די ביזנעס.

אין די ארטיקלען זענען אלע גלייכע שותפים, לכאורה מעג דער 'גבר אלים' ענדערש נעמען פון די אלטע ארטיקלען ווייל ער וויל בלייבן מיט די ביזנעס.

קען זיין ס'פעלט מיר פאקטן, אבער אזוי קוק איך עס אן.

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 26, 2020 8:54 pm
דורך לייבל שטילער
האמיר דורך געליינט דעם ערשטן 'קלאנג' איבער שבת, אט איז מיין איבערזיכט:

די מנורה אינעם שאפינג מאל. גאר אינספערירנד, שטארק הנאה געהאט, ער זאל סטיקען צו איינס אזא פער אויסגאבע, צו האלטן א באלאנס. נישט מער און נישט ווייניגע, לדעתי.

אטאקע אויפן נוקלעארן רעאקטער אין סיריע. עטוואס באקאנטע געשיכטע, אביסל צו בקיצור'דיג געשריבען ס'זעהט אויס ווי ער יאגט זיך ערגעץ. וואס האט מיך בעיקר געבאדערט איז דאס ארום טוישן ג'ענדער ביי די האטעל אין לאנדאן, פון א האני-טרעפ פרוי איז געווארען א מאן, די פרומע/קרומע שטיק דארף זיך ענדיגען, און ניין מוזט נישט ארויס שרייבן ברחל בתך, אבער די זעלבע זאך וואס די מאן האט געטוען, געשמועסט און פארברענגט, האט א פרוי אויך געקענט. חוץ פון דעם, פיין.

נוא יארק וואסער סיסטעם.
זייער אינטרעסאנט און באלערנד, כאטש וואס מאנכע האבן זיך אפגערעדט אז ס'איז ריסייקלט.

אן אויספלוג. בבחינת פארוואס נישט, זאל שוין מיטגיין.

עשר תעשר בשביל. גאנץ א שיינע סוקסעס סטארי, איך בין נישט אנטציקט דערפון, אבער נאט בעד.

רב מיט בלוטיגע הענט. דא האט שמעון דעליווערט איינס און א גוט'ס, א פולע פארש ארבעט, (כאטש אייוועלט קלעימט קרעדיט פאר זיך) גאר אינטרעסאנט און שפאנענד, גוט געשריבען און נישט געקארגט קיין דעטאלן.

א געזונטע קריים סטארי איז נישטא, און די זענען מיין פעיוועריט, אבער אפשר נעקסט טיים.

לדעתי זאל ער צולייגן אפאר קאלום'ס, א פארזעצונג און ער האט עס.

אווער אלל, גאר פיינעם דזשאב דעליווערט, ס'זעהט אויס ווי אונז האבן צוריק ר' שמעון מיט די אלטע גוטע צייטן און פענע.

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 26, 2020 9:01 pm
דורך לייבל שטילער
חד גדיא האט געשריבן:.


עפעס שטימט נישט, וויאזוי פארכאפט מען א ביזנעס?

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 26, 2020 9:01 pm
דורך לייבל שטילער
טעות

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 26, 2020 9:18 pm
דורך [NAMELESS]
לייבל שטילער האט געשריבן:
רב מיט בלוטיגע הענט. דא האט שמעון דעליווערט איינס און א גוט'ס, א פולע פארש ארבעט, (כאטש אייוועלט קלעימט קרעדיט פאר זיך) גאר אינטרעסאנט און שפאנענד, גוט געשריבען און נישט געקארגט קיין דעטאלן.

.

אויך זייער הנאה געהאט

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 26, 2020 9:24 pm
דורך berlbalaguleh
גמליאל האט געשריבן:
טיכטיגער האט געשריבן:שמעון האט פארלאזט דער שטערן?
דער שטערן האט אים פארלאזט... קומט שוין לאנג נישט ארויס.

ווייל עטליכע צודרייטע בע"ת (בי.טי.'ס) פון מאנסי האבן געמאכט א טומל. און מיט די הילף פון ..."רבנים"... האבן זיי געלייגט אין די ערד א מעגעזין וועלכער האט געגעבן וועלטליכע ידיעות און אינטרעסאנטע נייעס אויף א כשר'ן אופן...!

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 26, 2020 10:11 pm
דורך [NAMELESS]
.

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 26, 2020 10:13 pm
דורך אינגערמאנטשיקל
וואס לייגסטו נישט Hasidic1'ס ענטפער?

אוי ווי ריכטיג דו זאגסט

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 26, 2020 10:30 pm
דורך מרדכי מרדכי
ער דארף נאר צולייגן אפאר קאלומס און דאס איז עס

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 26, 2020 11:21 pm
דורך [NAMELESS]
אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:וואס לייגסטו נישט Hasidic1'ס ענטפער?

אוי ווי ריכטיג דו זאגסט

ווייל האסידיק1 איז א גנב. נעמט מיינע ווערטער פון דא אהן געבן קרעדיט.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 27, 2020 12:33 am
דורך berlbalaguleh
חתם סופר האט געשריבן:
אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:וואס לייגסטו נישט Hasidic1'ס ענטפער?

אוי ווי ריכטיג דו זאגסט

ווייל האסידיק1 איז א גנב. נעמט מיינע ווערטער פון דא אהן געבן קרעדיט.

חתם סופר:חאסידיק 1איז נישט קיין אפיציעלע וועבסייט. נאר א גאססיפ קאלום. ער האט פון מיר אויך געגנב'עט ווערטלעך אן געבן קרעדיט...!

נשלח: זונטאג דעצעמבער 27, 2020 2:29 am
דורך מה בכך
ווייל עטליכע צודרייטע בע"ת (בי.טי.'ס)
אפשר ביסטו מיר אזוי גוט און די ביסט מיר מסביר דעם ראשי תיבות ....

נשלח: זונטאג דעצעמבער 27, 2020 2:30 am
דורך מה בכך
berlbalaguleh האט געשריבן:
גמליאל האט געשריבן:
טיכטיגער האט געשריבן:שמעון האט פארלאזט דער שטערן?
דער שטערן האט אים פארלאזט... קומט שוין לאנג נישט ארויס.

ווייל עטליכע צודרייטע בע"ת (בי.טי.'ס)
אפשר ביסטו מיר אזוי גוט און די ביסט מיר מסביר דעם ראשי תיבות ....

נשלח: זונטאג דעצעמבער 27, 2020 8:40 am
דורך טאמבל סאס
איך פארשטיי נישט. פארוואס האב איך קיינמאל נישט געהערט פון וואגשאהל? כ'מיין כ'האב געהערט פונ'עם אבער האט ער אויך עפעס געשריבן? וואס האט ער געברענגט צום טיש וואס שמעון האט זיך נישט געקענט אפטיילן ביז היינט? און וואו פיט פנחס גלויבער אריין? האט ער אויך געשריבן? איז עס דער זעלבער גלויבער וואס רעדט אנאליזן אויף קול מבשר? אדער איז דער לעצטער א אינגערער ברודער?

איבערחזר'ן ארטיקלען איז א מיאוסע זאך אפילו אויב ס'איז אייגנס. בכל אופן, איך האב קיינמאל נישט געוואוסט אז נאך איינער אחוץ שמעון שרייבן אויף א רעגולער בעיסעס. ס'איז שוין צייט צו פטור ווערן פון [פאלשע] פענע נעמען. פארוואס דארף איך מיך שטענדיג קראצן אויף די ראשי תבות, סופי תבות, רמזים, גימטריאות און שטריכן אין די שרייבן-סטייל צו געסן ווער עס איז דער שרייבער??

נשלח: זונטאג דעצעמבער 27, 2020 5:32 pm
דורך מנחם ציון
טאמבל סאס האט געשריבן:איך פארשטיי נישט. פארוואס האב איך קיינמאל נישט געהערט פון וואגשאהל? כ'מיין כ'האב געהערט פונ'עם אבער האט ער אויך עפעס געשריבן? וואס האט ער געברענגט צום טיש וואס שמעון האט זיך נישט געקענט אפטיילן ביז היינט? און וואו פיט פנחס גלויבער אריין? האט ער אויך געשריבן? איז עס דער זעלבער גלויבער וואס רעדט אנאליזן אויף קול מבשר? אדער איז דער לעצטער א אינגערער ברודער?

וואגשאהל ווייס איך נישט. איך וויס ער שרייבט אין zman אין ענגליש קען זיין ער טויג אין אידיש אויך
פינחס פלעגט אויך שרייבן אין דער שטערן און ער איז דער זעלבער פון קול מבשר. זיי פלעגן האבן שמועסן אויף קול מבשר צוזאמען ביז פינחס האט זיך געצויגן קיין אר"י

טאמבל סאס האט געשריבן:איבערחזר'ן ארטיקלען איז א מיאוסע זאך אפילו אויב ס'איז אייגנס. בכל אופן, איך האב קיינמאל נישט געוואוסט אז נאך איינער אחוץ שמעון שרייבן אויף א רעגולער בעיסעס. ס'איז שוין צייט צו פטור ווערן פון [פאלשע] פענע נעמען. פארוואס דארף איך מיך שטענדיג קראצן אויף די ראשי תבות, סופי תבות, רמזים, גימטריאות און שטריכן אין די שרייבן-סטייל צו געסן ווער עס איז דער שרייבער??

זאג, און ווער ביסטו?

נשלח: זונטאג דעצעמבער 27, 2020 9:47 pm
דורך yn.NY
דער שטערן איז געווען עפעס גאר ספעציעל: רייכע ארטיקלען, און גוט אראפגעשריבן (לענ"ד צו פארדאנקן ר' שמעון).

העמיר זעהן צו ער העט איבערחזר'ן די הצלחה מיט'ן גלעקל, אדער ס'העט ארויסקומען אן "איסור" נאך פאר ער וועט זיך קענען בויען.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 27, 2020 10:23 pm
דורך לייבל שטילער
אין זיין פאדקעסט "א טראפ טיפער" אויף קול מבשר, ווערט היינט ר' שמעון געפרעגט וועגן 'דער שטערן', ער זאגט דארט אז ס'איז נישט קיין שום מחלוקת.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 28, 2020 2:48 am
דורך מרדכי מרדכי
לייבל שטילער האט געשריבן:אין זיין פאדקעסט "א טראפ טיפער" אויף קול מבשר, ווערט היינט ר' שמעון געפרעגט וועגן 'דער שטערן', ער זאגט דארט אז ס'איז נישט קיין שום מחלוקת.

עס איז נישט קיין פאדקעסט אויב די איינציגסטע פלאץ ווי מען קען עס הערן איז קול מבשר